מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020
זינט דאן האבן די רעפאבליקאנער אנגעהויבן א מחלמת חרמה קעגן די לויזע געזעצן פין שטימען דורך פאסט און אנגעהויבן אפעלירן צו אלע שטאטען צו מאכן שטרענגע געזעצן.
און טאקע די לעצטע דריי אהאלב יאר הערט מען א נייעסל דא און א נייעסל דארט איבער א סטעיט וואס האט אזוי געטון און א סטעיט וואס האט אזוי געטאן, אזוי ווי די נושא איז זייער צעמישט גיי איך פרובירן צו צאמנעמען און דורך גיין יעדע סטעיט פין ד קריטישע סטעיטס וואס האבן געטוישט געזעצן צו די זייט אדער צו די אנדערע זייט און פרובירן עס צאמצונעמען.
דשארדשיע
טראץ טראמפ האט געשאסן פעך און שוועבעל אויפן גאווערנאר שטעלט זיך אבער ארויס אז דשארדשיע איז פין די סטעיטס וואס האבן ארויפגעלייגט די שווערסטע רעגולאציעס אויף פאסט שטימען, מען וועט דארפן מיט לייגען א בילד פין אן איי די ווען מען שיקט אריין די שטימע, מען וועט מער נישט קענען פארלאנגען א בעללאט דורך עלעקטראנישע מאשינען און עס וועט ווערן שטארק רעדוצירט די קעסטלעך ווי מען גייט עס קענען אריינווארפן.
אין 2020 איז די מארשירן געווען 0.24 פראצענט.
געווינער, רעפאבליקאנער
נארט קארעליינע
די סופרים קאורט דארט האט געלאזט פאראויסגיין א ביל וואס פארלאנגט א איי די ביים צוריקשיקן די שטימע עס איז אריגינעל אריבער אין 2018 אבער איז דאן בלאקירט געווארן דורך די נידריגע קאורט, ווי אויך וועט ווערן צוגעלייגט גאר אסאך אבזעווירערס בשעתן ציילן די שטימען, און פאסט וואס דערגרייכן נאך עלעקשאן טאג גייען נישט אקצעפטירט ווערן טראץ עס איז ארויסגעשיקט געווארן בעפאר.
אין 2020 איז די מארדשין געווען 1.35 פראצענט.
געווינער רעפאבליקאנער
פענסעלוועניע
קיין גרויסע טוישענג איז נישט דא א חוץ אז יעדער ווערט אטאמאטיש רעגיסטרירט און דארף זיך נישט עקסטער רעגיסטרירן ווי אויך וועלן אלע קאונטיס וואס האבן פין זיך אליינס געשיקט אין 2020 מעיל אין'ס נישט דאס יאר שיקן נאר אויב מען בעט.
אין 2020 איז די מארדשין געווען 1.16 פראצענט.
קיינער קיין עכטע געווינער אדער פארלירער.
וויסקאנסען
די סופרים קאורט האט געפסקנט אין 2022 אז דראפ באקסעס איז נישט קאנסטיטוציאנעל און מען דארף אליין אראפברענגען די שטימע אין אפיס ווי אויך טאר נישט זיין קיין דריטע פארטיי שטימע צאמנעמער אזאך וואס איז געווען גאר פאפולער אין 2020.
מארדשין אין 2020 איז געווען 0.63 פראצענט
געווינער, רעפאבליקאנער
מישיגען
טראץ וואס די פאליסי אז יעדער באקומט אן בעטן א בעללאט אויף פאסט וועט נישט זיין אין 2024 איז אבער אויפגעשטעלט געווארן א נייע סיסטעם ווי מען קען זיך ארויפסיינען און יעדעס מאל וואס מען שטימט באקומט מען א בעלאט אויף פאסט אן בעטן ווי אויך וועט ווערן צוגעלייגט גאר אסאך דראפ באקסעס, אסאך לענגערע ערלי שטימען טעג מען וועט נישט דארפן קיין שום איי די.
מארדשין אין 2020 2.78 פראצענט.
געווינער, דעמעקראטן
נעוואדע
נייע געזעצן מאכן די לויזע 2020 סיסטעם פערמענאנט און אלע וויילער גייען באקומען אויף פאסט א שטים צעטל ווי אויך וועט מען ציילן דו שטימען וואס זענען אנגעקומען נאך עלעקשאן טאג.
מארדשין אין 2020 2.39 פראצענט
געווינער, דעמעקראטן
אריזאנע
וועלן מער ווייניגער אלעס בלייבן די זעלבע טראץ וואס די רעפאבליקאנער האבן דורך געפירט א רייע שטרענגע געזעצן האט אבער די דעמעקראטישע גאווערנאר אלעס געוויטאוט.
נאך אסאך שטאטען האבן געמאכט נייע געזעצן לכאן ולכאן ווי למשל טעקסאס, ניו יארק, איך האב אבער בעיקר געברענגט די סטעיטס וואס שפילן די וויכטיגסטע ראלע צו געוואונען די פרעזידענטשאפט, ווי אויך איז נאך דא אסאל געזעצן וואס ווען דורך געפירט ווערן די קומענדיגע פאר חדשים אדער בלאקירט ווערן וואס דאס מיינט אז אסאך זאכן קענען זיך נאך טוישן.