וואו איז מאניש?. פעטיציע לכבוד הרב ר' מאניש בנבנשתי.
אונז שטייען דא און אזעלכע פרייליכע טעג ווען עס האט געדארפט אויפצוגענומען ווערן א נייע פורים רב דא פאר אונזער קהילה. די טעג זענען געווארן נענטער און נענטער צום טאג וואס די וואלן גייען זיך שליסן און מ'גייט צוגיין צום ראנאפ. ווען פלוצלינג האט מאניש איינגעמאלדן אז ער ציט זיך ארויס פון זיין קאמפיין.
א שווארצע לאלעך האט זיך אראפגעלאזט (מסתמא איז דעי מעשה געשען אין מאה שערים, וואס דארטן הענגט מען וועש אינדרויסן) אויף די גאנצע אידענטום פון אייוועלט און נאכדעצו פון פארברענגען.
ליידער זעט אויס ווי עס איז שוין פארזיגלט זיין באשלוס. אבער א ייש"כ פאר מאניש קומט זיך זיכער. ער איז א אריינגעקומען מיט א שארפע אינטערסאנטע מהלך, וואס האט נישט געלאזט די לעפצן פארגליווערט ווערן. א יעדעמס ציינער האט זיך אייביג אנגעזען דעי טעג וואס ער האט געשריבן. מ'האמיר נישט אויפגעהערט צו לאכן.
אלנפאלס נעמט ס'קיבאורד און באדאנקט זיך מיט אפאר שיינע ווערטערפאר מאניש, און מיט א געבעט צו אים אז ער זאל צוריק קומען אינעם פארמעסט.
הק' חיריק.