פאריגע חודש איז געווען בלוטיג פאר ביידע זייטן בעיקר פאר די רוסישע שווארצע ים אפטיילונג וואס האט געליטן פון בערך 3 צו 4 שיפן, און די אוקריינער עיר דעפענס וואס האט געדארפט שווער ארבעטן אראפצוברענגן עטליכע מיסיל כוואליעס וואס רוסלאנד האט דורכגעפירט איבער אוקריינע בעיקר מערב זייט אוקריינע.
איין זאך האט זיך בעיקר ארויסגעוויזן אויפן פראנט וואס האט געקאסט פאר די אוקריינער עטליכע וויכטיגע און ווערדפולע עקוויפמענט, די רעדע איז פון בילדער ווי א היימאר ווערט אויפגעריסן און עטליכע פאטריאטן לאנטשערס ווערן חרוב דורך רוסישע Iskander מיסילס, וואס סאיז פארגעקומען? האבן די רוסן א פרישע וואונדער וואפן? וואס קענען די אוקריינער טוהן? דאס און אלעס ארום וועט מען טרייען אויסצוקלארן פאר די ציבור אידן וואס די מלחמה איז זיי נאך אינטערסאנט.
די יעצטיגע קורצע אנאליז איז מוקדש פאר א קאמפיין וואס אונזער חבר און עסקן @והמבין יבין פירט יעצט דורך פאר א אייניקל פון הרה"ק מליזענסק זצוק"ל, די לינק פון די קאמפיין און וואס די קאמפיין איז, געפינט זיך אין מיין אונטערשריפט, גייטס און ווארפטס אריין וויפיל מעגליך.
ווי באקאנט האבן די אוקריינער אנגעהויבן סוף 2023 אנגעהויבן צו נוצן זייערע מערב וועלט עיר דעפענס סיסטעמס נענטער צום פראנט, דאס רעכנט אריין נאסאמס לאנטשערס פאטריאטן לאנטשערס וכדומה, די סיבה דערפון איז געווען די קליגע באמבעס וואס רוסלאנד האט אנגעהויבן צו ניצן אין די מאסן, די מאביל יוניטס ווי מען רופט זיי זענען עכט געווען געמאכט קעגן די איראנע דראונס און אנדערע דראונס וואס רוסלאנד נוצט אויפן פראנט, די סוקסעסן פון די מאביל יוניטס האבן נישט געשפעטיגט צו קומען ווען די טשארטס האבן כמעט יעדן טאג פארמאגט איינס צו צוויי רוסישע SU-34 און SU-35 פליגערס אראפ, אויך האבן זיי באוויזן אראפצוברענגן די A-50 פליגערס, דאס האט פארשטייט זיך שטארק אנגעצויגן די רוסן וואס האט געדארפט טרעפן א לעזונג פטור צו ווערן פון די אוקריינישע מאביל יוניטס וואס שטערט זייערע קליגע באמבעס פון ווערן געווארפן.
די רוסן נוצן שוין זייערע פארגעשריטענע סופערקעם דראונס וואס האבן א ווייטערע רעינטש און זענען זייער קלאר, אין פאקט האבן די רוסן שוין געהאט ארויסגעשטעלט שיינע ווידיאוס פון היימארס בשעת זיי שיסן ארויס די ראקעטן, די פראבלעם איז געווען אז זיי האבן נישט געהאט קיין געהעריגע פארבינדונג מיט די רוסישע מיסיל אפטיילונג צו אנדערע אפטיילונגן וואס זענען געווען געשטעלט צו חרוב לייגן אוקריינישע עקוויפמענט, איינמאל סאיז שוין יא געווען איז די טארגעט שוין לאנג נישט דארט געווען, און דאס איז געווען א פראבלעם וואס די רוסן האבן נאך אלס, וואס זיי האבן אבער יא פארבעסערט איז די חלק וואס פארבינד די דראונס מיט די מיסיל אפטיילונגען וואס געפינען זיך אין רוסלאנד און שטייען גרייט מיט Iskander מיסילס צו ווערן ארויסגעשאסן. די מהלך ארבעט אז די סופערקעם דראון פליעט אריין טיפער פונעם פראנט און לאקירט די טארגעט רוב מאל ווען סזיצט און איז נישט אקטיוו, און בשעת מעשה שיקט ער אריין די אינפארמאציע צום מיסיל אפטיילונג וואס ביז א רגע שיקן זיי ארויס די Iskander וואס פליעט גאר שנעל אזוי אז די טארגעט וואס זיצט פארלאשן האט שוין נישט די צייט צו פארלאזן די פלאץ. דאס איז טאקע געזעהן געווארן ביי די היימארס וואס איז געצילט געווארן און ביי די פאטריאטן וואס זענען געצילט געווארן אז זיי זענען נישט געווען אקטיוו נאר האבן געווארט פאר א נעקסטע מיסיע.
די אוקריינער האבן מער נישט געהאט קיין צייט צו גיין און האבן געליטן די פארלוסטן, אוקריינע וועט דארפן האבן מער EW סיסטעמס קעגן די סופערקעם דראונס וועלכע איז זייער שווער צו ווערן אויפגעכאפט - און ווי וואס ווען איז שוין דא אוקריינישע פארלוסטן, פארשטייט זיך אז זיי וועלן דארפן זיין מער וואכזאם אויף זייער פראנט ליניעס עיר דעפענס טאקטיקן.
צו געבן כלנו לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל