האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
צמא לדעת
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 6:41 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צמא לדעת »

אין מלכים א' (קאפיטל ט"ו) ווערט געשילדערט ווי בעשא בן אחיה פון שבט יששכר האט געמאכט אן אטענטאט איבער נדב בן ירבעם בן נבט, אזוי ווערנדיג דער דריטער קעניג פון מלכות ישראל. בעשא האט דערביי פארטיליגט גאנץ בית ירבעם, ווי דער נביא אחיה השילוני האט שוין פאראויס געזאגט.

בעשא איז אבער אליין נישט געווען קיין צדיק, ווערט פארציילט אין קומענדיגן קאפיטל, און דער נביא יהוא בן חנני איז אים געקומען ווארענען אז בית בעשא וועט האבן דעם זעלבן סוף ווי בית ירבעם. די נבואה איז אויסגעפירט געווארן אין די צייטן פון אלה בן בעשא, ווען זמרי האט אים אומגעברענגט און פארטיליגט גאנץ בית בעשא.

דער סוף פון בית ירבעם און בית בעשא איז געווען וואונדערליך ענליך אין עטליכע הינזיכטן: ביידע זענען אונטערגעגאנגען ביים צווייטן דור, ביידע אטענטאטן האבן פאסירט אין דער צווייטער יאר פונעם קעניג, און ביידע אינמיטן א מלחמה קעגן די פלשתים אין גבתון.

איין חילוק זעט מען אבער: אין קאנטראסט צו נדב בן ירבעם וועלכער איז אומגעברענגט געווארן זייענדיג אויפ'ן פראנט, האט אלה גע'שיכור'ט אין די צייט וואס זיין פאלק האט געקעמפט. אלה איז פאקטיש דער איינציגער פון אלע מלכי יהודה וישראל ביי וועמען שיכרות ווערט בכלל דערמאנט.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

צמא לדעת האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 5:49 pm

בעשא איז איינע פון די וועלכע האבן נישט קיין חלק לעולם הבא (אבות דר"נ)
ער האט גע'הרג'ט שמעיה הנביא (מדרש אגדה במדבר ל)
אוועטאר
צמא לדעת
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 6:41 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צמא לדעת »

גייענדיג ווייטער מיט די טעמע פון תנ"ך פערזענליכקייטן, א שטיקל סטאטיסטיק:

נאנט צו צוויי טויזנט תנ"ך פערזענליכקייטן ווערן דערמאנט ביים נאמען אין תנ"ך. די מערסט-פארשפרייטע נאמען דערין איז "זכריה", מיט וועלכע פערצן פערזאנען ווערן גערופן. פון די אנדערע זייט, דער נאמען פון אן איינצלנער פערזאן וואס ווערט דערמאנט דאס מערסטע, 1023 מאל, איז דוד, אדער "דויד" ווי ער ווערט אלעמאל גערופן אין ספר דברי הימים.
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

צמא לדעת האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 5:49 pm
אין מלכים א' (קאפיטל ט"ו) ווערט געשילדערט ווי בעשא בן אחיה פון שבט יששכר האט געמאכט אן אטענטאט איבער נדב בן ירבעם בן נבט, אזוי ווערנדיג דער דריטער קעניג פון מלכות ישראל. בעשא האט דערביי פארטיליגט גאנץ בית ירבעם, ווי דער נביא אחיה השילוני האט שוין פאראויס געזאגט.

בעשא איז אבער אליין נישט געווען קיין צדיק, ווערט פארציילט אין קומענדיגן קאפיטל, און דער נביא יהוא בן חנני איז אים געקומען ווארענען אז בית בעשא וועט האבן דעם זעלבן סוף ווי בית ירבעם. די נבואה איז אויסגעפירט געווארן אין די צייטן פון אלה בן בעשא, ווען זמרי האט אים אומגעברענגט און פארטיליגט גאנץ בית בעשא.

דער סוף פון בית ירבעם און בית בעשא איז געווען וואונדערליך ענליך אין עטליכע הינזיכטן: ביידע זענען אונטערגעגאנגען ביים צווייטן דור, ביידע אטענטאטן האבן פאסירט אין דער צווייטער יאר פונעם קעניג, און ביידע אינמיטן א מלחמה קעגן די פלשתים אין גבתון.

איין חילוק זעט מען אבער: אין קאנטראסט צו נדב בן ירבעם וועלכער איז אומגעברענגט געווארן זייענדיג אויפ'ן פראנט, האט אלה גע'שיכור'ט אין די צייט וואס זיין פאלק האט געקעמפט. אלה איז פאקטיש דער איינציגער פון אלע מלכי יהודה וישראל ביי וועמען שיכרות ווערט בכלל דערמאנט.
אן אינטרעסאנטע קרישקעלע:
דאס ארט ווי אלה האט געווייל בשעת'ן שיכור'ן, איז אין תנ"ך "בית ארצא אשר על הבית".

וויבאלד "אשר על הבית" איז א באקאנטע טיטל פאר'ן א הויך ראנגיגע פערזאן אין דער מלוכה (פארגלייך "ויותם על הבית" אין די צייטן פון עוזיהו, און "שבנא אשר על הבית" אונטער חזקיהו), איז אנגענומען ביי רוב מפרשים אז דאס איז געווען אינעם הויז פון ארצא זיין פארוואלטער (אדער פרעמיער?).

דעת סופרים אויך מלכים ברנעגט פון תרגום יונתן אן אנדערע פשט: "דאס פארוויילונג שטוב וואס איז אויפ'ן דאך" - דהיינו, לויט ת"י איז "בית ארצא" א נאמען פון א זאל/פארוויילונגס צימער, און "אשר על הבית" איז בוכשטעבליך.

ווידער אין תרגום יונתן אליין שטייט גאר: "בית אריצא טעוותא די בביתא" - די בית פון אריצא דער געטשקע וואס איז אין א הויז. צ"ע אויף דעת סופרים, אבער ת"י באשולדיגט דא אלה בן בעשא אויך אין עבודה זרה.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

איך בין דארשטיג! @צמא לדעת !!!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:08 pm
איך בין דארשטיג! @צמא לדעת !!!
@צמא לדעת וואוהין איז א איד?
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

@צמא לדעת?
אוועטאר
אפגעגאלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

מ'זאגט אז א גאלדפיש האט א שוואכע זכרון און יעדעס מאל ס'שווימט אריבער עפעס א געוויקס ווערט ער נאכאמאל פארווינדערט פון דעם חידוש

דער קעפל איז מיר געפאלן

דער ערשטער ידיעה אויך,

און ווילנדיג לייקן זע איך אז כ'האב עס שוין אמאל געלייקט...
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

@צמא לדעת?
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”