שבע ברכות טראמע!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: שבע ברכות טראמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

צהלתו בפניו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 12:16 am
עס איז א געשמאקע טאפיק אויף וואס צו רייטן

חוזק מאכן פון א זאך און נישט חלילה פון קיין יחיד

אבער אויב זאל דאס ליצנות אנהאלטן פון אונטעררייסן און מגנה זיין דאס טאנצן אויף א חתונה, און זיך משתתף זיין אויף א שבע ברכות, זאלסטו זיך נישט וואונדערן אז ווען דו גייסט חתונה מאכן, דיינע געפילן גייען זיין אין הימל, און וועסט זיך וואונדערן פארוואס עס באכעט מוזיק אין א ליידיגע זאל, און דער וואס איז יא אין זאל ליינט גליונות...

כ'רעד פונעם פותח האשכול, דער טאנצן אשכול דא אין וועלטל, און ברוינצער שמועס
כ׳פארשטיי נישט דיין לעצטע שורה
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: שבע ברכות טראמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

◄ ווייז ספוילער
משה יצחקי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 12:25 am
צהלתו בפניו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 12:16 am
עס איז א געשמאקע טאפיק אויף וואס צו רייטן

חוזק מאכן פון א זאך און נישט חלילה פון קיין יחיד

אבער אויב זאל דאס ליצנות אנהאלטן פון אונטעררייסן און מגנה זיין דאס טאנצן אויף א חתונה, און זיך משתתף זיין אויף א שבע ברכות, זאלסטו זיך נישט וואונדערן אז ווען דו גייסט חתונה מאכן, דיינע געפילן גייען זיין אין הימל, און וועסט זיך וואונדערן פארוואס עס באכעט מוזיק אין א ליידיגע זאל, און דער וואס איז יא אין זאל ליינט גליונות...

כ'רעד פונעם פותח האשכול, דער טאנצן אשכול דא אין וועלטל, און ברוינצער שמועס
כ׳פארשטיי נישט דיין לעצטע שורה!
[/quote]
וועסט דאך אוודאי פרעגן על מה יצא הקצף? - ח"ו קיין קצף אבער יא די תגובה, און אויף וואס באצי איך מיך
אויף דעם זאג איך אז דאס איז שוין די דריטע פלאץ די חודש ווי עס ווערט ברייט צושמירט און נתגנה און חוזק געמאכט פון זיך משתתף זיין אויף א שמחה,
די אשכול וואו דו רייסט אראפ דעם זיידנס שבע ברכות
די ארטיקל פון איך געדענק נישט וועלכע ניק וואס האט געהאט דעם אויבנאן מיטן צושמירן אלע סארט טאנצערס אויף חתונות, וואס אט די ארטיקל און טעמא איז ברייט צושמירט געווארן אין די ברוינצער שמועס אויף קולמע.
לעצט פארראכטן דורך צהלתו בפניו אום דאנערשטאג מארטש 07, 2024 12:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7328
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: שבע ברכות טראמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

ריעל ניוז האט געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2024 10:27 am
משפחות וואו עס איז דא אן אנגענעמע הארמאניע צווישן מיטגלידער זענען נישט דא די אלע פראבלעמען, מען זיצט מיט דער משפחה און מען פארברענגט. איך האב אבער פארט געגליכן דיין שפראך.
משפחות מיט הארמאניע מוטשענען זיך פונקט אזוי מיט בעיביסיטערס און האבן אויך נישט ליב צו הונגערן אפאר שעה צו קענען אויפאסטן אויף א טרוקענע בילקע בשעת דער בא'טעמ'טער פעטער נעמט דעם מייק און קריכט אויף די געהירן פאר א האלבע שעה.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

Re: שבע ברכות טראמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2024 1:32 am
א גוטן.



זיידי מאכט שבע ברכות, ביסט זיכער מען מוז גיין!? שאר! זיידי גייט זיך נעקסט לעוועל באליידיגן אויב אונז גייען נישט..

אבער.. ״ס׳איז נישט דא קיין אבער״!

מען קומט אן, אויפגערעגט און ערשעפט פונעם וועג, הונגעריג ווי א שארק.. עס ווארט ביי יעדעם׳ס פלאץ א מיטגעמאכטע שטיקעל כ׳ווייס נישט וויאזוי עס הייסט, מיט מאשראום פויזען אויף דעם, יעדער טרייט עס אנצופאנגן צו עסן פון אן אנדערע ענגל, רוב עולם געבט אויף גאר אנהייב.. מינווייל פאנגט עפעס א געשמאקע פעטער אן א שלעכטע אומפאפולערע ניגון, די עולם גייט אן פאר שלש סעודות הארמעני, רוב מאל זעצטסטו זיך אוועק אויף א פלאץ, און פינקט זעצט זיך אוועק דערנעבן עפעס א הייזעריגע קאזין, וואס די ווילסט ניטאמאל באגעגענען אין חלום..
רוב צייט איז שטיל, מען הערט פון אינטערוויילעכטץ ווי די עולם קייט אויף א הויעכען סקעיל, די טרייסט צו אנפאנגן א שמועס אבער די שטן לאזסט נישט…
די פרובירסט צו טעקסטן דיין ווייב און זיך האלטן ביזי, אבער זי ענפערט נישט, סוי די רייסט ארויף און אראפ ביי דיין קאנטעקטס פון דיין סעלפאון,(מען טוט עס אויך אינעם עלעוועיטער), נאכדעם שטעלט זיך א פעטער אויף רעדן פאר אייביג, ער דערמאנט זיך נועם מגדים׳ס מיט שיינע געדאנקן, ער איז פשוט אומשילדיג וואס זאל ער טון ״ער קען רעדן! ער האלט קלאר אז ער האט עס ביי פאאר!
נאכדעם טאנצט מען און יעדער פעטער מוז משוגע וויכטיג איבערטאנצן נאכאמאל!! אפשר מאכט מען נאכאמאל מצווה טאנץ אויך!?!?





מען קומט אהיים אויפגערעגט און מען שעלט קללות!

עד מתי! קיינער דארף עס נישט! פארוואס דארף די דריטע דור דאס מיטמאכן! מאך משוגע דיינע איידעמער און זוהן.. און לאז געמאך די איינעקלעך!




א גוטע נאכט.. סארי איך בין נאך פשוט אינטערן רושם..
ווען די גייסט צו א חברים פרענד קומזיץ אבער פארברענג רעדסטו דיר אויכט אזוי אפ אדער דאס געשעט נאר ביי משפחה שמחות?
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתההשם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: שבע ברכות טראמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

איך האב די אלע פראבלעמן פונעם פותח האשכול אבער דאך איז דעי קינדערישע עקסייטמענט צו גיין צו א שבע ברכות ביי מיר נאכנישט געשטארבען...

איך וואלט נישט געוואלט מיין זיידע זאל מיר זאגן "דארפסט נישט קומען",
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
סענס אף יומער
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: שבע ברכות טראמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2024 1:32 am
א גוטן.



זיידי מאכט שבע ברכות, ביסט זיכער מען מוז גיין!? שאר! זיידי גייט זיך נעקסט לעוועל באליידיגן אויב אונז גייען נישט..

אבער.. ״ס׳איז נישט דא קיין אבער״!

מען קומט אן, אויפגערעגט און ערשעפט פונעם וועג, הונגעריג ווי א שארק.. עס ווארט ביי יעדעם׳ס פלאץ א מיטגעמאכטע שטיקעל כ׳ווייס נישט וויאזוי עס הייסט, מיט מאשראום פויזען אויף דעם, יעדער טרייט עס אנצופאנגן צו עסן פון אן אנדערע ענגל, רוב עולם געבט אויף גאר אנהייב.. מינווייל פאנגט עפעס א געשמאקע פעטער אן א שלעכטע אומפאפולערע ניגון, די עולם גייט אן פאר שלש סעודות הארמעני, רוב מאל זעצטסטו זיך אוועק אויף א פלאץ, און פינקט זעצט זיך אוועק דערנעבן עפעס א הייזעריגע קאזין, וואס די ווילסט ניטאמאל באגעגענען אין חלום..
רוב צייט איז שטיל, מען הערט פון אינטערוויילעכטץ ווי די עולם קייט אויף א הויעכען סקעיל, די טרייסט צו אנפאנגן א שמועס אבער די שטן לאזסט נישט…
די פרובירסט צו טעקסטן דיין ווייב און זיך האלטן ביזי, אבער זי ענפערט נישט, סוי די רייסט ארויף און אראפ ביי דיין קאנטעקטס פון דיין סעלפאון,(מען טוט עס אויך אינעם עלעוועיטער), נאכדעם שטעלט זיך א פעטער אויף רעדן פאר אייביג, ער דערמאנט זיך נועם מגדים׳ס מיט שיינע געדאנקן, ער איז פשוט אומשילדיג וואס זאל ער טון ״ער קען רעדן! ער האלט קלאר אז ער האט עס ביי פאאר!
נאכדעם טאנצט מען און יעדער פעטער מוז משוגע וויכטיג איבערטאנצן נאכאמאל!! אפשר מאכט מען נאכאמאל מצווה טאנץ אויך!?!?





מען קומט אהיים אויפגערעגט און מען שעלט קללות!

עד מתי! קיינער דארף עס נישט! פארוואס דארף די דריטע דור דאס מיטמאכן! מאך משוגע דיינע איידעמער און זוהן.. און לאז געמאך די איינעקלעך!




א גוטע נאכט.. סארי איך בין נאך פשוט אינטערן רושם..
כ'מיין אז די לייקס דיינע איז אויף דיין געלונגענע שפראך...א לייק!
אבער איך דיס עגרי מיט דיין נקודה
קורצע אינספיראציעס מיט א סענס אף יומער

נאך א מזל אז דאגה'ן העלפט נישט לייזן קיין פראבלעמען. אויב ווען ס'העלפט נישט דאגה'ט מען נאכאלץ אזויפיל, וויפיל וואלטן מיר גע'דאגה'ט ווען ס'העלפט ווען יא.
(הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
אוועטאר
סענס אף יומער
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: שבע ברכות טראמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

כלפי די משפחה האלט איך 100% אז ס'איז די שענסטע זאך וואס קען זיין, וויאזוי דען האלט זיך א משפּחה צוזאמען אויב נישט זיך מיטפרייען בשבת אחים ביי די שמחות? און אפגערעדט פון די כבוד פון א זיידע א ראש המשפחה, האסט פיין חוזק געמאכט אבער ס'איז נאכאלץ אמת אז די זיידע קוקט ארויס אויף די באטייליגונג פון די אייניקלעך ביי זיינע שמחות. דאס איז זיין לעבן! דאס איז זיין נחת! פארדעם האט ער געהארעוועט אלע יארן אויפצושטעלן א דור לשם ולתפארת! אז נישט קען יעדע איד נאכן חתונה מאכן די קינדער גיין אין נורסינג האום אויסלעבן זיינע יארן, פארוואס זיין א לאסט אויף די קינדער און אייניקלעך? זאלן די נורסעס קעיר נעמען. פארדעם זעמיר אידישע קינדער! אונז ווארפן נישט אוועק אונזערע עלטערן ווען זיי האבן שוין עקספייערט! דאס איז אונזער שטאלץ! אונזער סעמפל פאר אונזערע קינדער!
לעצט פארראכטן דורך סענס אף יומער אום זונטאג יולי 07, 2024 3:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קורצע אינספיראציעס מיט א סענס אף יומער

נאך א מזל אז דאגה'ן העלפט נישט לייזן קיין פראבלעמען. אויב ווען ס'העלפט נישט דאגה'ט מען נאכאלץ אזויפיל, וויפיל וואלטן מיר גע'דאגה'ט ווען ס'העלפט ווען יא.
(הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
אוועטאר
סענס אף יומער
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: שבע ברכות טראמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

אבער כלפי די חתן איך בין נאך טראומעטייזט פון מיינע פיינפולע שבע ברכות טעג... נישט אומזיסט פרעגט מען די חתן במשכ'ן שבע ברכות: חתן, ווען שטעלסטו זיך אויף...? וד"ל
קורצע אינספיראציעס מיט א סענס אף יומער

נאך א מזל אז דאגה'ן העלפט נישט לייזן קיין פראבלעמען. אויב ווען ס'העלפט נישט דאגה'ט מען נאכאלץ אזויפיל, וויפיל וואלטן מיר גע'דאגה'ט ווען ס'העלפט ווען יא.
(הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
אוועטאר
never
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: שבע ברכות טראמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

לייק נאמבער: 100
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: שבע ברכות טראמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

101
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: שבע ברכות טראמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

איך בין אליין געווען א חתן יארן צוריק (נ.מ.ג.)
איך האב שוין ב״ה חתונה געמאכט עטליכע קינדער,

ממילא שפיר איך אז איך קען דא אריינרעדן:

איך האלט אזוי: דער פוה״א איז (ליידער) מיליאן פראצענט גערעכט!
איך האב שוין ליידער נישט קיין זיידעס, אבער כ׳כגעדנק ווי אויף צרות כ׳בין געווען ווען מ׳האט מיך גערופן, און כ׳האב געמוזט גיין.

אבער, היינט פארשטיי איך עפעס וואס האב ביז היינט נישט פארשטאנען:

א שבע ברכות - איבעראל קאסט געלט. רוב זיידע/באבע ווארפן זיך נישט מיט געלט פאר גארנישט.
* זיידע/באבע מאכן נישט דעם שבע ברכות ווייל זיי דארפן עס. ניין!
* זיידע / באבע מאכן עס נישט ווייל זיי ווילן זעהר שטארק זעהן די אייניקלעך!

זיי מאכן עס, ווייל זיי וועלן העלפן זייער קינד, וואס מאכט חתונה.
ס׳איז דא א גזירה פון 7 נעכט שבע ברכות - דריי שבע ברכות מוז יעדע צד צושטעלן. צו זיי ווילן יא אדער נישט.

דאז איז די אלגעמיינע מציאות ביי אונז. שריי נישט אז ס׳איז סטופיד. שריי נישט יעצט אז קיינער דארף עס נישט.

דאס איז נישט די פאינט דא.
יעדע צד דארף אנפילן עטליכע שבע ברכות.

דער פלאן איז: די פעטערס פון חתן, זיידע באבע, און מחותן און פראבלעם סאלווד.

פעטערס פון כלה, זיידע באבע, מחותן + שבת שבע ברכות.
פראבלעם סאלווד.

אויב איז נישטא קיין זיידע באבע, קראצט זיך די צד וואס טוט מען דא.

יעצט, אויב איז ער לאקי, און האט א קליק פון גוטע חבירים, זיין שול, זיין קאמפאני אדער זיין שיעור - מה טוב ומה נעים.

אויב איז ער א רייסער - קען ער רעכנען אויף זיין שוויץ חבירים, זיין קלוב.

אויב איז ער א מיליאנער קען ער רעכנען אז די מוסד זאל אים מאכן א פענסי שבע ברכות אויף א ROOF TOP!

אויב האט ער נישט קיין חבירים, און זיין בית המדרש מאכט נישט קיין שבע ברכות׳ן, זיין קאמפאני מאכט נישט… קיין שוויץ אייער אויך נישט. זיין שיעור חברותא אויך נישט, זיין מוסד מאכט אים נישט - דארף ער נויטיג א זיידע/באבע שבע ברכות - זיי זאלן אים ראטעווען…

און בלית ברירה, צאלט ער עטליכע אלפים פון ליידיגן קעשענע- און מאכט עס אליין אין א זאל, און זאגט אז די פעטערס פון זיין צד מאכט עס און פטר׳ט די מרור.

דאס איז דער טרוקענער מציאות וואס די אייניקלעך וואס האבן נישט קיין חשק צו קומען - וועלן ערשט פארשטיין ווען זיי מאכן אי״ה חתונה 20 יאר ארום.
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: שבע ברכות טראמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

שעפעלע... בלייב נישט טראמעטייזט פארן לעבן... יעדער מיט א שטריימל האט עס מיטגעמאכט נעבעך...

און אפשר טאקע איז סייעתא דשמיא אז די שבע ברכות מיט די א.ג. טראמע גייט מען אריבער ווען מען איז סייווי נאמב... מען שוועבט... מען מיינט אז 'איך' בין יא דא אויף די וועלט און מיט א בליק אויף צוריק זעהט מען אז מען איז געווען אין לאלאלאנד...
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
מאדערן ארט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 01, 2024 2:41 pm

Re: שבע ברכות טראמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאדערן ארט »

אוי זאגסטו גוט!
בערשטלעך-קנעפלעך-פעדערן-ווערטער-פאעזיע-און וואס נישט = מאדערן ארט
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: שבע ברכות טראמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

ס׳נייעס ערוועקט אן אלטע׳ן אשכול..
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”