נאכן קריכן לאנגע וועגן און זיך קלעטערן אויף שטעגן איז ענדליך אנגעקומען די צייט צו אויסצווועלן ווער פון די זעקס קאנדידאטן זאלן לויפן פאר די פריימערי. פארשטייט זיך אז חוץ קאמפיינען און צוזאגן געזאגאכצער בין אנגעגרייט מיט ארטיקלען צו געבן פאר די אייוועלט ליינער וואס צו ליינען און לאכן. אבער יעצט איז די צייט וואס מ'קעניש זיך נישט אזוי שטארק פרייען אדער ארום לאכן.
אונז שטייען אין א זמן ווען א שווארצע וואלקן האט זיך אראפגעלאזט אויף אייוועלט און בעיקר אויף קרעטשמע. לייכטע טראפענס פון א רעגן שפירט מען אין די לופט. א שמעק פון א זומערדיגע רעגן טאפט מען אן. ס'איז געווען א צייט נישט צו לאנג צוריק ווען ס'האט זיך דא געדרייט א ניק מיט נאמען הארי פלארי. ער איז איז געשטאנען ליד ימינו פון א יעדעם איינעם. און צוגעשטעלט פיינע ווארע צו קענען ליינען.
יעצט ביי די פורים רב פארמעסטן איז הארי אריינגעשפרונגען די ערשטע אנצופירן מיט די פארמעסטן אז ס'זאל זיין די בעסטע און די אינטערעסאנטע וואס איז נאר מעגליך. פארשטייט זיך אז שוועריקייטן עס אנצופירן איז אים נאכגעלאפן. ער איז נישט געווען אוועלעבאל א יעדע מינוט צוליב זיין ארבעט, האט ער נישט אויפגעגעבן נאר ער האט אויפגענומען לבלר צו איבערנעמען די לייצעס און צו פירן די פארמעסט.