ספרים חדשים שיצאו לאור

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ספרים חדשים שיצאו לאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בעקבות מאורינו ומאליפינו הרב דק' מעורר ישנים, ה"ה הגאון המקיץ נרדמים המכונה בל' סגי נהור פארשלאפ"ן, טוה איך ווידמען דעם אשכול פאר קורצע אפהאנדלונגען און הודעות איבער נייע ספרים וועלכע ערשיינען אויף די פאליצעס פון די ספרים געשעפטן חדשים לבקרים רבה.

עס איז צום האפן אז די חובבי ספרים בתוכינו וועלן אריינקומען ליהנות ולהנות, וחפץ ה' בידינו יצליח לרומם קרן התורה בתוכינו.

****
וזה החלי,

יום ד' בשלח תשס"ט.

ירחון לקט ששנה:דאס איז די צווייטע אין די סעריע פון דעם ירחון וועלכע ווערט יעצט איבערגעדרוקט נאך אריבער זיבעציג יאר פון איר אריגינעלע ערשיינונג אין סאטמאר,ראמעניע.

דער מלקט איז געווען ממשפחת שווארץ המפוארה הידוע בעולם הספרות מיט די פיל צענדליגע ספרים שיצאו לאור על ידיהם, אנגעהויבן מיט די ראש המשפחה הגאון בעל 'קול ארי' ממאד ויוצאי חלציו, עקסטער האבן די בני המשפחה געהאט די זכי' צו זיין דער אכסניא של תורה פאר טויזענטער חד"ת פון הונדערטער רבנים, ראשי ישיבות און תלמידי חכמים מרחבי תבל דורך צושטעלען קובצים וירחונים מידי חודש בחדשו ווי דער פאפולערער קובץ 'וילקט יוסף' אדער די ירחונים 'הנשר' און 'אור תורה'.

דער נייער באנד אנטהאלט צוויי יאר ווערט פון דעם ירחון 'לקט ששנה' מיט חד"ת פון אונגארישע און אלוועלטליכע רבנים, אויך איז פארהאן דארט היסטארישע נייעסן און פארשידענע איחולי מזל טוב וכדו' וועלכע איז אינטערעסאנט פאר היסטאריקער און חוקרים.

דער ספר ערשיינט דורך די הוצאה לאור פון משפחת הקול ארי'.

*

לקראת המאורע הגדול פון 'ברכת וקידוש החמה'אין דעם קומענדיגען ערב פסח בהעעל"ט זענען ערשינען עטליכע חיבורים וועלכע אנטהאלטן מנהגים און הלכות פון דעם זעלטענעם מצוה באגלייט מיט די תפלות ואמירות השייכם והנלוים אליו.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36788
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א ישר כח ידידנו החשוב סקרענטאנער רב, א גלענצנדער בייפאל.

קוקנדיג אין די ירחונים פון פאר די קריג זעט מען הערליכע דברי תורה פון אידן ווואס זענען ליידעראומגעקומען עקד"ש יתברך און האבן נישט איבערגעלאזט אויף די וועלט קיין זכר אויסער די דברי תורה, לערנענדיג דערין און הנאה האבנדיג דארפן מיר כאטש אזוי פיל טאן פאר זיי אלס הכרת הטוב און אינזין האבן לעילוי נשמתם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נייע ספרים וועלכע האבן געכאפט מיין אטענציע נעכטן אין געשפט;

לקוטי חבר בן חיים
להרה"ג ר' חזקי' פייבל פלויט אב"ד שוראן מחשובי תלמידי החת"ס וממעתיקי השמועה, דער ספר איז איבערגעדרוקט און צאמגענומען פון די פריערדיגע דרוק וועלכע אנטהאלט עטליכע בענדער שלא כסדרן, דער היצטיגער באנד אנטהאלט די חידושים עה"ת, נ"ך וחמש מגילות.

ביים סוף איז אריינגעדרוקט די צוואה אויף דייטש-אידיש און א בילד פון זיין מצבה, עס איז כדאי אנצומערקן אז ער האט נישט אבערגעלאזט קיין קינדער נאר שטוף-קינדער וואס פון זייער אייניקלעך האבן זיך אפגעגעבן מיטן פרעזערווירען זיין ציון און מצבה און מיט הדפסת חיבוריו.

מגן דוד
להמגיד מטאלנא זצוק"ל, מסודר בדפוס חדש.

ספר הכרמל - יאיר אור
להמלבי"ם זצ"ל, דער ספר איז א אוצר בלום פאר חובבי דקדוק ולשון, עס באהאנדלט חילוקי תיבות און אנדערע עניני דקדוק, מסודר באופן נאה בדפוס חדש.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מיטוואך מארטש 04, 2009 12:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

חותמו של כהן גדול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

תולדות והנהגות קודש מכ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

הרב מיילעך עס איז שוין דא עטלכע חלוקים וועלכע רעד איר?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36788
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די וואך האב איך מיר איינגעהאנדעלט אן אינטערעסאנט קונטרס מיטן נאמען "השמש בגבורתו", נתחבר געווארן דורך האב "יוסף זלמן בלאך" פון מאנסי , ווי ער גייט אריין און די נושא פון חכמת התכונה לפי חז"ל און ווייזט אויף אז רוב הנחות פון די חכמי האמות העולם זענען בלויז אוועקגעשטעלט געווארן מיטן ציל צו כופר זיין רח"ל במעשי בראשית.

איך וואלט רעקאמענדירט פאר א יעדן וואס האט ליעב די נושאים עס איינצוהאנדלען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

א נייער ספר ארויסגעקומען "והייתם לי סגולה" פון דעם ידען נפלא הרה"ח ר' אברהם מייזעלס, לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז דאס אויפן זעלבן פארנעם ווי זיין פריערדיגע אויפגעכאפטע ספר מטבע שטבעו חכמים נאר דאס איז אין אידיש און מער אקטועלע זאכן וואס איז נוגע, עצות און סגולות אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

חידוש נפלא האט געשריבן: א נייער ספר ארויסגעקומען "והייתם לי סגולה" פון דעם ידען נפלא הרה"ח ר' אברהם מייזעלס, לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז דאס אויפן זעלבן פארנעם ווי זיין פריערדיגע אויפגעכאפטע ספר מטבע שטבעו חכמים נאר דאס איז אין אידיש און מער אקטועלע זאכן וואס איז נוגע, עצות און סגולות אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן


איר רעדט פון דעם?
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

יא פון דעם רעד איך, איך האב נישט געוויסט אז איינער האט דאס שוין געשריבן אין די אנדערע אשכול, אלענפאלס היינט ביי סאפער האב איך מיך באלעקט מיט די ספר, (אפשר דארף איך דאס שרייבן אין די אשכול "וואס האט איר געגעסן פאר סאפער")
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

איך האב שוין אויך געזעהן די ספר אין געשעפט אבער איך האב עס נאכנישט געקויפט אבער איך שטעל זיך פאר אז עס איז א שיינע ארבעט שטעלנדיג אויף די חזקה פון זיינע פריערדיגע ספרים וואס איך האב אינדערהיים, מטבע שטבעו חכמים (לה"ק) און "דער אוצר פון שידוכים און הנהגת הבית" (אידיש)
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

א נייע און גאר א שיינעם און א בארבעטער ספר איז ארויס לעצטענס וואס בארבעט גאר שיין די מנהגי ותהלוכות קודש פונ'עם הייליגען סאנזער רב זי"ע. די ספר איז א מהדורה חדשה פון דרכי חיים אבער מיט הינדערטע נייע הוספות. ס'כאפט זיך גאר און די גרויסען ביי דעם כלל הציבור בכלל און ביי דעם חוקרים און חסידי בית צאנז בפרט. די ספר הייסט "דרכי חיים החדש". ס'איז ארויס געקומען דארך אן איזרעלי יונגערמאן יאך מיין אז ער איז א באבובער חסיד (45). דעם חשיבות פונ'עם ספר דארקענטזיך, אז שוין איז'מען די בעלי מלקטים בגליונות וכתבי עת שונים ברענגין פונ'עם דרכי חיים החדש.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

איך מיין איך האב שוין געזעהן אזא ספר פאר א שטיק צייט צוריק אויכעט איבערגעדריקט שיין דעם דרכי חיים מיט הערליכע הוספות, אפשר רעדט זיך עס פון די זעלבע ספר
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

כתר יהושע שרייבט
ס'איז ארויס געקומען דארך אן איזרעלי יונגערמאן יאך מיין אז ער איז א באבובער חסיד (45).

ער הייסט לערנער א ידען נפלא ער איז א באבובער (48)
עס איז א געוואלדיגע ארבעט
לעצט פארראכטן דורך חוקר אום מאנטאג מאי 04, 2009 6:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
וויינשטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויינשטאק »

היינט געזעהן אין ספרים געשעפט דעם ספר 'שר התורה' תולדות הגאון הגדול דער טשעבינער רב ז"ל, עס קוקט אויס ווי זייער א שיינער ארבעט.

אויך דעם איבערגעדרוקטן ספר 'היא היה אומר' אויף פרקי אבות פון דעם מגיד משרים רבי שלום שוואדראן.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

בית מאיר
מהגה"ק מאסטראווצא, תורות וליקוטים דבר השוה לכל נפש
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

נייע באנד אוצר הלכות פון הג"ר אברהם צבי פר"מ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

ס'איז דיזע וואך ארויסגעקומען א נייע באנד "אוצר הלכות" פון הרה"ג ר' אברהם צבי פר"מ גאלאנטא דיין
די תלמידי חכמים דקהלתינו ווערן געבבעטן צו שרייבן א אפהאנדלונג איבער זיינע ספרים

אין קורצן געזאגט: לא נראה כבושם הזה

דאס יעצטיגע באנד איז אויף הלכות נדה, יולדת, טבילת עזרא, צניעות

איך בין היינט געווען אין ספרים סטאר און געוואלט קויפן איינס, זאגט ער ס'מער נישטא, ס'איז נעכטן געקומען בערך 20 שטיק, וכאשר בא כן ילך.

מיר וואונטשן אים אלע גרויס הצלחה אין זיין עבודת הקודש

א באזונדערע חן וואס זיינע ספרים האבן, אז מען טרעפט זיך נישט אן דארט ביי די מראי מקומות מיט צווייפלהאפטיגע מקורות.
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

איבער דעם נייע יחוס ספר פון באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

ערשט יעצט איז ב"ה ערשיינט געווארען גאר א שיינעם יחוס ספר און ס'איז בעיקר אקטועיל פאר דו חובבינושאים אלו. שיין בייאראבעט , מיט אסאך יחוס מיט שושלות מגזע באבוב. אן אינטערסאנטע זאך צו באמערקן א נפק"מ ציווישען דעם ספר (הנקראת 'מגילת יוחסין - מהדורא תנינא' וואס איז ארויס געגעבן דורך באבוב -48) מיט דו אנדערע באבובער יחוס ספר(הנקראת 'שושילתא דדהבא - יחוס באבוב' ארויס געגעבן דורך באבוב -45).
בכל אופן, דאס איז גאר א שיינעם ספר און קלערט אויף גאר אויף א שטארקע פארנעם די מתעסקים בקדשים לדעת מנין באת. ס'איז געווען א שיינעם זאך אויב ס'ווערט זיך נתגלגל ווערען א שמועס איבער דעם.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

די ארגינעלער ספר היוחסין לבית באבוב צאנז ראפשיץ ולמעב"ק איז געשריבן געווארן דורך הגאון רבי אברהם הירשפרונג ז"ל בעמח"ס שם עולם, אלס א מתנה פאר זיין רבי די בעל קדושת ציון זצ"ל.


דרך אגב, אפשר ביזטו מער מסביר דאס פאלגענדע.

כתר ישועה האט געשריבן: אן אינטערסאנטע זאך צו באמערקן א נפק"מ ציווישען דעם ספר (הנקראת 'מגילת יוחסין - מהדורא תנינא' וואס איז ארויס געגעבן דורך באבוב -48) מיט דו אנדערע באבובער יחוס ספר(הנקראת 'שושילתא דדהבא - יחוס באבוב' ארויס געגעבן דורך באבוב -45)
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

סיי און דו נייע יחוס ספר איז דא שיינע חידושים און סיי און דו פריעדיגע אויסדרוק איז דא שיינע חידושים ויתירה מכך און דו באבוב 45 איז אויכעט דא דו יחוס פון דער באבובער רב זי"ע וואס גייט ארויס פון ר' חיים יעקב טייטלבוים דער לימענאווער רב זי"ע איידעם פונעם ערשטן מהר"ש זי"ע.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36788
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווייסט איינער אפשר מער פרטים איבער דעם ספר משיחי השקר ומתנגדיהם ווער דער מחבר איז, און וואס צונעמט ער , נאר שבתי צבי אדער אנדערע אויך? איז עס מאסגעבנד? האט עס אן היסטארישע ווערד אדער ס'איז סתם פטפיטים בעלמא?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

ספר לעטר פתוראפון הרה"ג ר' העניך אשכנזי שליט"א, אויף הלכות שבת, א מייסטערהאפטע ארבעט קיצורי הלכות
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווארד2007 האט געשריבן: ספר לעטר פתוראפון הרה"ג ר' העניך אשכנזי שליט"א, אויף הלכות שבת, א מייסטערהאפטע ארבעט קיצורי הלכות


ר' ווארד-תשס"ז,
פון וועלכע אשכנזי פאמיליע איז דאס, און וואס מיינט קיצורי הלכות, איז דאס פסקים אזוי ווי פסקי תשובות פון הגר"מ שטרנבוך אדער א קיצור פון שלחן ערוך תמצית ההלכות?
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

פון די מעלברוינער משפחה, ער האט לעצטענס חתונה געמאכט דאס צווייטע קינד, די ספר איז ארויסגעקומען לכבוד די חתונה
ער איז א איינקל אויך פונעם סאטמארן רבין דער ברך משה דורך זיין שווער'ס זייט וואס איז דעם ברך משה'ס זון און ממלא מקום

יעצט ווייסטע שוין פון וועם מ'רעדט????

(דאס איז לכבוד די 50סטע תגובה):P
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36788
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ב"ה מצאתי', מיללער א ישר כח ווידאראמאל

משיחי השקר ומתנגדיהם
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36788
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אהובי ידידי הרב מיללער, אויסער דעם קעפל און די ערשטע עטליכע תגובות איז מען דארט כלל נישט דן איבער דעם בוך....
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”