מיט א גוי אין מקוה?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

אריינקומענדיג אין מקוה אין איינע פון די גרויסע בתי מדרשים דא אין אלט וויליאמסבורג באמערק איך גלייך א שרעקליכע זאך דריי נישט אידן רייטן ארום אין מקוה אן קיין שום בושה אין איין פאל זעה איך כפשוטו איינער פון דעי חברה האבן פשוט אויסגעטוהן די שיך אין זאקן אין דרייט זיך צווישן די שאווער'ס היל"ת.
נאך א שנעלע אנאליז הער איך אז ס'דא ב"ה ביי אונז אין די קהילה פארשידענע עלטערע אידן לאיוש"ט עמו"ש וואלס ליידער קענען זיך נישט אומגיין אליין שטעלט זיי די שטאט צו א קאלירפולע אימעגראנט זאל זיי ארויסהעלפן מיטן טאג טעגליכן לעבן.

אבער...

טייערע אידן לאמיר אינאיינעם אריינטראכטן אונזערע זיידעס אדער גאר עלטער זיידעס שוין זענען ארויס געקומען פון קריג זיי וואלטן זיך געווינטשן מכבד צו זיין זייערע זיידעס אין ווער רעדט נאך פון עלטער זיידעס, פארוואס זאלן אונז אייניקלעך נישט פילן פאר א זכי' אין א כבוד צו ארויס העלפן אונזער זיידע וואס איז שוין ליידער נישט בכח אליין אנצוגיין ??? עס דארף צו זיין א בושה פאר אן אייניקל אז א גוי העלפט זיין זיידע אין שאווער אין און מקוה אין אפילו אינדערהיים.

איך האלט מיט יעדן טאג קומט א גוי אן מיט אן עלטערע אין ביהמ"ד צו מעריב אין מישט אויף א סידור צו מנחה שפילט אויף זיין סמארטפאוין בערך צעהן מינוט אין שלעפט אוועק דעם איד נישט קיין חילוק ווי מען האלט אין דאווענען אין מרעדן פון איד מיט א קינדער געבענטשטע שטוב אבער הילדים איננו.....
לעצט פארראכטן דורך מילדי העברים אום מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:40 pm

אין א סייד נאוט, אויב דו קענסט נישט פארנעמען די היץ, גיי ארויס פון קאך!
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיט א גוי אין מקוה ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

גאר א ווייטאגליכע נושא.....
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

איך הייק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:29 am
גאר א ווייטאגליכע נושא.....
יא באמת א ווייטאגליכע נושא, אבער אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו

דו ווייסט נישט וואס מיינט פאר משפחה וואס האט א ראש משפחה וואס דארף אנקומען צו הילף, וויפיל ס'פאלט אויף די משפחה שוין נאכן האבן א געהילף

אבער די נקודה איז נאך אלס אמת און וויכטיג
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: מיט א גוי אין מקוה ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

תג נוצער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:32 am

וואודעראום קען איך א משפחה וואס די זיידע איז אין א גאר שווערע צושטאנד ואכמ"ל אין יעדען טאג גייט א אנדערע אייניקל מיט מסירות נפש אפגעבן כבוד פאר זיידן אין שמועסט מיט אים טראגט אים אין שול ווי רש"י זאגט אויף כבד את אביך ואת אמיך
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:40 pm

אין א סייד נאוט, אויב דו קענסט נישט פארנעמען די היץ, גיי ארויס פון קאך!
אוועטאר
מה נשמע
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:33 am

Re: מיט א גוי אין מקוה ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה נשמע »

ס'איז דא א קליפ וואס לייגט אראפ די גאנצע נושא....(כ'מיין ס'איז פון באלאגאן)
# “On Jan. 6, we had a great border. Nobody coming through, very few. On Jan. 6, we had an economy that was the best in the world. Our stock market was the best ever.”

(דאנאלד טראמפ צו דזשאו ביידן)
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיט א גוי אין מקוה ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

תג נוצער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:32 am
איך הייק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:29 am
גאר א ווייטאגליכע נושא.....
יא באמת א ווייטאגליכע נושא, אבער אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו

דו ווייסט נישט וואס מיינט פאר משפחה וואס האט א ראש משפחה וואס דארף אנקומען צו הילף, וויפיל ס'פאלט אויף די משפחה שוין נאכן האבן א געהילף

אבער די נקודה איז נאך אלס אמת און וויכטיג
איך פלעג יארן לאנג העלפן א יוד יהא זכרו ברוך גיין און מקוה ער פלעגט זיך אפט אפרעדן אז ער פארשטייט זיינע קינדער אז ס'איז שווער אים צו העלפן אייביג אבער .....
פון די אנדערע זייט שרייט זיך ארויס דעם מי כעמך ישראל אז אפי נעבעך יודן וואס זענען פאלעזירט אדער אלט און שוואך שטרענגען זיך אן צו גיין און מקוה מיט מסירות נפש ממש
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

איך האב געהאט א זיידע ז"ל רוען זאל ער אין לעכטיגן גן עדן מיינע ברידערס דערציילן ווי שווער עס איז זיי געוועהן צו טראגן זיידי'ן אין מקוה יעדען טאג אין ווען זיידי האט געוואלט אנטוהן שבתדיג אדער פאסטן יו"כ אינמיטן די וואך ווי שווער עס איז אנגעקומען צו זיך קריגן מיט א זיידע אין אים מסביר זיין א זאך וואס ער קען ליידער נישט פארשטיין.

מדארף פארשטיין יעדעם איינעם עס איז נישט די גרינגסטע זאך צו טראגן א זיידן אין ביהמ"ד אויב עפעס איזעס פון די שווערסטע זאכן צו טוהן.
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

אמור יאמר האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:49 am

עס נעמט אבער נישט אוועק נישט אוועק די נקודה
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:40 pm

אין א סייד נאוט, אויב דו קענסט נישט פארנעמען די היץ, גיי ארויס פון קאך!
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

מילדי העברים האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:45 pm
אמור יאמר האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:49 am
איך האב געהאט א זיידע ז"ל רוען זאל ער אין לעכטיגן גן עדן מיינע ברידערס דערציילן ווי שווער עס איז זיי געוועהן צו טראגן זיידי'ן אין מקוה יעדען טאג אין ווען זיידי האט געוואלט אנטוהן שבתדיג אדער פאסטן יו"כ אינמיטן די וואך ווי שווער עס איז אנגעקומען צו זיך קריגן מיט א זיידע אין אים מסביר זיין א זאך וואס ער קען ליידער נישט פארשטיין.

מדארף פארשטיין יעדעם איינעם עס איז נישט די גרינגסטע זאך צו טראגן א זיידן אין ביהמ"ד אויב עפעס איזעס פון די שווערסטע זאכן צו טוהן.
עס נעמט אבער נישט אוועק נישט אוועק די נקודה
די נקודה נעמט אבער נישט אוועק די שוועריקייט עס קוקט אויס אז איר האט נישט געהאט קיינמאל קיין זיידע אין אזא צושטאנד
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אין מקוה און ביי אנדערע פריוואטע געברויכן זענען רוב מענטשן מער באקוועם מיט א גוי
ויברך דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 5:54 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויברך דוד »

מילדי העברים האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:34 am
תג נוצער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:32 am
איך הייק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:29 am
גאר א ווייטאגליכע נושא.....
יא באמת א ווייטאגליכע נושא, אבער אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו

דו ווייסט נישט וואס מיינט פאר משפחה וואס האט א ראש משפחה וואס דארף אנקומען צו הילף, וויפיל ס'פאלט אויף די משפחה שוין נאכן האבן א געהילף

אבער די נקודה איז נאך אלס אמת און וויכטיג
וואודעראום קען איך א משפחה וואס די זיידע איז אין א גאר שווערע צושטאנד ואכמ"ל אין יעדען טאג גייט א אנדערע אייניקל מיט מסירות נפש אפגעבן כבוד פאר זיידן אין שמועסט מיט אים טראגט אים אין שול ווי רש"י זאגט אויף כבד את אביך ואת אמיך
יאפ א נחת אסאך מאל צי זעהן משפחות זענען מכבד די עלטערן ממש מיט מסירות נפש

עס קען זיין זייער א שווערע זאך מענטשן זענען פארנימען

אבער מ'האט דאך א ציזאג פון די תורה למען יארוכין ימיך
אוועטאר
פידזשאמעס
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 7:00 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידזשאמעס »

מיט מעדיקעיד קען מען אויסוועלן וועם מען וויל נעמען?
נקוט כלל זו בידך; ביים שלאפן זעט יעדער אויס די זעלבע...
אוועטאר
מים חיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5043
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

גרינג צו רעדן אויף יענעמס חשבון

וויפיל יאר באגלייסטו שוין דיין זיידע צום גוטן? און וויפיל נאך יאר ביסטו עס גרייט צו טון?
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: מיט א גוי אין מקוה ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

ויברך דוד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:51 pm
מילדי העברים האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:34 am
תג נוצער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:32 am
איך הייק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:29 am
גאר א ווייטאגליכע נושא.....
יא באמת א ווייטאגליכע נושא, אבער אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו

דו ווייסט נישט וואס מיינט פאר משפחה וואס האט א ראש משפחה וואס דארף אנקומען צו הילף, וויפיל ס'פאלט אויף די משפחה שוין נאכן האבן א געהילף

אבער די נקודה איז נאך אלס אמת און וויכטיג
וואודעראום קען איך א משפחה וואס די זיידע איז אין א גאר שווערע צושטאנד ואכמ"ל אין יעדען טאג גייט א אנדערע אייניקל מיט מסירות נפש אפגעבן כבוד פאר זיידן אין שמועסט מיט אים טראגט אים אין שול ווי רש"י זאגט אויף כבד את אביך ואת אמיך
יאפ א נחת אסאך מאל צי זעהן משפחות זענען מכבד די עלטערן ממש מיט מסירות נפש

עס קען זיין זייער א שווערע זאך מענטשן זענען פארנימען

אבער מ'האט דאך א ציזאג פון די תורה למען יארוכין ימיך
יא די באקאנטע גמרא אין קידושין ל"א ע"ב ת"ר: איזהו מורא ואיזהו כיבוד? מורא - לא עומד במקומו ,ולא יושב במקומו ,ולא סותר את דבריו ,ולא מכריעו; כיבוד - מאכיל ומשקה ,מלביש ומכסה ,מכניס ומוציא.

ווי איז נאך דא אזא מלביש ומכסה מכניס ומוציא ווי דעיס ??
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:40 pm

אין א סייד נאוט, אויב דו קענסט נישט פארנעמען די היץ, גיי ארויס פון קאך!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2841
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

ברוך השם דו ווייסט נישט...

אלס איינער וואס האט אין די משפחה אזוינס ליידער...

להוי ידוע לך
דיע סארט גוים, זענען געלערנט, און ווייסן און קענען גוט וואס זיי דארפן צו טוהן,
ווייניג דא ביי אחב"י וואס קענען דאס

וואס כ'פארשטייניש וואס זוכט דער ערל אין מקוה ביים שאוער? א שאוער נעמט אזא איד אינדערהיים, ואכמ"ל
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

כיבוד אב ואם איז א ריזיגע מצוה אבער א מענטש האט חיובים פאר דעם, עס אזי דא א שולחן ערוך, א מענטש וואס נעגלעקט זיין ווייב מיט קינדער אויף די חשבון פון כיבוד אב ואם איז עס א מצווה הבא ע''י עבירה.

א מענטש ארבייט פון 9 ביז 5 צו דעקן זיינע הוצאת אפילו א מענטש וואס ארבייט אייגענע שעות מןז ער האבן די פאוקעס אויף די ביזנעס אז נישט וועט ער זיך דערזעהן אן קיין ארבייט און אן קיין געלד.

נאכאמאל אז איינער וואס קען דאס באווייזען איז נישטא קיין בעסערס.

מען קען אבער קיינמאל קיינמאל דן זיין קיינעם

.ווער רעדט נאך ווען איך בין געווען א קינד האט ער עפעס נישט געטראפן קיין צייט זיך אפצוגיבן מיט מיר זיינע חברים זענען געווען וויכטיגער... אבער צו פארהערן פונקליך יעדע ווארט דארט האט ער עפעס אריינגעלעבט און מיר געשלאגן פארן נישט פונקליך נאכזאגן די טייטש... יעצט צאל איך פאר טעראפיסטן זיך צו היילען... א טאטע איז א טאטע און די חיוב איז אלס דא פארשטיי מיר מיין געפיל
Rabbi Chaim
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 3:30 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabbi Chaim »

מילדי העברים האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:22 am
אריינקומענדיג אין מקוה אין איינע פון די גרויסע בתי מדרשים דא אין אלט וויליאמסבורג באמערק איך גלייך א שרעקליכע זאך דריי נישט אידן רייטן ארום אין מקוה אן קיין שום בושה אין איין פאל זעה איך כפשוטו איינער פון דעי חברה האבן פשוט אויסגעטוהן די שיך אין זאקן אין דרייט זיך צווישן די שאווער'ס היל"ת.
נאך א שנעלע אנאליז הער איך אז ס'דא ב"ה ביי אונז אין די קהילה פארשידענע עלטערע אידן לאיוש"ט עמו"ש וואלס ליידער קענען זיך נישט אומגיין אליין שטעלט זיי די שטאט צו א קאלירפולע אימעגראנט זאל זיי ארויסהעלפן מיטן טאג טעגליכן לעבן.

אבער...

טייערע אידן לאמיר אינאיינעם אריינטראכטן אונזערע זיידעס אדער גאר עלטער זיידעס שוין זענען ארויס געקומען פון קריג זיי וואלטן זיך געווינטשן מכבד צו זיין זייערע זיידעס אין ווער רעדט נאך פון עלטער זיידעס, פארוואס זאלן אונז אייניקלעך נישט פילן פאר א זכי' אין א כבוד צו ארויס העלפן אונזער זיידע וואס איז שוין ליידער נישט בכח אליין אנצוגיין ??? עס דארף צו זיין א בושה פאר אן אייניקל אז א גוי העלפט זיין זיידע אין שאווער אין און מקוה אין אפילו אינדערהיים.

איך האלט מיט יעדן טאג קומט א גוי אן מיט אן עלטערע אין ביהמ"ד צו מעריב אין מישט אויף א סידור צו מנחה שפילט אויף זיין סמארטפאוין בערך צעהן מינוט אין שלעפט אוועק דעם איד נישט קיין חילוק ווי מען האלט אין דאווענען אין מרעדן פון איד מיט א קינדער געבענטשטע שטוב אבער הילדים איננו.....
עס שרייבט זיך זייער גרינג דא איבער די נושא. אבער רעאליסטיש גערעדט איז אוממעגליך צי באדינען זיידי 24/7 סיידן ער לאזט איבער אפאר מיליאן פאר די קינדער.
די עולם איז טרוד על המחי און ווי נעמט מען צייט פאר זיידי?

ווען די זעסט א עלטערן יוד ווערט באדינט דורך א בני חם זייט זיכער אז די משפחה פרובירט די בעסטע לויט זייער מעגלעכקייט.

זייט נישט אזוי נעגאטיוו אויפן אונזער גוטע אידישע ברודער
ויברך דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 5:54 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויברך דוד »

מנחם נחום האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:07 pm
כיבוד אב ואם איז א ריזיגע מצוה אבער א מענטש האט חיובים פאר דעם, עס אזי דא א שולחן ערוך, א מענטש וואס נעגלעקט זיין ווייב מיט קינדער אויף די חשבון פון כיבוד אב ואם איז עס א מצווה הבא ע''י עבירה.

א מענטש ארבייט פון 9 ביז 5 צו דעקן זיינע הוצאת אפילו א מענטש וואס ארבייט אייגענע שעות מןז ער האבן די פאוקעס אויף די ביזנעס אז נישט וועט ער זיך דערזעהן אן קיין ארבייט און אן קיין געלד.

נאכאמאל אז איינער וואס קען דאס באווייזען איז נישטא קיין בעסערס.

מען קען אבער קיינמאל קיינמאל דן זיין קיינעם
געווענליך א מענטש וואס האט ב''ה א קינדער געבענטשטע משפחה דארף עס נישט גיין אויף די חשבוין פון די קינדער'ס משפחה-ביזנעס

מקען מאכען א גיטע סיסטעם יעדע טאג א אנדערער קינד /אייניקעל

אוואדאי אז עס שווער יא .. אבער פאר דעים איז מען דאך דא
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

ויברך דוד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:14 pm
מנחם נחום האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:07 pm
כיבוד אב ואם איז א ריזיגע מצוה אבער א מענטש האט חיובים פאר דעם, עס אזי דא א שולחן ערוך, א מענטש וואס נעגלעקט זיין ווייב מיט קינדער אויף די חשבון פון כיבוד אב ואם איז עס א מצווה הבא ע''י עבירה.

א מענטש ארבייט פון 9 ביז 5 צו דעקן זיינע הוצאת אפילו א מענטש וואס ארבייט אייגענע שעות מןז ער האבן די פאוקעס אויף די ביזנעס אז נישט וועט ער זיך דערזעהן אן קיין ארבייט און אן קיין געלד.

נאכאמאל אז איינער וואס קען דאס באווייזען איז נישטא קיין בעסערס.

מען קען אבער קיינמאל קיינמאל דן זיין קיינעם
געווענליך א מענטש וואס האט ב''ה א קינדער געבענטשטע משפחה דארף עס נישט גיין אויף די חשבוין פון די קינדער'ס משפחה-ביזנעס

מקען מאכען א גיטע סיסטעם יעדע טאג א אנדערער קינד /אייניקעל

אוואדאי אז עס שווער יא .. אבער פאר דעים איז מען דאך דא
נישט מוכרח בכלל, ווענט זיך ווי א משפחה, אמאל גרינגער און אמאל אומעגליך. און צומאל איז עס א עוולה צו פארפעלן פון די אייגענע שטוב בזמן ווען די ווייב און קינדער דארפן דיר וויכטיג.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

צ/ק

פעך. אויף אלע גוים געוואונטשן.
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

מנחם נחום האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:26 pm
ויברך דוד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:14 pm
מנחם נחום האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:07 pm
כיבוד אב ואם איז א ריזיגע מצוה אבער א מענטש האט חיובים פאר דעם, עס אזי דא א שולחן ערוך, א מענטש וואס נעגלעקט זיין ווייב מיט קינדער אויף די חשבון פון כיבוד אב ואם איז עס א מצווה הבא ע''י עבירה.

א מענטש ארבייט פון 9 ביז 5 צו דעקן זיינע הוצאת אפילו א מענטש וואס ארבייט אייגענע שעות מןז ער האבן די פאוקעס אויף די ביזנעס אז נישט וועט ער זיך דערזעהן אן קיין ארבייט און אן קיין געלד.

נאכאמאל אז איינער וואס קען דאס באווייזען איז נישטא קיין בעסערס.

מען קען אבער קיינמאל קיינמאל דן זיין קיינעם
געווענליך א מענטש וואס האט ב''ה א קינדער געבענטשטע משפחה דארף עס נישט גיין אויף די חשבוין פון די קינדער'ס משפחה-ביזנעס

מקען מאכען א גיטע סיסטעם יעדע טאג א אנדערער קינד /אייניקעל

אוואדאי אז עס שווער יא .. אבער פאר דעים איז מען דאך דא
נישט מוכרח בכלל, ווענט זיך ווי א משפחה, אמאל גרינגער און אמאל אומעגליך. און צומאל איז עס א עוולה צו פארפעלן פון די אייגענע שטוב בזמן ווען די ווייב און קינדער דארפן דיר וויכטיג.
יעדע משפחה קען מאכן א סדר פון די קינדער אין די עלטערע אייניקלעך אפילו איר אייניקלעך סאיז נישט צו שווער איינמאל אין צוויי וואכן צו באדינען די אייגענע זיידע רעדן צו אים הערן פון אים אא"וו ....
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:40 pm

אין א סייד נאוט, אויב דו קענסט נישט פארנעמען די היץ, גיי ארויס פון קאך!
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

איך וואלט אפגעשפארט די אשכול, שטיות האט אויך א שיעור.
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1990
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע:אין בעט

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

איך ווייס נישט פארוואס מ'דארף די גוי, מ'קען מאכן שיין פרנסה פון נעמען דעם זיידן אין בהמי''ד.
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

קו ירוק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:39 pm
איך וואלט אפגעשפארט די אשכול, שטיות האט אויך א שיעור.
פארדעם ביסטו נישט קיין אחראי
שיינער חלום האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:52 pm
איך ווייס נישט פארוואס מ'דארף די גוי, מ'קען מאכן שיין פרנסה פון נעמען דעם זיידן אין בהמי''ד.
פידזשאמעס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:53 pm
מיט מעדיקעיד קען מען אויסוועלן וועם מען וויל נעמען?
המספיק האט עדוויטייזט אז זיי ערלעדיגן עס
to be continued
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm

Re: מיט א גוי אין מקוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך to be continued »

מענין לענין אז מ'רעדט שוין, פארשטיי איך נישט פארוואס א גוי דארף זיך דרייען אין מקוה צאמצונעמען האנטוכער וכדו' ווען דער עולם איז דארט.

איך האב טאקע זייער הנאה אז די מקוה ווערט געזויבערט, אבער ס'פאסט נישט אז א גוי זאל זיך דרייען דארט אין אזא צייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”