האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת
אין דעם אשכול וועט מען אי"ה צושטעלן יעדן טאג עפעס א ידיעה'לע וואס קען זיין אינטערעסאנט. אמאל בשייכות צו עניני דיומא, אמאל מיט עפעס וואס איז געשען אין דעם טאג אין היסטאריע, אמאל עפעס אין די נייעס, און אמאל גלאט אזוי...
דער חילוק פון דעם אשכול צו אנדערע אשכולות איז, אז דא וועט אי"ה נישט קומען סתם ידיעות איבערגעטייטשט פון אנדערע אזעלכע trivia בלעטער, נאר וואס ליגט כאטש עפעס אריגינעלע ענציקלאפעדישע פארש-ארבעט דערונטער. און אדרבא, אויב כאפט איר מיר ביי א טעות, ביטע טאקע פאררעכטן.