פונקען..
פרשת תצוה.
להעלות נר תמיד, באדערט רש׳י הקדוש א שאלה, תמיד מיינט שטענדיג - אייביג, די נרות האט דאך נישט געברענט ״תמיד״ נאר א גאנצע נאכט ביז אינדערפרי, נא וואס איז פשט להעלות נר תמיד? ענטפערט רש״י ״כל לילה ולילה קרוי תמיד״ און רש״י ברענגט ראיות פון עולת התמיד, מנחת חביתין, וואס דארט שטייט אויף תמיד און רש״י פירט אויס ״אבל תמיד האמור בלחם הפנים משבת לשבת הוא״ ע״כ.
איך זעה דא א מורא׳דיגע גילו פון רש״י ווען איינער טוט עפעס מיט א רגילות באקומט עס די כח פון תמיד, וואס מיינט תמיד? תמיד מיינט ״אייביג 24/7.
די לחם הפנים איז געווען אייביג 24/7 די תוה״ק זאגט אונז אז די נרות המנורה און מנחת חביתין איז אויך געווען ״אייביג״ פארוואס ווייל עס איז געווען מיט א רגילות, “קאנסיסטענט” בלשון עם זר… ווען מ׳טוט עפעס קאנסיסטענט האט עס די פאאוער אז ס׳האט א המשך אפילו צווישן איין מאל צום צווייטן.
א שעור קבוע… א דבר טוב מיט א קביעות… פארט עס מיט אפילו נישט בשעת מעשה. ( און די זעלבע ביי קביעות און א שלעכטע עסק באגלייט עס אויך 24/7… )
א פרייליכען שבת און א ״לעכטיגען תמיד״!