ספרים חדשים שיצאו לאור
עס איז צום האפן אז די חובבי ספרים בתוכינו וועלן אריינקומען ליהנות ולהנות, וחפץ ה' בידינו יצליח לרומם קרן התורה בתוכינו.
****
וזה החלי,
יום ד' בשלח תשס"ט.
ירחון לקט ששנה:דאס איז די צווייטע אין די סעריע פון דעם ירחון וועלכע ווערט יעצט איבערגעדרוקט נאך אריבער זיבעציג יאר פון איר אריגינעלע ערשיינונג אין סאטמאר,ראמעניע.
דער מלקט איז געווען ממשפחת שווארץ המפוארה הידוע בעולם הספרות מיט די פיל צענדליגע ספרים שיצאו לאור על ידיהם, אנגעהויבן מיט די ראש המשפחה הגאון בעל 'קול ארי' ממאד ויוצאי חלציו, עקסטער האבן די בני המשפחה געהאט די זכי' צו זיין דער אכסניא של תורה פאר טויזענטער חד"ת פון הונדערטער רבנים, ראשי ישיבות און תלמידי חכמים מרחבי תבל דורך צושטעלען קובצים וירחונים מידי חודש בחדשו ווי דער פאפולערער קובץ 'וילקט יוסף' אדער די ירחונים 'הנשר' און 'אור תורה'.
דער נייער באנד אנטהאלט צוויי יאר ווערט פון דעם ירחון 'לקט ששנה' מיט חד"ת פון אונגארישע און אלוועלטליכע רבנים, אויך איז פארהאן דארט היסטארישע נייעסן און פארשידענע איחולי מזל טוב וכדו' וועלכע איז אינטערעסאנט פאר היסטאריקער און חוקרים.
דער ספר ערשיינט דורך די הוצאה לאור פון משפחת הקול ארי'.
*
לקראת המאורע הגדול פון 'ברכת וקידוש החמה'אין דעם קומענדיגען ערב פסח בהעעל"ט זענען ערשינען עטליכע חיבורים וועלכע אנטהאלטן מנהגים און הלכות פון דעם זעלטענעם מצוה באגלייט מיט די תפלות ואמירות השייכם והנלוים אליו.