דיונים ועיונים במסכת מגילה
קושיות והערות בלימוד הגמרא
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1674
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
קרעמער האט געשריבן: מען רופט עס תרגום יונתן, אבער אינו מוכרח אז עס איז פון אים. זוך דעם ספעציעלן תרגום אשכול.
אינו מוכרח? מוכרח שאינו. מיט א מפורש'ע גמרא איז נישט שייך מחולק צו זיין.
נאר וואס? די תרגום יונתן על ה'תורה', איז אויך דא אסאך וואס טענה'ן אז עס איז נישט פון יונתן ב"ע [וכ"מ בגמ' שלפנינו], כידוע.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
יגעתי ומצאתי האט געשריבן: די תרגום יונתן על ה'תורה', איז אויך דא אסאך וואס טענה'ן אז עס איז נישט פון יונתן ב"ע[וכ"מ בגמ' שלפנינו], כידוע.
ס'איז נישט דא וואס צו טענה'ן. עס איז זיכער נישט אזוי וויא די גמרא וואס די האסט פארצייכענט. ועוד, די וועסט נישט טרעפען קיין שום ראשון זאל ברענגען דער תרגום על התורה בשם יונתן.
עס איז ארויס געקומען א ספר אויף תרגום על התורה מיטען נאמען 'פרשגן'. דער מחבר איז רב' רפאל בנימין פוזן.
דערווייל איז דא נאר אויף ספר בראשית. דער ספר אויף בראשית אינהאלט 963עמודים.
אונעם מבוא האט ער א לאנגע דיון בענין די פארשידענע תרגומים וואס זענען דא על התורה.
אבער דאס איז א שמועס פאר דיך, און עס איז נישט נוגע דער נושא פון דער אשכול
the SCY is the limit
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1674
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע:בין גברא לגברא
א פאר הערה'לעך
א
דאס וואס המן האט געזאגט אתי קומצא דידכו ודוחה עשרת אלפים ככר דידי
איז מיר איינגעפאלען לעצטענס אז עס קען זיין אז המן האט דאס גאר געזאגט בתמיה....
ב
וישנה ואת נערותיה שהאכילה קדלי דחזירא
רש"י זאגט אז עס איז געווען חזיר-שמאלץ ומתוך אונסה לא נאנסה
ותוס' כתבו וח"ו היא לא היתה אוכלת
לכאורה וואס איז די טראסק רש"י זאגט דאך סי געווען אונס
נאר קען זיין לפי דער מהרש"
ל אז אפילו באונס אויב מען וואלט למעשה דער איסור געטוהן אפילו אויך אהן אונס דארף עס א כפרה
אויף דעם זאגט תוס' אז אוודאי אהן א אונס וואלט אסתר דאס נישט געגעסען
כמ"ש היא לא "היתה" אוכלת
ולא כתבו היא לא "אכלה"...

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
דף ז' ע"א ברענגט די גמ' א ראי' אז אסתר ברוח הקודש נאמרה ווייל ס'שטייט ויודע הדבר למרדכי [די פלאן פון בגתן ותרש], פון וואו האט מרדכי געוואוסט, מוז זיין אז ס'איז געווען ברוח הקודש.
וקשה לי, סך הכל איז דאס נאר א ראי' אז מרדכי [בכלל] האט געהאט רוח הקודש, וואס האט עס אבער מיט די שאלה צו מגילת אסתר איז געזאגט געווארן ברוח הקודש?
[ודוחק גדול לומר אז די ראי' איז טאקע אויף מרדכי בכלל, נאר אזוי ווי ער איז געווען מכותבי המגילה איז עס מסתמא נאמר ברוח הקודש].

ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אז די שרייבער האבן נישט אליין מחליט געווען אפצושרייבן א סיפור דברים בעלמא, נאר זיי האבן דאס געשריבן ברוח הקודש [סיי דאס שרייבן בכלל און סיי די ווערטער - הכל בכתב מיד ה' עלי השכיל].
למעשה האב איך היינט געזעהן צוצייכענען אז ר"ר יונתן אין יערות דבש [ח"ב דרוש ב'] זאגט פשט אזוי, אז אויב וואלט די מגילה נישט געווען געשריבן ברוח הקודש וואלט מרדכי מחמת ענותנותו נישט געשריבן 'ויודע הדבר למרדכי' וואס פון דעם זעהט מען אז ער [פריוואט] האט געהאט רוח הקודש.
למעשה האב איך היינט געזעהן צוצייכענען אז ר"ר יונתן אין יערות דבש [ח"ב דרוש ב'] זאגט פשט אזוי, אז אויב וואלט די מגילה נישט געווען געשריבן ברוח הקודש וואלט מרדכי מחמת ענותנותו נישט געשריבן 'ויודע הדבר למרדכי' וואס פון דעם זעהט מען אז ער [פריוואט] האט געהאט רוח הקודש.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
- שלומי אמוני ישראל
- שר האלף
- תגובות: 1410
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
- לאקאציע:אונטער מיין הוט
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:משה'עלע האט געשריבן: וויאזוי לערנסטו פשוט פשט אז די מגילה איז געשריהען ברוח הקודש דהיינו וואס וויל די גמרא ברענגען א ראיה
אז מגילתאסתר מטמאת את הידים
מ'קען נישט לערנען אזוי, ווייל די גמ' זאגט דאך בפירוש אז אפילו למ"ד אינה מטמאה את הידים איז אסתר געזאגט געווארן ברוח הקודש לקרות [נאר נישט לכתוב], אויב אזוי איז דאך נישט קיין ראי' פון די אלע פסוקים וואס די גמ' ברענגט, ווייל כו"ע מודי אז דער לשון המגילה איז ברוח הקודש, אלא ע"כ דארף מען לערנען ווי כ'האב פריער געשריבן.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
scy4851 האט געשריבן: איך לערען מגילה מיט מיין זוהן און שוין צוויי טעג מיטשעט מען זיך אויף צוויי רש"י וויא רש"י איז מסביר פשט און צוויי מימרא פון רבא
דף כ"ו ע"א אונטען אמר רבא לא שנו וכו'
רש"י ד"ה לא שנו און אויך ד"ה אלא שלא מכרו
לויט וויא עס קוקט פאר אינז אויס פון רש"י, לערענט רבא אז אויב מען פארקויפט א בית הכנסת איז דא צוויי ברירה'ס
אויב די שבעה טובי העיר האבען עס פארקויפט במעמד אנשי העיר, גייען ביידע, סיי די געלט און סיי דאס בית מדרש ארויס אויף חולין.
אויס נישט די טובי העיר האבען עס פארקויפט, זענען ביידע, סיי דאס געלט און סיי דאס בית הכנסת, בקדושתן
אויפען זעלבען בלאט עמוד ב' איז דא נאך א מימרא פון רבא, און פון רש"י דארט ד"ה חלופי וזבוני (אוב אינז לערנען מיר ריכטיג פשט און רש"י)
וועט אויס קומען אז ווען מען פארקויפט א בית הכנסת, וועט דאס געלט איבער נעמען די קדושה פונעם בית הכנסת און דער בית הכנסת גייט ארויס לחולין
אזוי קוקט אויס דער פשט און די סוגיא אליבא דרש"י, פאר מיר מיט מיין זוהן.
לכאורה זעהט אויס אוויא רש"י לערענט צוויי סותר'דיגע פשטים און רבא
איך האב דערווייל נאך נישט געטראפען איינער זאל מעורר זיין.
אפשר ווייסט איינער פשט.
און אפשר גאר לערנען מירנישט ריכטיג, מיר וועל זיין זייער דאנקבאר פאר דער וועס עס קען אינז אויפלייכטען די אויגען און דער סוגיא
א דאנק
שמחה
נ.ב. מעקען מיך קאנטעקטען און אישית אויך
כבר האריכו האחרונים, עי' בגלה"ש ורש"ש ומור וקציעה סי' קנג, וכו'.
msp האט געשריבן: א פאר הערה'לעך
א
דאס וואס המן האט געזאגט אתי קומצא דידכו ודוחה עשרת אלפים ככר דידי
איז מיר איינגעפאלען לעצטענס אז עס קען זיין אז המן האט דאס גאר געזאגט בתמיה....
אזוי שרייבט דער יערות דבש.
msp האט געשריבן: ב
וישנה ואת נערותיה שהאכילה קדלי דחזירא
רש"י זאגט אז עס איז געווען חזיר-שמאלץ ומתוך אונסה לא נאנסה
ותוס' כתבו וח"ו היא לא היתה אוכלת
לכאורה וואס איז די טראסק רש"י זאגט דאך סי געווען אונס
נאר קען זיין לפי דער מהרש"
ל אז אפילו באונס אויב מען וואלט למעשה דער איסור געטוהן אפילו אויך אהן אונס דארף עס א כפרה
אויף דעם זאגט תוס' אז אוודאי אהן א אונס וואלט אסתר דאס נישט געגעסען
כמ"ש היא לא "היתה" אוכלת
ולא כתבו היא לא "אכלה"...
ומיושב לפי"ז לשון הגמ' שהאכילה, אז זי האט יא געגעסן.
ובעיקר הדבר איז דא אן אריכות, צו אכילת איסור איז מטמטם אפילו באונס, אדער ווייל גנאי הוא לצדיקים אפי' באונס.
שוטה האט געשריבן: למעשה האב איך היינט געזעהן צוצייכענען אז ר"ר יונתן אין יערות דבש [ח"ב דרוש ב'] זאגט פשט אזוי, אז אויב וואלט די מגילה נישט געווען געשריבן ברוח הקודש וואלט מרדכי מחמת ענותנותו נישט געשריבן 'ויודע הדבר למרדכי' וואס פון דעם זעהט מען אז ער [פריוואט] האט געהאט רוח הקודש.
וע"ע טורי אבן וחת"ס ושפ"א.
אויף דף ב. מאכט די גמ' א חשבון אז פריער ווי יד וטו זענען נאך צוויי טעג נתרבה געווארן (צוליב בזמניהם אדער כימים), אויף יג פעלט נישט אויס דזמן קהילה לכל היא, בלייבט יא ויב. רש"י טייטשט זמן קהילה לכל היא אז מ'איז זיך צוזאמענגעקומען בימי מרדכי ואסתר ועיקר הנס בו היה, אבער דער רא"ש ברענגט פון רבינו תם אז דאס מיינט היינט, שהכל מתענין לתענית אסתר.
לכאורה, ווען ליינט מען בי"א, שטייט דאך אין די משנה כשחל להיות אחר השבת דכפרים מקדימין ליום הכניסה. אין אזא פאל איז דאך תענית אסתר אויך דאנערשטאג (ווי דער רא"ש שרייבט דארט בשם תשובות הגאונים), איז דאס דאך זמן קהילה לכל לפיר"ת ולא איצטריך לרבויי?
ומסתברא שאין כוונת ר"ת אז דער פשוטער מציאות אז דער גאנצער קהל פאסט גיבט דאס שוין א חשיבות פון זמן קהילה לכל, נאר דוקא אזא טאג וואס איז מיועד צום פאסטן, כדרך שהתענו בימי מרדכי ואסתר, וממילא איז א תענית מוקדם נישט בכלל. ושוב מצאתי ככל דברינו בבית יצחק להגאון מסוואליאווא.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמהאינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
שוטה האט געשריבן: אה, שלום עליכם רבינו.
עליכם השלום.
שוטה האט געשריבן:אוהב חכמה האט געשריבן: אדער ווייל גנאי הוא לצדיקים אפי' באונס.
השתא בהמתן של צדיקים - מידי דאכילה [ואפשר דאונס שאני].
יא יא, דאס איז דער נידון. עי' בבית האוצר מער' א' סוף כלל כד, ועוד.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמהאינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
- בונמס זיידע
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 473
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
- לאקאציע:THE "SANE" ASSYLUM
ווער האלט ביי דף ט אין מועד קטן
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????
ד. ואריב״ל חייב אדם לקרות את המגילה בלילה ולשנותה ביום שנאמר אלק' אקרא יומם ולא תענה ולילה ולא דומיה לי
קודם די פסוק רעדט דאך פון מתפלל זיין און מגילה איז ענין פון הודעה - קרייאתה זו הוללוה, נו וויאזוי גייט די לימוד?
בכלל אין דעם פסוק שטייט אז איך דאווען באטאג און ביינאכט און מיין תפילה ווערט נישט אנגענומען, נו איז דעס א לימוד אויף יא צו ליינען די מגילה בייטאג און ביינאכט?
ה. אי זו היא עיר גדולה כל שיש בה עשרה בטלנין
וואס א שייכות האט די דין פון כפרים מקדימין ליום הכניסה מיט עשרה בטלנין? לכאו' וואלט געדארפט שטיין אז א שטאט וואס האט נישט קיין מנין אדער א שטאט וואס האט נישט קיין בעל קורא הייסט א כפר, אבער א שטאט מיט צענדליגע טויזענטער אידן ווייל ס'נישט דא קיין י' בטלנין קענען זיי מקדים זיין ליום הכניסה? פארוואס? (אקעי כ'פארשטיי ס'נישט קיין מציאות טויזענטער אידן אן לומדי תורה, אבער וואס פאר א שייכות האט עס מיט מגילה?)

אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
ים רויבער האט געשריבן: במס' מגילה ו: "אמר עולא איטליא של יון זה כרך גדול של רומי והויא תלת מאה פרסה על תלת מאה פרסה ויש בה שס"ה שווקים כמנין ימות החמה וכו' – ופ' רש"י "כרך גדול שגדל בשביל עון מנשה שבשעה שהכניס צלם בהיכלירד גבריאל ונעץ קנה בים וגדל עליו חלקה גדולה ונבנה לשם איטליא של יון" ע"כ
לכאורה איז די רש"י זייער שווער ווייל אין מס' סנהדרין כא: זאגט דארט די גמ' "אמר ר' יצחק בשעה שנשא שלמה את בת פרעהירד גבריאל ונעץ קנה בים והעלה שרטון ועליו נבנה כרך גדול שברומי"
און אין מס' שבת נו: זאגט דארט די גמ' "אמר ר' יהודה אמר שמואל בשעה שנשא שלמה את בת פרעהירד גבריאל ונעץ קנה בים ועלה בו שרטון ועליו נבנה כרך גדול של רומי" ופירש"י "והוא איטליא של יון במס' מגילה"
זאגט דארט די גמ' ווייטער במתניתא תנא אותו היום שהכניס ירבעםשני עגלי זהב א' בבית אל וא' בדן נבנה צריף א' וזהו איטליא של יון
ופירש"י ד"ה נבנה צריף א' "באותו שרטון שגדל שם בימי שלמה"
עכ"פ בשביל עון מנשה ווערט אין ערגעץ נישט דערמאנט וצ"ע
אסאך מערקן דאס אן, און ענטפערן דכוונת רש"י אז דאן איז דאס אזוי צעוואקסן, ווי רש"י איז מדייק "שגדל". די שאלה איז נאר וואו איז דער מקור. ובאמת אין ש"ס וויניציאה (שנת ר"פ) שטייט דאס נישט אין רש"י.
אבער באמת איז די גאנצע מאמר חז"ל נישט כפשוטו, רומי האט קלאר עקזיסטירט נאך פאר ימי שלמה, עי' באהבת איתן (על עין יעקב) עמ"ס שבת שם.
ניק ניק האט געשריבן: ד. ואריב״ל חייב אדם לקרות את המגילה בלילה ולשנותה ביום שנאמר אלק' אקרא יומם ולא תענה ולילה ולא דומיה לי
קודם די פסוק רעדט דאך פון מתפלל זיין און מגילה איז ענין פון הודעה - קרייאתה זו הוללוה, נו וויאזוי גייט די לימוד?
בכלל אין דעם פסוק שטייט אז איך דאווען באטאג און ביינאכט און מיין תפילה ווערט נישט אנגענומען, נו איז דעס א לימוד אויף יא צו ליינען די מגילה בייטאג און ביינאכט?
איר פרעגט דאס שוין נאכן זעהן רש"י? אויב יא דאן זייט ביטע בעסער מסביר אייער קושיא.
ניק ניק האט געשריבן: ה. אי זו היא עיר גדולה כל שיש בה עשרה בטלנין
וואס א שייכות האט די דין פון כפרים מקדימין ליום הכניסה מיט עשרה בטלנין? לכאו' וואלט געדארפט שטיין אז א שטאט וואס האט נישט קיין מנין אדער א שטאט וואס האט נישט קיין בעל קורא הייסט א כפר, אבער א שטאט מיט צענדליגע טויזענטער אידן ווייל ס'נישט דא קיין י' בטלנין קענען זיי מקדים זיין ליום הכניסה? פארוואס? (אקעי כ'פארשטיי ס'נישט קיין מציאות טויזענטער אידן אן לומדי תורה, אבער וואס פאר א שייכות האט עס מיט מגילה?)
מסתברא מילתא אז א שטאט וואו ס'זענען נישטא קיין 10 לומדי תורה (קבועים) דארף מען גיין פירן דיני תורה ערגעץ אנדערש (רעכנט דריי דיינים, צוויי טוענים, א ספרא דדיינא מיט א שליח בי"ד האלט איר שוין כמעט ביי 10...). ועי' בפנ"י שהקשה מזה על מה שחילקו התוס' בין מוקפין לפרזים.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמהאינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוהב חכמה האט געשריבן:ניק ניק האט געשריבן: ד. ואריב״ל חייב אדם לקרות את המגילה בלילה ולשנותה ביום שנאמר אלק' אקרא יומם ולא תענה ולילה ולא דומיה לי
קודם די פסוק רעדט דאך פון מתפלל זיין און מגילה איז ענין פון הודעה - קרייאתה זו הוללוה, נו וויאזוי גייט די לימוד?
בכלל אין דעם פסוק שטייט אז איך דאווען באטאג און ביינאכט און מיין תפילה ווערט נישט אנגענומען, נו איז דעס א לימוד אויף יא צו ליינען די מגילה בייטאג און ביינאכט?
איר פרעגט דאס שוין נאכן זעהן רש"י? אויב יא דאן זייט ביטע בעסער מסביר אייער קושיא.
וואס פאר א מין פראגע איז דאס צו איך האב געזען די רש"י? ווילסט מיך צונאר לייגן דא? קלערסט איך לייג דא ארויף קשיות פארן לערנען טריקן רש"י? אדרבה זאל יעדער אליין קוקן די רש"י דארט אויפן פלאץ און זאגן צו מיין קשי' דארף מער הסבר.
אוהב חכמה האט געשריבן:ניק ניק האט געשריבן: ה. אי זו היא עיר גדולה כל שיש בה עשרה בטלנין
וואס א שייכות האט די דין פון כפרים מקדימין ליום הכניסה מיט עשרה בטלנין? לכאו' וואלט געדארפט שטיין אז א שטאט וואס האט נישט קיין מנין אדער א שטאט וואס האט נישט קיין בעל קורא הייסט א כפר, אבער א שטאט מיט צענדליגע טויזענטער אידן ווייל ס'נישט דא קיין י' בטלנין קענען זיי מקדים זיין ליום הכניסה? פארוואס? (אקעי כ'פארשטיי ס'נישט קיין מציאות טויזענטער אידן אן לומדי תורה, אבער וואס פאר א שייכות האט עס מיט מגילה?)
מסתברא מילתא אז א שטאט וואו ס'זענען נישטא קיין 10 לומדי תורה (קבועים) דארף מען גיין פירן דיני תורה ערגעץ אנדערש (רעכנט דריי דיינים, צוויי טוענים, א ספרא דדיינא מיט א שליח בי"ד האלט איר שוין כמעט ביי 10...). ועי' בפנ"י שהקשה מזה על מה שחילקו התוס' בין מוקפין לפרזים.
זייער א שיינע סברה אבער קיין שייכות מיט מיין קשיא.
לויט דיין סברה וואלט געדאפט זיין די הלכה אז א שטאט ווי ס'נישט דא קיין בית דין איז נידן ככפר.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
ניק ניק האט געשריבן:אוהב חכמה האט געשריבן:ניק ניק האט געשריבן: ד. ואריב״ל חייב אדם לקרות את המגילה בלילה ולשנותה ביום שנאמר אלק' אקרא יומם ולא תענה ולילה ולא דומיה לי
קודם די פסוק רעדט דאך פון מתפלל זיין און מגילה איז ענין פון הודעה - קרייאתה זו הוללוה, נו וויאזוי גייט די לימוד?
בכלל אין דעם פסוק שטייט אז איך דאווען באטאג און ביינאכט און מיין תפילה ווערט נישט אנגענומען, נו איז דעס א לימוד אויף יא צו ליינען די מגילה בייטאג און ביינאכט?
איר פרעגט דאס שוין נאכן זעהן רש"י? אויב יא דאן זייט ביטע בעסער מסביר אייער קושיא.
וואס פאר א מין פראגע איז דאס צו איך האב געזען די רש"י? ווילסט מיך צונאר לייגן דא? קלערסט איך לייג דא ארויף קשיות פארן לערנען טריקן רש"י? אדרבה זאל יעדער אליין קוקן די רש"י דארט אויפן פלאץ און זאגן צו מיין קשי' דארף מער הסבר.
יא, ס'דארף מער הסבר.
----
לגבי עשרה בטלנים, ס'איז א גדר כללי אויף די מעגליכקייטן פון א שטאט, ווי רש"י ברענגט [צוויי מאל] פון די גמ' אין ברכות כיון שבא הקב"ה לבהכנ"ס ולא מצא שם עשרה מיד הוא כועס [דר"א איז אינטערעסאנט אז ביידע מאל איז רש"י מקפיד נישט מעתיק צו זיין די לעצטע דריי ווערטער נאר ער שרייבט וכו' אנשטאט], ממילא נעמט מען אהן אז א שטאט וואס האט די מעגליכקייט צו מאכן שבת פאר זיך האט זיכער עשרה בטלנין.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
ר' ניק ניק; זייט מיר מוחל אויב האב איך פוגע געווען אין אייער כבוד.
כאמור איז דאס נישט מיין סברא, נאר דעם פני יהושע'ס. וז"ל (על תוד"ה כרך שאין בו): דמסברא הכי הוא דכל שאין בו עשרה בטלנים הו"ל ככפר לענין שצריכין להקדים ליום הכניסה שדרכן לילך למקום בי"ד, וזכר לדבר כדאמרינן נמי בעלמא (סנהדרין יז:) דכל שאין בה עשרה בטלנים אין מושיבין בה סנהדרין. עכ"ל.
אייער קושיא אז ס'וואלט געדארפט שטיין עיר שאין בה בי"ד איז נישט אזוי שווער, ווייל וואס וועט זיין אויב איינער פון די דיינים פארט אוועק, וועט די גאנצע שטאט ווערן א כפר? און א שטאט וואו מ'האט נאכנישט געשטעלט קיין בי"ד ווייל ס'האט נאכנישט אויסגעפעלט, וכהנה רבות. די גדר איז נישט יש בה בי"ד, נאר ראוי להיות בה בי"ד, ועיר שיש בה י' בטלנים ראוי להיות בה בי"ד.
אבער אז איר זענט נישט צופרידן מיטן פנ"י'ס הסבר זענען דא אנדערע, דער טו"א (אויף דף ב') שרייבט דער טעם ווייל לכתחילה דארף זיין 10 לקריאת המגילה. אבער פון רש"י איז מער משמע דער טעם כדברי הפנ"י.
ניק ניק האט געשריבן:אוהב חכמה האט געשריבן:ניק ניק האט געשריבן: ה. אי זו היא עיר גדולה כל שיש בה עשרה בטלנין
וואס א שייכות האט די דין פון כפרים מקדימין ליום הכניסה מיט עשרה בטלנין? לכאו' וואלט געדארפט שטיין אז א שטאט וואס האט נישט קיין מנין אדער א שטאט וואס האט נישט קיין בעל קורא הייסט א כפר, אבער א שטאט מיט צענדליגע טויזענטער אידן ווייל ס'נישט דא קיין י' בטלנין קענען זיי מקדים זיין ליום הכניסה? פארוואס? (אקעי כ'פארשטיי ס'נישט קיין מציאות טויזענטער אידן אן לומדי תורה, אבער וואס פאר א שייכות האט עס מיט מגילה?)
מסתברא מילתא אז א שטאט וואו ס'זענען נישטא קיין 10 לומדי תורה (קבועים) דארף מען גיין פירן דיני תורה ערגעץ אנדערש (רעכנט דריי דיינים, צוויי טוענים, א ספרא דדיינא מיט א שליח בי"ד האלט איר שוין כמעט ביי 10...). ועי' בפנ"י שהקשה מזה על מה שחילקו התוס' בין מוקפין לפרזים.
זייער א שיינע סברה אבער קיין שייכות מיט מיין קשיא.
לויט דיין סברה וואלט געדאפט זיין די הלכה אז א שטאט ווי ס'נישט דא קיין בית דין איז נידן ככפר.
כאמור איז דאס נישט מיין סברא, נאר דעם פני יהושע'ס. וז"ל (על תוד"ה כרך שאין בו): דמסברא הכי הוא דכל שאין בו עשרה בטלנים הו"ל ככפר לענין שצריכין להקדים ליום הכניסה שדרכן לילך למקום בי"ד, וזכר לדבר כדאמרינן נמי בעלמא (סנהדרין יז:) דכל שאין בה עשרה בטלנים אין מושיבין בה סנהדרין. עכ"ל.
אייער קושיא אז ס'וואלט געדארפט שטיין עיר שאין בה בי"ד איז נישט אזוי שווער, ווייל וואס וועט זיין אויב איינער פון די דיינים פארט אוועק, וועט די גאנצע שטאט ווערן א כפר? און א שטאט וואו מ'האט נאכנישט געשטעלט קיין בי"ד ווייל ס'האט נאכנישט אויסגעפעלט, וכהנה רבות. די גדר איז נישט יש בה בי"ד, נאר ראוי להיות בה בי"ד, ועיר שיש בה י' בטלנים ראוי להיות בה בי"ד.
אבער אז איר זענט נישט צופרידן מיטן פנ"י'ס הסבר זענען דא אנדערע, דער טו"א (אויף דף ב') שרייבט דער טעם ווייל לכתחילה דארף זיין 10 לקריאת המגילה. אבער פון רש"י איז מער משמע דער טעם כדברי הפנ"י.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמהאינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
- בונמס זיידע
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 473
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
- לאקאציע:THE "SANE" ASSYLUM
צום בעוינדערען דעם דרך ארץ פון די I ניקלעך
בונמס זיידע האט געשריבן: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=491926#p491926
עס האט מיר קיננער נישט ג'זאגט "זיידע איר האט פארבלאנדזשעט"
כי קאי רבי בהאי מסכתא לא תשייליה
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????
- די רב פון ליאן
- שר האלף
- תגובות: 1925
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm
Re: דיונים ועיונים במסכת מגילה
דף ט״ו ע״ב ברענגט די גמרא אלע תנאים ואמוראים פ״וו אסתר האט גערופן המן צום סעודה.
און אלי׳ הנביא האט געזאגט ככולהו תנאי וככולהו אמוראי.
לכאורה פון די גמ׳ וואס איז מסביר נדדה שנת המלך זעהט אויס ווי א גאנצע נייע זאך איז ארויסגעקומען פון דאס וואס אסתר האט גערופן המן.
אפשר זעהט מען פון דעם אז אסתר האט געטון השתדלות מיט אלע מיני חשבונות אבער די נס איז געקומען פון א גאנץ אנדערע זייט.

Re:
די אמרי אמת האט געזאגט אז מסתמא האט דער הייליגער מהרש"א דאס געשריבן פורים...יגעתי ומצאתי האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 15, 2011 2:46 pmא פלא פון א מהרש"א חידושי אגדות דף ז' ע"ב ד"ה אי: י"ל בדרך בדיחותא שהקערה זאת גם כן נעשית מדבר הנאכל כעין שעושין עתה האומנין ע"י בלילות צוקר צורות שונות ושפיר קאמר למיכס ולאוכלה ממש עכ"ל.
(אלמלא אמרו הא"א נישטא ווער סזאל זיך דאוואגן אזוינס צו זאגן..)
- די רב פון ליאן
- שר האלף
- תגובות: 1925
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm
Re: Re:
אינטערסאנט פ״וו די אמרי אמת האט געדארפט אזוי זאגן.קונטרס האט געשריבן: ↑ זונטאג מארטש 03, 2024 5:48 pmדי אמרי אמת האט געזאגט אז מסתמא האט דער הייליגער מהרש"א דאס געשריבן פורים...יגעתי ומצאתי האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 15, 2011 2:46 pmא פלא פון א מהרש"א חידושי אגדות דף ז' ע"ב ד"ה אי: י"ל בדרך בדיחותא שהקערה זאת גם כן נעשית מדבר הנאכל כעין שעושין עתה האומנין ע"י בלילות צוקר צורות שונות ושפיר קאמר למיכס ולאוכלה ממש עכ"ל.
(אלמלא אמרו הא"א נישטא ווער סזאל זיך דאוואגן אזוינס צו זאגן..)
Re: Re:
געווענדליך איז דער לשון בדרך צחות(עטליכע מאל אין מהרש"א אינטרעסאנטע שטיקלעך)די רב פון ליאן האט געשריבן: ↑ זונטאג מארטש 03, 2024 5:59 pmאינטערסאנט פ״וו די אמרי אמת האט געדארפט אזוי זאגן.קונטרס האט געשריבן: ↑ זונטאג מארטש 03, 2024 5:48 pmדי אמרי אמת האט געזאגט אז מסתמא האט דער הייליגער מהרש"א דאס געשריבן פורים...יגעתי ומצאתי האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 15, 2011 2:46 pmא פלא פון א מהרש"א חידושי אגדות דף ז' ע"ב ד"ה אי: י"ל בדרך בדיחותא שהקערה זאת גם כן נעשית מדבר הנאכל כעין שעושין עתה האומנין ע"י בלילות צוקר צורות שונות ושפיר קאמר למיכס ולאוכלה ממש עכ"ל.
(אלמלא אמרו הא"א נישטא ווער סזאל זיך דאוואגן אזוינס צו זאגן..)
למשל:
זייטיגע נאטיץ
וכיון שמכירין בהן מצרים באין להורגן, ונעשה להם נס ונבלעין בקרקע, ומביאין שוורים וחורשין על גבן, שנאמר: על גבי חרשו חורשים וגו', לאחר שהולכין היו מבצבצין ויוצאין כעשב השדה, שנאמר: רבבה כצמח השדה נתתיך; וכיון שמתגדלין באין עדרים עדרים לבתיהן, שנאמר: ותרבי ותגדלי ותבואי בעדי עדים, אל תקרי בעדי עדים אלא בעדרי עדרים.
זייטיגע נאטיץ
ואמר באים עדרים כו' ותבאי בעדי עדיים גו'. דאי כפשטיה מלשון עדי וקישוט שתבואי בקשוטי' קאמר היאך מסיים בו ואת ערום ועריה וע"כ דרשו מיניה מלשון עדרים אבל לא מצינו מלה שיהיה חסר הרי"ש שהיא עיקר המלה וי"ל בדרך צחות לפי שדרך הקטנים שמוצא הרי"ש קשה להם בדבור ומדלגים אותה בדבורם בפרט אלו הקטנים שנתגדלו במקום שאין אדם וכאילו עמהם ידבר הכתוב בלשונם ותבואי עדי עדיים במקום עדרי עדרים בדלוג הרי"ש וז"ש אל תקרי עדי עדים בלא רי"ש כמו שקורין אלו הנערים שנתגדלו בשדות שיהיה משמעו מלשון קישוט אלא עדרי עדרים ברי"ש ודו"ק.