די נשמה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
my harvest
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 30, 2023 5:21 pm

די נשמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my harvest »

בס"ד


די נשמה פון איידעלן שטאנד, זי לעבט אין הימל זייער גוט
פלוצלינג מאכט מען איר באקאנט, אז זי ווערט פון הימל אראפ געשיקט

אן חשק און אן גלוסט, טוט זי דאס אויסהערן
זי האט דאס אויך געוואוסט, אז מען טוט איר פון הימל באשווערן.

אוי, די הימל די טייער געצעלט, איך געזעגן זיך פון דיר אצינד
איך גיי אראפ אויף א נייער וועלט, אליין זאג איך הימל בלייב געזונט

פלוצלינג הער איך א נייע בשורה, וואס דער מלאך טוט מיר צו וויסן
אז איך דארף ארויס פון מיין דירה, די ליכט פון דער וועלט צו געניסן

עס איז מיר געווען זייער וויי, ארויס צו גיין אזוי גיך און געשווינד
דער מלאך שרייט גיי, זאג איך מלאך בלייב געזונט.

ווי איך בין אויף דער וועלט געקומען, וואס האב איך דעמאלטס געקענט
טאטע מאמע האבן מיר ארום גענומען און געטראגן אויף זייערע הענט.

א נייעם נאמען האט מען מיר געקרוינט
מען האט מיר נאכגעגעבן וואס מיין הארץ האט געוואלט
אז די מאמע האט געהערט אז איך האב געוויינט
באלד מיט די מילך האט זי ערשיינט

אבער נישט לאנג האט געדויערט די גאלדענע צייט
אוועק געלאפן גיך און געשווינד
די מאמע האט מיר בלויז אפגענארט
אליין זאג איך, מאמע בלייב געזונט.

ווי איך האב אנגעהויבן גיין און חדר
וואס האב איך דעמאלטס געוואוסט
מען האט מיט מיר געלערנט כסדר
מיט חברים צו שפילן האט זיך מיר פארגלוסט.

איך בין אבער באלד געווארן געוואויר
עס האט נישט געדויערט קיין איין מינוט
אז איך גיי אלט ווערן דרייצן יאר
און איך דארף זיך שוין פירן גוט.

האב איך פארשטאנען אז עס איז נישט שיין
מיט חברים זיך צו שפילן אצינד
מיט א קול און מיט א געוויין
זאג איך, חברים מיינע בלייבט געזונט.

ווי איך האב געהאלטן ביי דרייצן יאר אלט ווערן
האט מען מיר געקרוינט מיט מצות תפילין
דער טאטע האט מיר געטאן ערקלערן
אז איך דארף שוין טאן דעם באשעפערס ווילן.

דער טאטע האט פון זיך אראפגענומען די שולד
און ער האט מיר געגעבן צו פארשטיין
קינד לעבן אז דו וועסט זיין ווילד
וועט מען קיינעם נישט שטראפן נאר דיר אליין.

האב איך געזען אז עס איז זייער נישט שיין
אפצוקומען די וועלט מיט בלויז זינד
מיט א קול און מיט א געוויין
זאג איך, חטאים מיינע בלייבט געזונט.

ווען איך האב געהאלטן ביי אכטצן יאר ווערן
האט זיך דער טאטע צו מיר געגעבן די מי
דער טאטע טאטע האט מיר געטאן ערקלערן
אז ער וועט מיר איבערגעבן צו א פארטי.

און קורצן האט מען מיר א חופה געמאכט
אלע האבן זיך מיטגעפרייט
עס האט נישט געדויערט נאר איין נאכט
האבן זיך פון מיר אלע צושיידט.

די מחותנים זענען זיך צופארן
און איך בין געבליבן אן עלנד קינד
קיין טרערן האב איך נישט געטאן שפארן
אויך מחותנים מיינע בלייבט מיר געזונט.

נאך דער חתונה איז מיר געווען זייער גוט
שווער און שוויגער האבן מיר קעסט געגעבן
עס איז געווען ביי מיר טייער יעדע מינוט
איך האב ערשט געוואוסט פון א גוט לעבן.

גוט עסן און ווייניג הארעווען
דאס וואלט קיינעם נישט דערקוטשעט גאר
איך האב ערשט געוואוסט פון א גוט לעבען
הלוואי וואלט עס געדויערט א פאר יאר

שווער און שוויגער האט דאס אבער דערקוטשעט
זיי האבן זיך אנגעהויבן צו קריגן מיט זייער אייגן קינד
איך האב זיך מיט זיי לאנג נישט געמוטשעט
איך זאג אייך, שווער און שוויגער מיינע בלייבט געזונט.

אזוי אנטלויפן מענטשן'ס יארן מיט הבלים
לויפען אוועק גיך און געשווינד
די גאנצע וועלט איז ווי א חלום
שוועבט אוועק ווי א ווינט.

אז מען האט די זכיה צו טאן מצוות איז גאר גוט
ווייל אז עס קומט דער יום הידוע, זאל מען וויסן וואס מען נעמט זיך מיט.

ווייל ווי שלעכט און ווי נישט שיין
אז מען קומט אויף די וועלט מיט בלויזע זינד
אז איינער מוז פון די וועלט גיין
זאגט ער צו די וועלט בלייב געזונט.
גרייט אייך צום גרויסן יו"ט פורים ווי עס דארף צו זיין

שאור קדוש הכלול במגילה הוא ממש יותר גדול ונכבד מתורתינו הקדושה בעצמה (חתם סופר)

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: די נשמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

מעורר.

עס ציפט אין הארצן.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: די נשמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

הערליך שיין!!!!
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: די נשמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

Wow wow

איך האב נישט געוויסט אז דעס קענסטי אויך
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: די נשמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

לאמיר לעשן די פייער פון חילל שבת
https://donary.com/7674

מצילי אש ד'ראקלענד - 845.426.9111
https://www.matzileiaishofrockland.org/
אוועטאר
my harvest
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 30, 2023 5:21 pm

Re: די נשמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my harvest »

לחם לאכול האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 10:43 pm
Wow wow

איך האב נישט געוויסט אז דעס קענסטי אויך
אה
דעיס איז נאר א פינטל פון וואס כקען....
גרייט אייך צום גרויסן יו"ט פורים ווי עס דארף צו זיין

שאור קדוש הכלול במגילה הוא ממש יותר גדול ונכבד מתורתינו הקדושה בעצמה (חתם סופר)

אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: די נשמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

my harvest האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 10:53 pm
לחם לאכול האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 10:43 pm
Wow wow

איך האב נישט געוויסט אז דעס קענסטי אויך
אה
דעיס איז נאר א פינטל פון וואס כקען....
נו נו כ'הער
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
אוועטאר
my harvest
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 30, 2023 5:21 pm

Re: די נשמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my harvest »

לחם לאכול האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 9:31 pm
my harvest האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 10:53 pm
לחם לאכול האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 10:43 pm
Wow wow

איך האב נישט געוויסט אז דעס קענסטי אויך
אה
דעיס איז נאר א פינטל פון וואס כקען....
נו נו כ'הער
דאנק דעם אייבערשטן
גרייט אייך צום גרויסן יו"ט פורים ווי עס דארף צו זיין

שאור קדוש הכלול במגילה הוא ממש יותר גדול ונכבד מתורתינו הקדושה בעצמה (חתם סופר)

שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”