הצלה!!! (נישט פאר שוואכע הערצער)
א באקאנטע פראזע אין די ״אינטרעסאנטע קליפס/פאליס טשעיס״אשכולות.
פאר טייל צווישן אונז טוט דאס נאר מער אנרייצן צו עפענען דעם לינק….
רבותי!
היינט טו איך די פראזע צולייגן נישט אויף א קליפ, נאר אויף א תגובה געשריבן דורך חברינו היקר. א תגיבה וואס איז געשריבן געווארן מיט בלוט !!
איי וועסטו פרעגן סאיז דאך געשריבן אין שווארץ׳ן, און בלוט איז רויט?
זאגט די גמרה, האי דם שחור אדום הוא אלא שלקה.
געשלאגענע בלוט ווערט שווארץ.
ביטע דורך ליינען מיט געפיל אין פראביר זיך נישטצו שטארקן דיין הארץ, אדרבא לאז עס ווי מער צוגיין, און שיק אריין די מערסטע שייך.
נאכן זיך אנרופן ווארעם ביטע קום דא ציריק און שרייב א תגובה אז די האסט געגעבן, אזוי אנצעווארעמען אנדערע.איבערלעבער האט געשריבן: ↑ פרייטאג פעברואר 23, 2024 2:38 pmאקעי
והוא רחום יכפר עוון.
הלוואי קען איך רעדן. מיינע פינגערס קענען נישט ארויסברענגן די לשון פון געבעט די פארקלעמט הארץ די געפילן און די טרערן.
ווען מען קומט צו דיר נאך געלט ח"ו ח"ו אחרי מות איבערלעבער ח"ו ח"ו או בדומה לו וואלסטו געגעבן?
אן אלמנה פון א מרביץ תורה מיט א שטוב פון יתומים חתונה מאכן און ערציען?
זיכער!
וואס גייט דיר אהן אז ער לעבט? באמת! וואס גייט דיר אהן אז ער לעבט???
ער איז וועריפייד דא קלאר פון באגלייבטע מענטשן אלץ א מרביץ תורה מתוך הדחק. א עוסק בתורה מבוקר ועד ערב. אן ערענסטע אחריותדיגע איד.
@ממוצע אמת?
@וויכטיג מאכער אמת?
@מטעמים אמת?
@לכאורה אמת?
@דרייטצעך אמת?
וואס דארפסטו מער? ער רעדט צו דיר. ער שרייבט צו דיר. וואס ווילסטו? ווילסט זעהן דוקא זיין פארשווארצט פנים בזוי ומבוזה אין ביהמ"ד ווי ער גייט נאך געלט? ווען דו זעהסט דאס און דו גיבסט מאן יימר עס איז צדקה, עס איז פשוט פון דיין רחמנות געפיהל און צו שטילן דיין שולד געפיהל. אפשר איז דא די ריכטיגע אויסגעהאלטענעסטע וועג פון שטיצן א בן תורה? א מרביץ תורה.
און כאפסט אריין א יששכר זבולין. חלק כחלק.
א מתן בסתר
לכבוד די נעכטיגע בריוו די 4טע סטראשע פון סקול היי יאהר האט מיין טאכטער אויסגערופן זי גייט נישט מער צו סקול. דעטס איט. קעמפ איז נאך די דעדליין. די קליינע וואס דארפן אנהייבן נעקסטע יאהר האבן נישט וואו צו גיין...
און דו צעגערסט ארויסצוריקן א 50ער פון טאש?
אדער אריינצוווארפן א חיזוק ווארט אנצוווארעמען אנדערע צו געבן?
וואס קאסט א תגובה?
זאל עס זיין א כפרה אויף די ליידיגע שטותים תגובות אין די נייעס אדער פארברענגן.
וואס קאסט א תגובה פון ווארמעקייט?
עס איז נאר א ביסל אנשטרענגונג אויף עבדות. אן עבודת השם תגובה.
נעם מעשר פון דיין צייט. אויף אייוועלט א שעה שמייס אריין 2 מינוט פאר א מצוה.
דו קענסט איינקויפן נחלה בלי מצרים מיטן זיין אזוי הויעך ווי א מרביץ תורה און דו לאסט עס ארויס פון צווישן די פינגער?
צדיק דו גלייבסט אין דער רבי פון לובלין? דו ווייסט וואס ער האט געזאגט וועגן מלומדות?
גלייבסט אין חזל? ומצדיקי הרבים ככובים לעולם ועד אלו מלמדי תינוקות.
דו קענסט גלאטערהייט זאגן מיר לאזן דיר פאלן און גיי ארויס פון די ליין?
באמת.
הרבנים הצדיקים דלהלן וחבריהם
@ממוצע אמת?
@וויכטיג מאכער אמת?
@מטעמים אמת?
@לכאורה אמת?
@דרייטצעך אמת?
איך האב נישט ליב קיין פרעשער. נישט צו לייגן און נישט אנצולייגן.
אבער איך פיהל ווי מיין הארץ צופלאצט פון ווייטאג.
ענק האבן דאך די ריכטיגע קנעפלעך און כח. אקעי האסט געוואלט איך זאל האבן ארויס פון אלע פראבלעמען ביי נאו. ווייסט דאך אז זאכן האבן זיך געבעסערט אסאך. אבער זאכן זענען נישט אינגאנצן אין קאנטראל פון מענטשן אלעמעל. צדקה וחסד איז נישט ווי א ביזנעס. איך העלף נאר אויב דאס און דאס. איך אינוועסטיר נאר אויב דאס און דאס. דו ווייסט דו קענסט און דו ביסט מלומד בזה מיט עטליכע ווערטער פון חיזוק און שטופ קענען זיין גדול המעשה מן העושה. בין איך דען סתם אבי איינער וואס רייט אויף יענעמס פלייצעס סתם פאר שוואוילטאג?
שטארק זיך ווי א גבור און לייג צו א פלייצע. מיין שבת גייט נישט זייך אין שטוב לכבוד די מצב. איך בין אנטלאפן.
ווער וויל דען טוהן א האלבע ארבייט האסט געהאלפן שטעלן זאכן נאך א ביסעל און עס איז שטארק און שטאנדהאפטיג. פארוואס אפלאזן די לייצעס ווען אט אט און די זאך שטייט.
איי עם סארי פאר מיי פרענטש. ביסט מיר גארנישט שולדיג. אבער וואס זאל איך טוהן ההכרח לא יגונה. עס איז באו עד נפש ממש. איך שפיר ווי אט אט און וועסט קענען העלפן הרבנית איבערלעבערין תליט"א ווייל איבערלעבער פאלט צוזאם רח"ל.
דעמאלט גייט דער יצר הרע זאגן. עס איז אן עבירה איהר צו העלפן זי איז שולדיג אין דעם. זאל זי אויסגיין פאר צער......
הצילו
ישר כח! תזכה למצוות!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש