חלק א' אונז זענען געפארן, א משפחה פון 7 נפשות מיטן ציל אנצוקומען קיין Gatlinburg וואס איז א באוויסטע שטעטל אין סמאוקי מאוטעינס טענעסי. קודם זענן מיר געפלויגן קיין אטלאנטא זשארשזיע. די וועג פון אטלאנטא ביז צו די שטאט געטלינבורג (Gatlinburg) נעמט ארום 4.5 שעה. עס איז טאקע א לאנגע וועג אבער עס לוינט זיך.(עס איז דא נענטערע עירפארטס, אבער די טיקעטס זענען גאר טייער און זיי האבן נישט אייביג קיין עראפלאנען)
אויפן וועג פון אטלאנטא, ביים גרעניץ פון שזארשזיע און טענעסי, האבן מיר זיך אפגעשטעלט נעבן די שטאט טשאטאנוגא, טענעסי (Chattanooga Tennessee) ביי א בארג וואס הייסט Lookout Mountain. דארטן איז דא א פלאץ וואס הייסט Ruby's Falls. רובי פאללס איז א הערליכע הייק אין א הייל ווי מען קומט אן צו א הערליכע וואסער פאל אין די הייל. די הייק אינעם הייל איז זייער געשמאק און אינטערעסאנט. עס כדי מיט צונעמען גוטע סניעקערס פאר די שפאציר. די פלאץ האט אויך פון אינדרויסן א הויכער טורעם וואס פון דארטן קען מען זען הערליכע וויוז פון כו"כ סטעיטס. זיי האבן אויכט א קליינע gift shop ווי מען קען קויפן מתנות. די פלאץ קאסט א פאר דאללער פער מענטש און עס איז כדי צו רופן און מאכן רעזערוואציעס ביפאר מען גייט.
דערנאך אביסל ווייטער ארויף אויפן בארג (Lookout Mountain) איז דא אזא ספעציעלע טראם וואס הייסט Incline Railway. דאס איז אזא רעילוועי וואס פארט ארויף די בארג אויף גאר א שיפע אינקליין פון א מייל לאנג. מען פאנג אן פון אויבן און מען קען ארפ גיין פון די רעילוועי אונטן און דארטן איז דא א פאר געשעפטן מיט עפעס א מוזיעם. למעשה האב איך נישט געזען עפעס געוואלדיג מיט דער אטראקציע.
אביסל ווייטער ארויף אויפן שפיץ פון די בארג איז דא א פארק וואס הייסט פאוינט פארק (Point Park). דער פארק איז אויפן שפיץ פון די בארג אין עס איז דא א געוואלדיגע view פון די גאנצע פלוין (יא, דער ערשטער מאהל פארשטאנען וואס דאס ווארט פלוין מיינט). דארטן איז געווען גאר א וויכטיגער חלק פון די אמעריקאנער ציווילער קריג, די Battle of Chattanooga. עס איז דא א טייך וואס לויפט דארטן אונטען די בארג, וואס האט געהאט א גרויסע חלק מיט די מלחמה. אין די פארק איז דא קאנאנען וואס מען קען כאפן א שיינע משפחה בילד דארטן מיט א הערליכע סינערי בעקגראונד. די פארק איז הערליך און די view עפעס געוואלדיג און איך האב שטארק הנאה געהאט דארטן.
גלייך אינדרויסן פון די פארק איז דא א קליינע מוזיאם וואס רעד פון די אמעריקאנער ציווילע קריג און ספעציעל פון די בעטעל אוו לוקאוט מאונטען. (מיין קליינער פרעגט מיר אויב דער מוזיאם איז שוין געווען אפען ביפאר די אונטערן קריג....). אלס איינער וואס ליינט אסאך פון די אמעריקאנער היסטאריע איז דער מוזיאם געווען גאר אינטערעסאנט, אבער מיינע קינדער זענען נישט געווארן צו שטארק אנטציקט. די מוזיאם האט דארטן אזא מאלטימידיע סארט פארשטעלונג פון די בעטעל אוו לוקאוט מואנטעין וואס איך האב געטראפן צו זיין גאר אינטערעסאנט. די מוזיאם האט א טשיקאווע גיפט שאפ וואס איז פיל מיט אמעריקאנער פאטריאטיזם אום זיי האבן א פאר קאנאנען אויסגעלייגט אינדרויסן פון די מוזיאם. עס איז ראטזאם צו מאכן רעזערוואציעס פארן קומען.
עס איז אויך דא דארטן נאך א פלאץ וואס הייסט Rock City וואס מען דארף פון דארטן צו קענען זען 7 סטעיטס. למעשה בין איך דארטן צום סוף נישט אנגעקומען.
נאכן פארברענגען א גוטע פיר שעה אין Chattanooga האט מען זיך ארויס געלאזט קיין Gatlinburg Tennessee וואס איז א צוויי שעה'עדיגע נסיעה פון Chattanooga.
עט מען לאזן מיין דרייווער דרייווען און המשך יבא....
נספח א' וואס זענען די סמאוקי מאונטעינס? די סמאויקי מאונטעינס זענען א שורה פון בערג וואס פאנגען זיך אן ביי די טענעסי און נארט קעראליינע גערניץ. זיי זענען א חלק פון די גרעסערע אפעילעשיען מאונטעינס (די קעטסקיללס זענען אויך א חלק פון די אפעילעשיען מאונטעינס. די סמאוקי מאונטעינס נעשענאל פארק איז געווארן עסטעבלישט אים 1934. עס איז דא ארום 11 מיליאן באזוכער וואס באזוכן די סמאוקיס, ווי מאנכע רופן איר, א יעדעס יאהר. די נאמען סמאויקי קומט פון די נעפעל וואס באדעקט כסדר די בערג און עס מאכט עס אויסקוקען ווי עס איז דא א רויעך. ביפאר די ווייסע אינוואדירער איז דאס געווען די לאנד פון די טשעראקי אינדיען. א סאך אמעריקאנער אינדיאנער האבן זיך געקענט ארויס דרייען פון די טרויריג ברומטער טרעילס אוו טעירס דארך זיך בייהאלטן אין די סמאוקי מאונטעינס. עס איז דא א סאך חיות וואס רופן זייער וואוין ארט די סמאוקיס, אזוי ווי דער שווארצער בער, די עלק (א מין הערש מיט א לענגערע האלץ), האזלעך, די רויטע וואלף, גראונדהאגס, די רויטע פוקס, די באבקאץ, די ווילדע טורקי און נאך. די פארק איז היים פאר איבער 200 מינע פייגלעך, און נאך באשעפענישען. א דריטל פון די ביימער און דער פארק זענען איבער 100 יאהר אלט.
די שטעט פון PIGEON FORGE און GATLINBURG באקומען איבער איין מיליאן באזוכער א יעדעס יאר און די שטעט אליינס ווען למעשה איז אין די שטעט נישט דא דארט קיין 6000 פערמנאנטע איינוואוינער. די פאפולאציע גייט ארויף אים א נארמעלער טאג צו איבער 50 אלפים.
פארוואס איז די סמאוקיס אזוי פאפיולער? עס איז גאנץ נאנט צו פליען פאר דער וואס וויל האבן די עקספעריענס פון א נעשענאל פארק. די לופט דארטן איז עפעס וואס מען טרעפט נישט און ערגעץ ווי אויך די פאנאראמע איז עפעס הערליך. מען לעבט ציווישען נאטור און חיות און פיילגעך וואס מען קען נישט בדרך כלל זען.
חלק ג' נאכן זיך אויסריען און פארברענגן די טאג מיט די משפחה אין אונזער געשמאקע קעבין און עסן נאכטמאהל און דאווענען מנחה, (מיר וועלן שרייבן וועגען מנין און כשרות אויף אן אנדערע געלעגנהייט) האט מען זיך ארויס געלאזט אויף נאך אן אויספלוג. למעשה ווען עס קומט צו מוזיעמס און אטראקציעס האב איך ליב צו גיין אויף עפעס וואס איז יוניק פאר יענע מקום. וואס איך וויל ארויס ברענגן איז אז ווען מען ריסערטשד ווי צו גיין קומט ארויס צענדליגער מוזיעמס און אטראקציעס, אבער איך נישט אלס איז יוניק פון סמאוקי מאונטעינס. נאכן שטאדירן האט מען זיך אריין געזעצט אין מיין קאר און מען איז געפארן צו די Titanic Museum. די מוזיעם איז אפען ביז שפעט.
די טייטעניק מוזיעם איז גאר אייגענארטיג מיט דעם וואס עס איז נאר דא צוויי אזעלכע מוזיעמס אין אמעריקע. איינס אין פישזאן פארשז טענעסי און די צווייטע ברענסאן אילינאו. דער מוזיעם אין גאר אינטערעסאנט פאר אלע עישזעס. די מוזיעם פון אינדרויסן קוקט אויס פונקט וויא די עכטע טייטעניק שיף. עס איז זייער הענדס אן און עס גייט אריבער די גאנצע היסטאריע פון די טייטעניק פונעם פלאנען ביזען ווערן דערטראנקען. ווען די קומסט אן געבן זי דיר א רייזע בילעט און די ארבייטער גייען אנגעטוהן אזוי ווי עכטע סטוארדס פון א שיף. למעשה לייגן זיי דיר אריין אין די מצב פון די פראכט און שיינקייט פון די טייטעניק אזוי אז דו פילסט עס אין אלע ביינער. עס איז דא דארטן א עכטע לייף סייז רעפליקע פון די גרענד סטעירקעיס אין די טייטעניק, די הערליכע צימערן און די מער פשוטע צימערן, און אזוי ווייטער. זיי מאכן דיר פילען וויאזוי עס פילט ווען די שיף האט אנגעפאנגען צו ווערן פארפלייצט. דערנאך איז דא א פלאץ וואס האט א נאכגעמאכטע דעק פון א שיף ווען עס איז גאר איינגעבויגן וועגען עס דערטרענקט זיך. זיי האבן דארטן אזא אייז בארג און וואסער וואס איז קאלט אזוי ווי די טעמפעראטור פון די וואסער בארן ווערןדערטראנקען. די גאנצע פמליא האט זייער שטארק הנאה געהאט פון די פלאץ. עס איז ראטזאם צו אנרופן צו מאכן רעזארוואציעס.
נאכן ענדיגן מיטן טייטעניק איז מען צוריק געפארן מיט די משפחה צו די קעבין. געמאכט אזא קומציץ מיט מיינע קינדער. מיין זוהן האט מיט געברענגט אזא מעדאליקא און אן אנדערער א גיטאר. מען איז געזיצען און מען האט געגעסן און געטרונקן לכבוד יו"ט....
די נעקסטע אינדערפרי איז מען אויף געשטאנען פרי און מען האט אנגעפאנגען צוזאם פאקן די די גאנצע משפחה. נאכן זיכער מאכן אז די פלאץ איז גאר ריין (די קעבינס זענען נישט קיין האטעלס און זיי עקספעקטן אז מען זאל לאזן די פלאץ גאר זויבער), איז מען געגאנגן צו די ריפליעס עקוועריעם (איי, כ'האב געשריבן אז איך גיי נאר צו יוניק מוזיעמס.... איך און מיין ווייב שטימן נישט...) ריפליעס עקוועריעם איז.... אקעי... עס איז ריפליעס... שיין, געשמאק, פעמעלי פרענדלי, און פאן.
דערנאך האט מען זיך ארויס געלאזט אויפן לאנגען וועג פון 4.5 שעה קיין אטלאנטע צו כאפן אונזער פליגער צוריק צו נוארק.
סי יו אין ניו יארק.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.