אהל / מציבה / קאסטען בקבורת צדיקים
דארט שרייבט דער ניק 'זעלצער' ווי פאלגענד:
צום ערשט, לכאורה בפשטות מיינט עס אז מען מאכט בכלל נישט קיין ציון אויפן מקום קבורת הצדיק און מען דארף נישט מורא האבן אז שישתכח מן הלב, ווייל דבריהם הן הן זכרונם. דאס מיינט נישט אז א הילצערנעם ציון איז ווייניגער ציון ווי א שטיינערענע. אזוי האט מען געטוהן ביים הייליגען בעל שם טוב, דארט האבן די תלמידים נישט געשטעלט קיין מציבה נאר געלאזט א גל. דעם דעכל האט שפעטער געבויעט אן איש פשוט כידוע.דורך Zeltzer » זונטאג פעברואר 25, 2024 11:52 pm
כרוספדין האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 8:15 pm
פארוואס לייגט מען נישט א געהריגע מצבה?
רבן שמעון בן גמליאל אומר: אין עושין נפשות [= מצבות] לצדיקים, דבריהם הן הן זכרונן [ירושלמי שקלים ב, ה]. על פי זה פוסק הרמב"ם (הלכות אבל ד,ד): "ובונין נפש על הקבר, והצדיקים אין בונים להם ...
וכן המנהג בטשערנאביל, וויזניץ ועוד
יעצט בנוגע טאקע די דאזיגע ציונים וואס זענען נהוג אין בית טשערנאביל, וואס מען מאכט א קאסטען פון האלץ ארום די מקום הקבורה אין א הייעך פון חצי קומת איש:
עס קלערט זיך מיר א סברה [ואם שגיתי האף איך אז ה' הטוב יכפר] אז דאס האט מיטן אויפשטייג פון אוהלים על קברי צדיקים. וואס היות מען האט געמאכט גרויסע "נפשות לצדיקים" [אוהלים בלע"ז] האט נישט אויסגעפעלט א באזונדערע שטיין. אויך האב איך א שטיקל מחשבה אז דאס האט מיט דעם וואס מען זאל נישט קענען מאכן קיין השתטחות - דערפאר איז עס ארום געמויערט מיט א הויכער גדר. אבער עס איז אפען פאר יעדן צו זאגן זיינע אייגענע סברות אנלעס איינער קען קומען מיט עפעס קראנטקייט אין דער ענין.
ובנוגע אוהלים וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן ווען דאס האט זיך אנגעפאנגען. א שנעלע סוירטש אין מיין מחשבה קלערט צו זאגן אז דאס האט זיך מעגליך אנגעפאנגען ביים גרויסען מגיד'ס ציון אין אניפאלי. אדרבה, צו ווייסט איינער פון א פריערדיגער קבר פון א גדול בישראל וואס איז נטמן געווארן אין אן אוהל?
און וואס טוט זיך מיט ציונים פון רעבעצין'ס? צו איז אינדערהיים געווען א מקום ווי רעבעצינ'ס זענען געלעגען אין אן אוהל?