וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

פלטרין של מלך
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2023 2:00 pm

וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטרין של מלך »

איך האב לעצטס באקומען א דרייב מיט פיל מאוויס, און איך בין נישט מסוגל אויפהערן קוקן שעות שעות שעות
איך שפיר ווי איך בין נישט מסוגל אויפהערן אפילו עס שטערט מיר זייער
וואס קען מען טוהן??
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2716
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

גיי ארויס פון כולל און נעם א פול טיים דזשאב, אויב ס’איז נישט גענוג נעם אויך א א סייד דזשאב.
#בטלה מביא לידי שעמום.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3250
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

פלטרין של מלך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 12:54 pm
איך האב לעצטס באקומען א דרייב מיט פיל מאוויס, און איך בין נישט מסוגל אויפהערן קוקן שעות שעות שעות
איך שפיר ווי איך בין נישט מסוגל אויפהערן אפילו עס שטערט מיר זייער
וואס קען מען טוהן??
שיק אריין.

באמת, מיט א שטארקן רצון האלט דיך איין פאר פינף מינוט, נאך דעם צען מינוט, און אפילו דו פאלסט דורך נאכדעם, קוק אויף דעם אז דו האסט זיך איינגעהאלטן פאר צען גאנצע מינוט און נישט אויף דעם אז דו ביסט דורכגעפאלן, נאך דעם צוביסלעך וועסטו קענען אויפהערן אינגאנצן.

וויכטיג צו אנערקענען אז איך האב א פראבלעם און איך דארף מיך אליין העלפן דערמיט.
לפנות בוקר
פלטרין של מלך
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2023 2:00 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטרין של מלך »

ס'מיר שווער מעקן די דרייב
בפרט אז איך ווייס אז איך קען אייביג עס גאנץ גרינג צוריק באקומען
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

פלטרין של מלך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:03 pm
ס'מיר שווער מעקן די דרייב
בפרט אז איך ווייס אז איך קען אייביג עס גאנץ גרינג צוריק באקומען
קודם פארמעק די פאלדער, אויך פון טרעש.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3250
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

פעטער שמואל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 12:56 pm
גיי ארויס פון כולל און נעם א פול טיים דזשאב, אויב ס’איז נישט גענוג נעם אויך א א סייד דזשאב.
#בטלה מביא לידי שעמום.
די עדיקשן לאזט אים נישט נעמען א פול טיים דזאב...
לפנות בוקר
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

האסט געליינט די א ווי איז יוסעלע ??
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
דער עסקן
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:44 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער עסקן »

מילדי העברים האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:06 pm
האסט געליינט די א ווי איז יוסעלע ??
וואס פונקטליך גייט עם עס העלפן ווען ער ליינט עס? סך הכל וועט ער זעהן אז סאיז דא נאך וואס מיטשנען זיך מיט דעם ....
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

פלטרין של מלך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 12:54 pm
איך האב לעצטס באקומען א דרייב מיט פיל מאוויס, און איך בין נישט מסוגל אויפהערן קוקן שעות שעות שעות
איך שפיר ווי איך בין נישט מסוגל אויפהערן אפילו עס שטערט מיר זייער
וואס קען מען טוהן??
ווארפעס אריין און ים
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

פלטרין של מלך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 12:54 pm
איך האב לעצטס באקומען א דרייב מיט פיל מאוויס, און איך בין נישט מסוגל אויפהערן קוקן שעות שעות שעות
איך שפיר ווי איך בין נישט מסוגל אויפהערן אפילו עס שטערט מיר זייער
וואס קען מען טוהן??
עס איז דא אסאך הילף היינט פרעגט אייך נאך,
זאג אז די זיכסט פאר א חבר.
viewtopic.php?t=67745
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
אוועטאר
פארשלעפטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
לאקאציע:איין מינוט שפעט

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשלעפטער »

פלטרין של מלך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:03 pm
ס'מיר שווער מעקן די דרייב
בפרט אז איך ווייס אז איך קען אייביג עס גאנץ גרינג צוריק באקומען
אויב די רעדסט פון א גוגל דרייוו א.ד.ג. שיק אריין פאר דיין פילטער קאמפאני די לינק פון די דרייוו צו עס בלאקן.

[email protected]
[email protected]
[email protected]
לעצט פארראכטן דורך פארשלעפטער אום מאנטאג מארטש 04, 2024 1:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

דער עסקן האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:08 pm
מילדי העברים האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:06 pm
האסט געליינט די א ווי איז יוסעלע ??
וואס פונקטליך גייט עם עס העלפן ווען ער ליינט עס? סך הכל וועט ער זעהן אז סאיז דא נאך וואס מיטשנען זיך מיט דעם ....
קודם יא אין נאכדעם סדא דארט עפעס הילף
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2767
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

ווילאנג די ווילסט נישט אמתדיגוועט דיר גארנישט העלפן. קודם דארפסטו באמת וועלן פטור ווערן דערפון פאר אלע קאסטן אפילו ס'עט זיין גאר שווער. אז ס'איז בלויז לבך נקפך איז עס גארנישט ווערד.
חיים חייקל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים חייקל »

פלטרין של מלך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 12:54 pm
איך האב לעצטס באקומען א דרייב מיט פיל מאוויס, און איך בין נישט מסוגל אויפהערן קוקן שעות שעות שעות
איך שפיר ווי איך בין נישט מסוגל אויפהערן אפילו עס שטערט מיר זייער
וואס קען מען טוהן??
ערשטענס דארפסטו זיך אליין פרעגן, פארוואס וויל איך אויפהערן? און וואס וועט זיין אויב איך הער נישט אויף?

נאכדעם ווען דו ביסט קלאר מיט דיך אליין, מאך קליינע גאולס, איין טאג אויף אמאל, היינט קוק איך נישט. אויב איין טאג איז צו שווער, מאך עס פאר אפאר שעה. און אין די צייט זאלסטו דיך האלטן מיט א פעסטקייט... "מיט קליינע סטעפסט וועסטו אדורכרייזן גרויסע בערג"
חיים חייקל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים חייקל »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:24 pm
ווילאנג די ווילסט נישט אמתדיגוועט דיר גארנישט העלפן. קודם דארפסטו באמת וועלן פטור ווערן דערפון פאר אלע קאסטן אפילו ס'עט זיין גאר שווער. אז ס'איז בלויז לבך נקפך איז עס גארנישט ווערד.
פון זיינע ווערטער זעהט אויס אז ער וויל אמתדיג, ער ווייסט נאר נישט ווי אזוי
אוועטאר
פארשלעפטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
לאקאציע:איין מינוט שפעט

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשלעפטער »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:24 pm
ווילאנג די ווילסט נישט אמתדיגוועט דיר גארנישט העלפן. קודם דארפסטו באמת וועלן פטור ווערן דערפון פאר אלע קאסטן אפילו ס'עט זיין גאר שווער. אז ס'איז בלויז לבך נקפך איז עס גארנישט ווערד.
ביזט א העכסט נארמאלע מענטש/ניק אפי' די פארשטייסט נישט צו אדיקשן, אבער ביטע רעד נישט אריין אין דעם נושא.
.
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

איך זעה אז די קענסטיך אליינס אן עצה געבען...
.
Screenshot 2024-03-04 133220.jpg
Screenshot 2024-03-04 133220.jpg (161.96 KiB) געזען 1743 מאל
אוועטאר
never
שר שלשת אלפים
תגובות: 3721
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

זיי מתפלל!
ס'וועט זיכער העלפן!
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אבנים טובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 1:06 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנים טובות »

חיים חייקל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:29 pm
בן כלבא שבוע האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:24 pm
ווילאנג די ווילסט נישט אמתדיגוועט דיר גארנישט העלפן. קודם דארפסטו באמת וועלן פטור ווערן דערפון פאר אלע קאסטן אפילו ס'עט זיין גאר שווער. אז ס'איז בלויז לבך נקפך איז עס גארנישט ווערד.
פון זיינע ווערטער זעהט אויס אז ער וויל אמתדיג, ער ווייסט נאר נישט ווי אזוי
שטותים והבלים איינער וואס האט א עדיקשאן אויף מאוויס האט זיך עס אליינס אנגעמאכט בידיםווייל ער האט עסגעוואלט און ווען ער וועט מער נישט וועלן וועט ער אטמאטיש אויפהערן,
איך זאג נישט אז עס איז נישט שווער און אויך נישט אז עס איז גרינג אבער אויב ווייסט ער די פראבלעם טוט ער עס נישט און אויב טוט ער עס וויל ער (די מענטש קען נישט טוהן קיין שום זאך וואס ער וויל נישט ואכמ"ל אפשר ביי א צווייטע געלעגנהייט)
עצות זיך צו האלטן א טריט ווייטער איז א נושא פאר זיך וואס יעדער מענטש דארף אליינס וויסן לפי מצבו.
עס איז דא די פשוט'ע ווי למשל מאכן א שעות צעטיל ווי די מציאות פראסקעט און פנים וכו'
נישט ווער עס לאכט איז פרייליך
נישט ווער עס איז פרייליך לאכט

נעם דיין עתיד און צוקלאפ מיט דעם דיין עבר
נעם נישט דיין עבר און צוקלאפ מיט דעם דיין עתיד
אוועטאר
פארשלעפטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
לאקאציע:איין מינוט שפעט

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשלעפטער »

Zeltzer האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:35 pm
.
Screenshot 2024-03-04 133220.jpg
הה"ד אל תאמן בעצמך עד יום מותך,
ואל תדין את חברך עד שתגיע למקומו.
.
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

פארשלעפטער האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:33 pm
בן כלבא שבוע האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:24 pm
ווילאנג די ווילסט נישט אמתדיגוועט דיר גארנישט העלפן. קודם דארפסטו באמת וועלן פטור ווערן דערפון פאר אלע קאסטן אפילו ס'עט זיין גאר שווער. אז ס'איז בלויז לבך נקפך איז עס גארנישט ווערד.
ביזט א העכסט נארמאלע מענטש/ניק אפי' די פארשטייסט נישט צו אדיקשן, אבער ביטע רעד נישט אריין אין דעם נושא.
כקען ערגעץ זען דיין דעגרי איבער דיין פארשטאנד צו עדיקשאן? אויבן אויף זאגט בן כבלא א גערעכטע נקודה. ווילאנג מוויל נישט עכט וועט מען נישט פטור ווערן דערפון.
דיין עצה דערווייל איז געווען בעטן די פילטער צו בלאקן די דרייוו לינק. די ווייסט ווי גרינג סאיז צו האבן א פרישע לינק? אדער גאר א פרישע כלי…

קודם דארף מען עכט עכט ווילן סטאפן די עדיקשאן, דאן קען מען פראבירן עס איינצושפארן אין א תפיסה.
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1472
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

אבנים טובות האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:42 pm
חיים חייקל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:29 pm
בן כלבא שבוע האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:24 pm
ווילאנג די ווילסט נישט אמתדיגוועט דיר גארנישט העלפן. קודם דארפסטו באמת וועלן פטור ווערן דערפון פאר אלע קאסטן אפילו ס'עט זיין גאר שווער. אז ס'איז בלויז לבך נקפך איז עס גארנישט ווערד.
פון זיינע ווערטער זעהט אויס אז ער וויל אמתדיג, ער ווייסט נאר נישט ווי אזוי
שטותים והבלים איינער וואס האט א עדיקשאן אויף מאוויס האט זיך עס אליינס אנגעמאכט בידיםווייל ער האט עסגעוואלט און ווען ער וועט מער נישט וועלן וועט ער אטמאטיש אויפהערן,
איך זאג נישט אז עס איז נישט שווער און אויך נישט אז עס איז גרינג אבער אויב ווייסט ער די פראבלעם טוט ער עס נישט און אויב טוט ער עס וויל ער (די מענטש קען נישט טוהן קיין שום זאך וואס ער וויל נישט ואכמ"ל אפשר ביי א צווייטע געלעגנהייט)
עצות זיך צו האלטן א טריט ווייטער איז א נושא פאר זיך וואס יעדער מענטש דארף אליינס וויסן לפי מצבו.
עס איז דא די פשוט'ע ווי למשל מאכן א שעות צעטיל ווי די מציאות פראסקעט און פנים וכו'
אה האסטו דעים חכם...

האסט געהערט?! דו ווילסט נישט...
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

דיין פראבלעם איז נישט אז די קוקסט מאוויס, דאס איז א תוצאה פון שפירן א ליידיגקייט.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אבנים טובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 1:06 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנים טובות »

שכולו טוב האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:45 pm
אבנים טובות האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:42 pm
חיים חייקל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:29 pm
בן כלבא שבוע האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:24 pm
ווילאנג די ווילסט נישט אמתדיגוועט דיר גארנישט העלפן. קודם דארפסטו באמת וועלן פטור ווערן דערפון פאר אלע קאסטן אפילו ס'עט זיין גאר שווער. אז ס'איז בלויז לבך נקפך איז עס גארנישט ווערד.
פון זיינע ווערטער זעהט אויס אז ער וויל אמתדיג, ער ווייסט נאר נישט ווי אזוי
שטותים והבלים איינער וואס האט א עדיקשאן אויף מאוויס האט זיך עס אליינס אנגעמאכט בידיםווייל ער האט עסגעוואלט און ווען ער וועט מער נישט וועלן וועט ער אטמאטיש אויפהערן,
איך זאג נישט אז עס איז נישט שווער און אויך נישט אז עס איז גרינג אבער אויב ווייסט ער די פראבלעם טוט ער עס נישט און אויב טוט ער עס וויל ער (די מענטש קען נישט טוהן קיין שום זאך וואס ער וויל נישט ואכמ"ל אפשר ביי א צווייטע געלעגנהייט)
עצות זיך צו האלטן א טריט ווייטער איז א נושא פאר זיך וואס יעדער מענטש דארף אליינס וויסן לפי מצבו.
עס איז דא די פשוט'ע ווי למשל מאכן א שעות צעטיל ווי די מציאות פראסקעט און פנים וכו'
אה האסטו דעים חכם...

האסט געהערט?! דו ווילסט נישט...
יא!! I'm proud ארויסצוקומען מיט די גאנצע אמס און זיין א עקלדיגע פארשטינקענע העיטער וואס פארשטייט נישט אז היינטיגע צייטן דארף מען געבן לאוו
נישט ווער עס לאכט איז פרייליך
נישט ווער עס איז פרייליך לאכט

נעם דיין עתיד און צוקלאפ מיט דעם דיין עבר
נעם נישט דיין עבר און צוקלאפ מיט דעם דיין עתיד
to be continued
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך to be continued »

טראכט אריין: ווער האט דיר געגעבן אויגן צו זעהן? דער הייליגער גוטער באשעפער!
דער זעלבער גוטער באשעפער וואס האט דיר געגעבן אזא מתנה טובה ווי צוויי געזונטע אויגן צו קוקן, ער האט פארבאטן צו קוקן ראיות אסורות, וואס אויף מאוויס קען מען אפט מאל זייער גרינג נכשל ווערן דערין.

דער באשעפער קען אין איין רגע חלילה אוועקנעמען די ראי' אויב מ'נוצט עס נישט ווי מ'דארף, אז דו וועסט דאס טראכטן וועט עס דיר אוודאי צוהעלפן זיך מתגבר צו זיין.

אויסערדעם טראכט אריין; ווען א דאקטער וועט דיר זאגן אויף א געוויסע מאכל וואס דו גלייכסט מורא'דיג שטארק אז נאכאיינמאל דו פארזוכסט דערפון וועט מען דארפן רופן חברה קדישא, וואלט די גאנצע תאווה און חשק צו דעם מאכל נעלם געווארן אין א אויגן בליק.
דאס זעלבע טראכט אריין אז חלילה מיט איין בליק במזיד קען די אויגן געשעדיגט ווערן פאר אייביג [א רוחניות'דיגע היזק].
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”