ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

שלום וברכה מיינע טייערע פריינד.

לאמיר צוזאמען פראבירען אפצולערנען ווי אזוי א פאון נומבער איז צוזאמגעשטעלט.

די ערשטע זאך איז די אינטערנאצינאלע קאנטרי קאוד.

דאס הייסט צו וויסען צו וועלעכע קאנטרי (לאנד-מדינה) צו ראוטאן די קאלל.

די נומבערען לויפען פון 1 ביז 9 צוטיילט לויט די קאנטאנענטאן.

1. איז נארט אמעריקא
2. איז אפריקא
3. דרום אייראפע. (נישט פונקטליך)
4.צפון אייראפע
5.דרום אמעריקע
6. אוסטרליה
7.צפון אזיא ( נעמט בעיקר אריין רוסלאנד)
8. מזרח אזיא
9. מערב אזיא ( מיטל מזרח)

למשל אז איינער רופט קיין אמעריקא (פון אינדרויסן. אינעווייניג דארף מען על פי רוב נישט צולייגען די קאוד) וועט ער אייביג דארפען לייגען 1+ פאר די נומבער.

ארץ ישראל וועט זיך אנהייבען מיט 9 לויט די אויבען דערמאנטע כללים דאס וועט זיין 972+ ווי 9 העט זיין פאר די געגענט און 72 פאר ארץ ישראל.

ענגלאנד 44+
בעלגיע 32+
דייטשלאנד 49+
אונגארען 36+
פוילן 48+
און אזוי ווייטער.
זעה די בייגלייטע מפה.
World-Calling-Codes-Map.jpg
World-Calling-Codes-Map.jpg (30.61 KiB) געזען 4950 מאל
איינמאל מען ווייסט שוין צו וועלעכע מדינה די קאלל דארף צו גיין זאגט די נעקסטע נומבערען און וועלעכע געגענט די קאלל זאל גיין.

דאס ווערט אנגערופען עריא קאוד.

און אמעריקא באשטייט עס פון 3 דיטג'עס

זעה בייעגלייט די מפה פאר אמעריקא.
usa-area-code-map.jpg
usa-area-code-map.jpg (134.82 KiB) געזען 4950 מאל
די איבריגע 7 נומבערען זענען די נומבער פון די ליין.

און ארץ ישראל באשטייט די עריא קאוד פון 1 נומבער פאר לענדליין און 2 פאר סעלפאונס.

סאיז איינגעטיילט ווי פאלגענד.

2 ירושלים
3 תל אביב און אויך די געגענט ארום ווי בני ברק
4 חיפה און צפון
5. סעלפאונס (ביי סעלפאונס דארף מען צולייגען נאך א נומבער ווי שפעטער געשריבען.)
8 דרום
9 סענטראל א"י
זעה מפה
Israel_dialing_codes.svg.png
Israel_dialing_codes.svg.png (74.18 KiB) געזען 4950 מאל
ווי געשמוסט וועט פאר סעלפאונס זיין א נומבער פון 5
דאס לויפט פון 50 ביז 60 געוואנדען און די פראוויידער
050 xxx xxxx Pelephone
052 xxx xxxx Cellcom
053 xxx xxxx Hot Mobile
054 xxx xxxx Orange
055 22x xxxx Home Cellular
055 66x xxxx Rami Levy
055 88x xxxx YouPhone
056 xxx xxxx Wataniya – Palestinian territories
057 xxx xxxx Hot Mobile
058 xxx xxxx Golan Telecom
059 xxx xxxx Jawal – Palestinian territories
די איבריגע 7 נומבערס איז פאר די ליין

(סאיז דא נאך וואס איז בעיקר געמאכט פאר פאקס וכדומה ועוד חזון למעוד.)

ענגלאנד.

ענגלאנד האט שוין מער א קאמפלעצירטע סיסטעם.

דארט קענען די עריא קאוד גיין פון 2 ביז 5 דיטג'עס.

למשל לאנדאן איז 20
מאנטשעסטער איז 161
די גרויסקייט פון די סעל/היים נומבער וועט זיך ווענדען ווי גרויס די עריא קאוד נומבער גייט. דאס הייסט אויב די עריא קאוד איז 2 וועט די נומבער זיין 8
די פארמאט גייט ווי פאלגענד
2+8
3+7
4+6

א סעלל פאון אדער ווי זיי רופען עס א מאבייל, וועט על פי רוב זיך אנהייבען מיט א 7

(און די גאנצע ארטיקעל האב איך אויסגעלאזט לענדינג 0. ווען מען רופט אינטערנאצינאל דארף מען עס סיי ווי נישט ניצען.)

סאיז נאך דא נאך צושרייבען. אי"ה ביי א קומענדיגע געלעגענהייט.
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2097
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

כ'האב קיינמאל געוויסט אז ס'איז דא א שיעור עיון אויף דעם.
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

Wow ש'כח! זייער אינפארמאטיוו
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

שכח! זייער אינטערעסאנט!
ווער טיילט איין וועלכע לאנד באקומט וועלכע נאמבער?
און וויאזוי ארבעט עס טעכניש? איז דא א געוויסע בלאקעדזש אז אין אמעריקע קען מען באשאפן קיין 972 נאמבערס?
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10976
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

זייער אינטערסאנט!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 16140
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

און די UK איז עס 44
איר קויפט ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
https://amzn.to/3XWkbTZ

https://www.referyourchasecard.com/21q/3BAHBAHZE2

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

הרב_שלום האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 11:12 am
און די UK איז עס 44
יא יא

כהאב עס געשריבן און מיין תגובה אויבען
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

ניקישי האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 9:55 am
שכח! זייער אינטערעסאנט!
ווער טיילט איין וועלכע לאנד באקומט וועלכע נאמבער?
און וויאזוי ארבעט עס טעכניש? איז דא א געוויסע בלאקעדזש אז אין אמעריקע קען מען באשאפן קיין 972 נאמבערס?
972 אין אמעריקע איז אין טעקסעס
בלויז $1.99!!!

א ביכל מיט איבער 1000! אינטערעסאנטע פאקטן
אוועילעבל אויף עמעזאן
Kindle ($1.99)

קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

דער יעניגער האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 11:45 am

קען זיין אבער סאיז פאר די עריא קאוד. און ארץ ישראל איז עס פאר די קאנטרי קאוד.

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 11:49 am
דער יעניגער האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 11:45 am
ניקישי האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 9:55 am
שכח! זייער אינטערעסאנט!
ווער טיילט איין וועלכע לאנד באקומט וועלכע נאמבער?
און וויאזוי ארבעט עס טעכניש? איז דא א געוויסע בלאקעדזש אז אין אמעריקע קען מען באשאפן קיין 972 נאמבערס?
972 אין אמעריקע איז אין טעקסעס
קען זיין אבער סאיז פאר די עריא קאוד. און ארץ ישראל איז עס פאר די קאנטרי קאוד.
גערעכט.
בדוו ווען קומט די נעקסטע ארטיקל? האסט זייער שיין באשריבן די ערשטע חלק
בלויז $1.99!!!

א ביכל מיט איבער 1000! אינטערעסאנטע פאקטן
אוועילעבל אויף עמעזאן
Kindle ($1.99)

קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר האלף
תגובות: 1572
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

שכח! זייער אינטערעסאנט!
למעשה קען איך נעמען א 845 נאמבער און שטאט (נישט נאר אפסטעיט)
דער אייבירשטער האלט די רעכטע האנט!
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

ניקישי האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 9:55 am
שכח! זייער אינטערעסאנט!
ווער טיילט איין וועלכע לאנד באקומט וועלכע נאמבער?
און וויאזוי ארבעט עס טעכניש? איז דא א געוויסע בלאקעדזש אז אין אמעריקע קען מען באשאפן קיין 972 נאמבערס?
כהאב נישט יעצט געריסערטשט ווי אזוי די סיסטעם איז צוצאם געקומען אבער אזוי ווי יעדע זאך איז דא ארגענעזאציעס וואס זענען געמאכט פארן אויפקומען מיט די סטאנדערטס.
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

כ'בין א פשוט'ער איד האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 12:04 pm
שכח! זייער אינטערעסאנט!
למעשה קען איך נעמען א 845 נאמבער און שטאט (נישט נאר אפסטעיט)
בדרך כלל כהיום יום וועט סיי וועלכע פראוויידער דיך לאזן אויסוועלן לכה"פ א זיפ קאוד, קענסט נעמען אפי' איינס פון וואשינגטאן סטעיט
בלויז $1.99!!!

א ביכל מיט איבער 1000! אינטערעסאנטע פאקטן
אוועילעבל אויף עמעזאן
Kindle ($1.99)

קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פיין אראפגעלייגט @בריטי !

האלט אן דיין גוטע ארבעט סיי דא און סיי איבעראל אויפן וועלטל.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
Presidential Estates
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 3:02 pm

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Presidential Estates »

כ'בין א פשוט'ער איד האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 12:04 pm
שכח! זייער אינטערעסאנט!
למעשה קען איך נעמען א 845 נאמבער און שטאט (נישט נאר אפסטעיט)
ריכטיג.
דעיס האט מיר מיט די נאטור פונעם מענטש וואס נעמט עס...
עפ''י רוב וואוינען זיי אפסטעיט....
ס’איז די ONE AND ONLY TIME וואס די הויכע פענסטער פרעגן דיין אפיניען....
חוץ מזה איז סתם מקוה TALK...
קליק די לינק צו זעהן ווי די קענסט שטימען
👇👇👇👇👇
https://findmypollsite.vote.nyc/

[email protected]
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

וואס פשט אז ווען איך דייל קיין אי דארף איך דיילן 011
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ניקישי האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 9:55 am
שכח! זייער אינטערעסאנט!
ווער טיילט איין וועלכע לאנד באקומט וועלכע נאמבער?
און וויאזוי ארבעט עס טעכניש? איז דא א געוויסע בלאקעדזש אז אין אמעריקע קען מען באשאפן קיין 972 נאמבערס?
דער ITU (אינטערנאציאנאלע טעלעקאממיוניקעישאן יוניען) איז דער ארגאנאזאציע (היינט א ספעציעלע אגענטור אין דער UN, אבער עס האט זיך געגרינדעט שוין פאר דער UN אלץ דער אינטערנאציאנאלע טעלעגראף יוניען) וואס פארפיגט אויף רוב טעלעפאון סטאנדארטן.

דער טעלעפאון נומער סטאנדארט ווערט גערופן דער E.164 סטאנדארט פאר אינטערנאציאנאלע טעלעפאון נומער.

יעדער ראיאן אדער לאנד האט זייער אייגענע אגענטור וואס פארפיגט אויף די נומערן אין זייער פארשריבענע קאנטרי-קאוד. אין נארט-אמעריקא (יונייטעד סטעיטס, קאנאדא, און נאך עטליכע קליינע לענדער אין דער ראיאן, אלע וואס האבן +1 אלץ זייער קאנטרי-קאוד) איז עס דער NANP (נארט אמעריקאנער נאמבערינג פלאן) וואס ווערט אנגעפירט דורך דער ספעציעלער NANPA (דאס איז NANP אדמיניסטראטאר) און רעגולירט אין יעדע לאנד דורך זייער טעלקאם גאווערמענט אגענטור (דער FCC אין די יונייטעד סטעיטס.)

עס איז נישט עכט דא קיין טעכנישע בלאקעידזש אז איינער זאל דערקלערן אין אמעריקא אז ער איז אן אומריכטיגער עריע קאוד אדער גאר קאנטרי קאוד, אבער זינט ער מוז דאך קאמיוניקירן מיט אנדערע סערוויס פראוויידערס און זיי אלע פאלגן נאך די סטאנדארטן וועט צום סוף אזא איינער ווערן ארויסגעווארפן פון דער סיסטעם קיינער וועט נישט אננעמען קאלס פום אים.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2024 12:25 am
ניקישי האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 9:55 am
שכח! זייער אינטערעסאנט!
ווער טיילט איין וועלכע לאנד באקומט וועלכע נאמבער?
און וויאזוי ארבעט עס טעכניש? איז דא א געוויסע בלאקעדזש אז אין אמעריקע קען מען באשאפן קיין 972 נאמבערס?
דער ITU (אינטערנאציאנאלע טעלעקאממיוניקעישאן יוניען) איז דער ארגאנאזאציע (היינט א ספעציעלע אגענטור אין דער UN, אבער עס האט זיך געגרינדעט שוין פאר דער UN אלץ דער אינטערנאציאנאלע טעלעגראף יוניען) וואס פארפיגט אויף רוב טעלעפאון סטאנדארטן.

דער טעלעפאון נומער סטאנדארט ווערט גערופן דער E.164 סטאנדארט פאר אינטערנאציאנאלע טעלעפאון נומער.

יעדער ראיאן אדער לאנד האט זייער אייגענע אגענטור וואס פארפיגט אויף די נומערן אין זייער פארשריבענע קאנטרי-קאוד. אין נארט-אמעריקא (יונייטעד סטעיטס, קאנאדא, און נאך עטליכע קליינע לענדער אין דער ראיאן, אלע וואס האבן +1 אלץ זייער קאנטרי-קאוד) איז עס דער NANP (נארט אמעריקאנער נאמבערינג פלאן) וואס ווערט אנגעפירט דורך דער ספעציעלער NANPA (דאס איז NANP אדמיניסטראטאר) און רעגולירט אין יעדע לאנד דורך זייער טעלקאם גאווערמענט אגענטור (דער FCC אין די יונייטעד סטעיטס.)

עס איז נישט עכט דא קיין טעכנישע בלאקעידזש אז איינער זאל דערקלערן אין אמעריקא אז ער איז אן אומריכטיגער עריע קאוד אדער גאר קאנטרי קאוד, אבער זינט ער מוז דאך קאמיוניקירן מיט אנדערע סערוויס פראוויידערס און זיי אלע פאלגן נאך די סטאנדארטן וועט צום סוף אזא איינער ווערן ארויסגעווארפן פון דער סיסטעם קיינער וועט נישט אננעמען קאלס פום אים.
שכח
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
אדידעס
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:01 pm

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדידעס »

זייער אינטערסאנט. די מאפע פון ארץ ישראל קומט פון די חומש?
א לייק איז נישט פאר די נייעס סאיז פאר די ריפארטינג 👍
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

לויב האט געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2024 12:18 am
וואס פשט אז ווען איך דייל קיין אי דארף איך דיילן 011
אמאל האט מען געדארפט
היינט דארף מען שוין נישט
מען קען אנשטאטס דעים דיילען 972+

011 מיינט אז די זאגסט אז די ווילסט מאכען אן עקזיט קאלל דאס הייסט אינדרויסן פון די לאנד.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

אדידעס האט געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2024 12:40 am
זייער אינטערסאנט. די מאפע פון ארץ ישראל קומט פון די חומש?
😀
שוין געווען טעלעפאנען דעמאלטס?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ש'כח @בריטיש עירוועיס , זייער אינפארמאטיוו.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6330
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

Wow גאר אינטערעסאנט.
קיינמאל נישט געוויסט פון דעם
🔥🕯🕯🔥
יִזְכֹּר אֱלוֹקְים אֶת נִשְׁמוֹת אֲחֵינוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, חַלְלֵי טֶבַח שִׂמְחַת-תּוֹרָה, נִשְׁמוֹת אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל, שֶׁהוּמְתוּ וְשֶׁנֶּהֶרְגוּ וְשֶׁנֶּחְנְקוּ וְשֶנִשְרְפוּ חַיִּים, עַל קְדֻשַּׁת הַשֵּׁם.
גאלדגרוב
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm
לאקאציע:אפסטעיט ניו יארק

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

קען זיין פאר דעם ווען מען קלינגט קיין אויסלאנד איבערן ים הערט זיך אנדערש די קלינג ווי ווען מען קאלט דאהי אין לאנד און קיין קאנאדע
viewtopic.php?t=69291
מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: ווי אזוי ריכטיג אפצולערנען א פאון נומבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

העט געווען א עריע קאוד 012
וואלט איינער געקענט האבן א נומער
012-345-6789
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”