מיט א גוי אין מקוה?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מנחם נחום האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:37 pm
נאך ווי ווייטאג...

איך האב געלערנט די הלכות זיך נישט באגעגענט מיט די הלכה אז מען טארט נישט טראכטן פון אביוז וואס די טאטע האט געטון.

שטייט אויב די טאטע ווארפט אריין דייין בערזל אין ים מעגסטו עם גארנישט טון, שטייט נישט אבער מען מעג נישט טראכטן אז די טאטע האט אביוזט...
איך גלויב נישט אז איר האט געלערנט אינעווייניג הלכות כיבוד אב ואם.

דאס איז דאך דער פשוט'ער באדייט פון **** מקלה אביו ואמו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

מנחם נחום האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:52 am
מילדי העברים האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:39 am
עטרת חיים האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:08 pm
ס'קומט פילע מאל אויס צו דארפן באדינען עלטערן אדער שווער און שוויגער. ס'איז דא משפחות פון 15 געשוויסטער און אלץ איז דא נאר 2-3 וואס זענען עכט איבערגעגעבן און צופליקן זיך פאר די עלטערן, די איבעריגע טוען טובות דא און דארטן...
כיבוד אב ואם איז גאר א שווערע מצוה און טאקע פארדעם איז די שכר אזוי גרויס למען יאריכון ימיך
זאג נאר, אויב דיין טאטע איז א מולטי מיליאנער מיט א גוטע לייף אינשורענס פאליסי וואלסטו געטראפן מער צייט און כח אים צו באדינען? וואלסט אים געקומען באזוכן מער אפט? וואלסט אים אביסל מער סובל געווען?
די גמרא זאגט און קידושין "השווה הכתוב כיבוד אב ואם לכבוד המקום" וואלסט געדינגען א גוי צו באדינען כביכול דעם אייבירשטן?
פארשטייט זיך יעדע פאל איז אנדערש, אבער געדענק!!
"השווה הכתוב כיבוד אב ואם לכבוד המקום"
זעהט אבער אויס אז סאיז נאך אלץ דא אסאך מענטשן וואס וואלטן געשיקט זייער טאטע מיט א גוי אין ביהמ"ד מיט א איבערגעדרייטע סידור וואס די גוי האט אויפגעמישט
אויב האט די קינד געפרעגט זיין דעת תורה און די פסק איז דאס געווען טוט ער ווי די הלכה פארלאנגט.

איך וויל זיך קלאר מאכן, קיינער איז נישט מחולק איבער די געוואלדיגע מצווה פון כיבוד אב ואם און די גרויסע שכר וואס מען באקומט דערפאר בזה ובבא, אבער ווי יעדע מצווה אין די תורה איז דא א שולחן ערוך מיט די הלכות און מען פרעגט א דיין בפרט ווען עס גייט אויף די חשבון פון אנדערע, געפילן מעגן נישט שפילען א ראלע מען דארף פאלגן וואס די דיין פסקענט.

געווענליך ווען רבנים זענען מעורר איבער אן הזנחה לאמיר זאגן צניעות ביי פרויען מען זעהט א התרשלות און מען מאכט אווערנעס וועט די מציאות זיין אז די פרומע חברה וועלן ווערן 'נאך' פרומער... האלא מען מיינט אינגאנצן נישט דיר, דו ביסט פיין, די אנדערע וואס דארפן עס הערן זיי לאכן זיך אויס.

די זעלבע דא געוויסע קהילות מאכן לעצטענס אווערנעס וועגען כיבוד אב ואם, מען דארף וויסען אז די וואס האבן געטון ביז יעצט מיט אחריות און דעת תורה דארפן זיך שפירן געטראפן מען מיינט אינגאנצן נישט זיין, עס איז דא נאך חיובים וואס א מענטש דארף טון איבערן טאג חוץ כיבוד אב ואם.

מען טרעפט שוין אין די גמרא אפילו גרויסע הייליגע תנאים וואס אונז האבן נישט קיין השגה אין זייער גרויסקייט האבן אין געוויסע פעלער איבערגעלאזט די מצוה פון כיבוד אב ואם און עס ווערט געפסקנט אין שו''ע.
ס'איז דא דין, און ס'איז דא לפנים משורת הדין. א דיין קען נאר פסקן'נען לויט וויאזוי מ'פרעגט אים. פארשטייט זיך אז אויב די גייסט אים זאגן אז ס'גייט אויפן חשבון פון די ווייב און קינדער וכו' גייט ער דיר מתיר זיין... זאג נאר פאר דער איד וואס פרעגט דעם דיין זאל אויך פרעגן דעם דיין יעדעס מאל בעפאר ער גייט מיט די פרענדס און שוויץ. פארטי. חתונה אדער אויף מקומות הקדושים! כ'מיין דעמאלץ איז עס אויך אויפן חשבון פון די משפחה..
איך האב ליב דעי וואס פרעגן דעת תורה אויף טייל זאכן בעת אנדערע זאכן ווייסן זיי אליין.. ס'איז נישט קיין כלל אויף אייביג אבער אסאך מאל איז די גאנצע דעת תורה פרעגן בלויז צו איינשטילן די גילטי קאנשעס.. ווייל און הארצן ווייסט מען דאך יא באמת ווי איין און ווי אויס
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

farshlufen האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:15 am
מנחם נחום האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:37 pm
נאך ווי ווייטאג...

איך האב געלערנט די הלכות זיך נישט באגעגענט מיט די הלכה אז מען טארט נישט טראכטן פון אביוז וואס די טאטע האט געטון.

שטייט אויב די טאטע ווארפט אריין דייין בערזל אין ים מעגסטו עם גארנישט טון, שטייט נישט אבער מען מעג נישט טראכטן אז די טאטע האט אביוזט...
איך גלויב נישט אז איר האט געלערנט אינעווייניג הלכות כיבוד אב ואם.

דאס איז דאך דער פשוט'ער באדייט פון **** מקלה אביו ואמו.
גראדע איז א נידון צו מקלה מיינט אפילו במחשבה אדער נאר בדיבור ובמעשה.

די לשון המחבר איז ''כל המבזה אביו ואמו אפילו בדברים אפי' ברמיזה'' ער רעדט נישט פון מחשבה.

וכן בפשטות גייט עס נישט אן ביי א זיידע. (אזוי ווי די איסור מקלל וואס גייט נישט אן)
אוועטאר
הרב זושא
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

צולייגער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 5:02 pm
און גראדע איז דער פראגראם (CDPAP) אויפן טשאפינג בלאק ביי גאווערנארין האקול, און לויט ווי זי האט אנאנסירט פאריגע וואך גייט מען עס שניידן מיט א שוחט מעסער בקרוב.
וכך הוי
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 1:35 am
אידן זענען אידן. ס'זענען דא תקנות אקעגן מחאות, אבער מען מוטשעט זיך...
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

מענטשן דברן, דאמירן בעלמא!

פאקט:
איין טאטע-מאמע קען קעיר נעמען פון צען קינדער
צען קינדער קענען נישט קעיר נעמען פון טאטע-מאמע!

דע מצוה איז אונגעהויער שווער.
יעדען טאג מוז א צווייט קינד גיין באדינען, ביי טאג ביינאכט, און זיצן אין שפיטאל וואכן לאנג.

די שטוב ווערט חרוב און די קינדער הייבן זיך אן שלאגן, איך בין געווען נעכטן, דו דרייסט זיך אייביג ארויס.

איך בין געווען שבת, יעצט גיי דו!

מ׳זאל נישט וויסן.
ווער עס ווייסט - רעדט שוין נישט !
אוועטאר
מאזיל
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:04 am

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאזיל »

קיסריה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:37 am
מענטשן דברן, דאמירן בעלמא!

פאקט:
איין טאטע-מאמע קען קעיר נעמען פון צען קינדער
צען קינדער קענען נישט קעיר נעמען פון טאטע-מאמע!

דע מצוה איז אונגעהויער שווער.
יעדען טאג מוז א צווייט קינד גיין באדינען, ביי טאג ביינאכט, און זיצן אין שפיטאל וואכן לאנג.

די שטוב ווערט חרוב און די קינדער הייבן זיך אן שלאגן, איך בין געווען נעכטן, דו דרייסט זיך אייביג ארויס.

איך בין געווען שבת, יעצט גיי דו!

מ׳זאל נישט וויסן.
ווער עס ווייסט - רעדט שוין נישט !
הינדערט פראצענט מ'זאל נישט וויסן אפי' מיט א גוי וואס נעמט קער אגאנצן טאג איז נאך דא איבער געניג וואס צו טוהן פאר אלע קינדער אין אייניקלעך
!!fight!!fight!!fight
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

קיסריה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:37 am
מענטשן דברן, דאמירן בעלמא!

פאקט:
איין טאטע-מאמע קען קעיר נעמען פון צען קינדער
צען קינדער קענען נישט קעיר נעמען פון טאטע-מאמע!
איין גוי קען טוהן מער ווי די טאטע מאמע אין צעהן קינדער ???
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:37 am

די תגובה האט אויסגעקוקט ווי ביידן אין די ווייסע הויז.

איך בעט די אחראי וואס מעקט עס זאל מיר צולייגן עפעס א ווערטעל.
שמעי' לאנדא
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:45 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי' לאנדא »

הרב זושא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:17 am
צולייגער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 5:02 pm
און גראדע איז דער פראגראם (CDPAP) אויפן טשאפינג בלאק ביי גאווערנארין האקול, און לויט ווי זי האט אנאנסירט פאריגע וואך גייט מען עס שניידן מיט א שוחט מעסער בקרוב.
וכך הוי
פרטים?
יעדע זאך נעמט צייט
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”