בלאט 1פון 19

טראמפ-47 אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 12:02 pm
דורך הכל הבל
ברוכים הבאים!

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 12:03 pm
דורך הכל הבל
עס איז היינט סופער מיטוואך און דאנאלד טראמפ האט נעכטן באוויזן אראפצוקלאפן זיין לעצטע סעמי ערנסטע קעגנער פאר די רעפובליקאנע נאמינאציע

טראמפ איז ערווארטעט אין די קומענדיגע וואכן זיך צו פארזיכערן מיט די נויטיגע צאהל דעלעגאטן וועלכע זאלן אפזיגלען די רעפובליקאנע פריימערי פארמעסט וואס וועט נאכפאלגן מיט די אפיציעלע קרוינונג צערעמאניע ביי די נאציאנאלע קאנווענשאן

מיט די אומאפיציעלע ענדע פון די פריימערי סעזאן גייט די אלגעמיינע פארמעסט אריין אין פולן שוואונג פון א ביטערע איבערשפיל פון 2020 למספרם ווען ביידען און טראמפ האבן זיך פארמאסטן פאר די פרעזידענטשאפט

די דאזיגע אשכול ווערט נישט געעפנט מיט די שאצונג אז טראמפ וועט געווינען די וואלן נאר שטייט גרייט אלס פלאטפארמע וואו צו באריכטן נייעס אין פאל טראמפ וועט צוריקקומען א צווייטע מאהל אין ווייסן הויז

טראץ די גרויסע פראגע צייכנס אויב טראמפ וועט ווירקליך באווייזן צו געווינען ווערט די אשכול געעפנט שוין איצט מיט די ערווארטונג אז איינמאהל די פריימערי איז פאריבער קען מען אנהויבן מיט די צייט צו הערן באריכטן און מעלדונגען איבער מעגליכע ראטגעבער און שטאב און אויך קאבינעט אויסוואלן פאר א פאטענציאלע צווייטע טראמפ אדמיניסטראציע

א גוטן טאג!

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 10:51 am
דורך הכל הבל
ראסעל וואוט האט געדינט אין די ערשטע טראמפ אדמיניסטראציע אלס דירעטאר אוו בודזשעט און מענעדזשמענט און האלט אן זיין אליאנץ מיטן געוועזענעם פרעזידענט זינט דאן ווערט לויט פילע באטראכט אלס א מעגליכע קאנדידאט פאר שטאב הויפט אין א צווייטע טראמפ ווייסע הויז

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:33 pm
דורך הכל הבל
טראמפ האט נאך א וועג צו גיין ביז צום ווייסן הויז אבער אדמיניסטראציע קוועלער באשטעטיגן אז דער רעפובליקאנע דא פאקטא נאמיני גייט נאך די קאנווענשאן אנהויבן באקומען קלאסיפיצירטע שפיאנאזש רעפעראטן אזוי ווי די לאנגיעריגע טראדיציע פון די לעצטע 72 יאר

זיי שטעלן קלאר אז די פאקט אז טראמפ שטייט אויס א פראצעס איבער מיסבאהאנדלונג פון קלאסיפיצרטע דאקומענטן וועט נישט אפעקטירן די באשלוס און זיי וועלן מיטטיילן די באריכטן מיט טראמפ אפגעזעהן ווי אזוי די דאקומענטן פראצעס אין פלארידא אנטוויקלט זיך

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 5:33 pm
דורך הכל הבל
פיטער נאווארא ערשיינט קומענדיגע יולי למספרם מיט א בוך מיטן נאמען "די נייע מאגא דיעל" און וועט פארשטעלן פאליסי און אויסקוק דורך א רייע הויכראנגיקע באאמטע אין די ערשטע טראמפ אדמיניסטראציע ווי סטיוו בענאן, ריק גרענעל און נאך

די פובליצירער מוטיגן מענטשן אריינצושיקן זייערע געדאנקען און טראמפ באגריסט די מעלדונג מיט לויב ווערטער איבער נאוואראו און זאגט אז ער וועט ערנסט נעמען די אינהאלט פונעם בוך גייענדיג פאראויס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2024 4:59 pm
דורך הכל הבל
ביי א זיצונג אין מאר-א-לאגא האט טראמפ געהערט פון ראטגעבער און פריינד איבער וועם ער זאל נאמינירן אלס קומענדיגע פעדעראלע רעזערוו פארזיצער און ווי מען הערט פיגורירן 3 נעמען אויף די קורצע ליסטע און זיי זענען קעווין ווארש, קעווין העסעט און ארטור לאפער

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 8:58 pm
דורך Scanner
לויט א בלומבערג באריכט האט פרעזידענט טראמפ אויסגעשלאסן וויוועק ראמאסוואמי אלס זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט אין 2024. אנשטאט באטראכט אים טראמפ פאר א קאבינעט פאזיציע אריינגערעכנט היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר.



פארוואס און די וועלט ליגט די אשכול אין וועלטליכע נייעס, מנהלים ביטע אריבערפירן צו פאלטישע אשכולות.

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 9:03 pm
דורך הכל הבל
Scanner האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 8:58 pm
לויט א בלומבערג באריכט האט פרעזידענט טראמפ אויסגעשלאסן וויוועק ראמאסוואמי אלס זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט אין 2024. אנשטאט באטראכט אים טראמפ פאר א קאבינעט פאזיציע אריינגערעכנט היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר.



פארוואס און די וועלט ליגט די אשכול אין וועלטליכע נייעס, מנהלים ביטע אריבערפירן צו פאלטישע אשכולות.
אן אדמיניסטראציע איז נישט א קאמפיין

פאליטיק פארנעמט א באדייטנדע ארט אין ווייסן הויז אבער אפיציעל פארנעמט זיך זיך מיטן פירן די רעגירונג און דאס לאנד ווי אויך אירע ראלע אין די וועלט

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 9:05 pm
דורך American Dream
Scanner האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 8:58 pm
לויט א בלומבערג באריכט האט פרעזידענט טראמפ אויסגעשלאסן וויוועק ראמאסוואמי אלס זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט אין 2024. אנשטאט באטראכט אים טראמפ פאר א קאבינעט פאזיציע אריינגערעכנט היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר.



פארוואס און די וועלט ליגט די אשכול אין וועלטליכע נייעס, מנהלים ביטע אריבערפירן צו פאלטישע אשכולות.
די באריכט זאגט אויך אז מעקארטי ווערט באטראכט אלטס טשיף אף סטעיף

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 8:59 pm
דורך קענסט מיר נישט

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 10:21 am
דורך קענסט מיר נישט
א אימבאשטעטיגטע ליסטע פון פאקס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 4:09 pm
דורך מה נשמע
קענסט מיר נישט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 10:21 am
א אימבאשטעטיגטע ליסטע פון פאקס
ווער איז די ערשטע אויפן ליסט פאר ווייס-פרעזידענט?

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 8:20 pm
דורך קענסט מיר נישט
באריכטען אז מארק רוביא איז אויף די קורצע (לאנגע) ליסטע פאר ווייס פרעזידענט

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:03 pm
דורך הכל הבל
טראמפ באצייכנט טעקסאס אטוירני דזשענעראל קען פעקסטאן אלס זייער טאלאנטפול און זאגט א ער וואלט אים באטראכט צו נאמינירן אלס אטוירזני דזשענעראל אין זיין אדמיניסטראציע

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 5:47 pm
דורך הכל הבל
לויט באריכטן האט טראמפ דיסקוטירט מיט אילאן מאסק אים צו גיבן א פאזיציע אין זיין קומענדיגע אדמיניסטראציע

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:15 pm
דורך הכל הבל
טראמפ קומט ארויס מיט א מעסעדזש זיך אפצושאקלען פון אן ארכי קאנסערוואטיווע אינציאטיוו וועלכע צילט צוצוגרייטן פלענער פאר א קומענדיגע טראמפ אדמיניסטראציע

טראמפ שרייבט אז ער ווייסט נישט גארנישט דערוועגן און באצייכנט טייל פון זייער געדאנקן אלס ראדיקאל און געפערליך

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 1:41 pm
דורך פון אמעריקע
עפעס קלארער? וואס איז די אינציאטיוו פונקטליך?

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 2:38 pm
דורך גראז
פון אמעריקע האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 1:41 pm
עפעס קלארער? וואס איז די אינציאטיוו פונקטליך?

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:44 am
דורך BMW
פון אמעריקע האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 1:41 pm
עפעס קלארער? וואס איז די אינציאטיוו פונקטליך?
https://www.project2025.org/

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 11:31 am
דורך רעגנדיג
הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:15 pm
טראמפ קומט ארויס מיט א מעסעדזש זיך אפצושאקלען פון אן ארכי קאנסערוואטיווע אינציאטיוו וועלכע צילט צוצוגרייטן פלענער פאר א קומענדיגע טראמפ אדמיניסטראציע

טראמפ שרייבט אז ער ווייסט נישט גארנישט דערוועגן און באצייכנט טייל פון זייער געדאנקן אלס ראדיקאל און געפערליך
פארשטייט זיך אז דאס האלט נישט אפ די מידיא פון ווייטער פראפאגאנדירן דערמיט, ווי גלייך דאס זאל קומען פון טראמפ אליינס.

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 11:32 am
דורך גראז
רעגנדיג האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 11:31 am
הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:15 pm
טראמפ קומט ארויס מיט א מעסעדזש זיך אפצושאקלען פון אן ארכי קאנסערוואטיווע אינציאטיוו וועלכע צילט צוצוגרייטן פלענער פאר א קומענדיגע טראמפ אדמיניסטראציע

טראמפ שרייבט אז ער ווייסט נישט גארנישט דערוועגן און באצייכנט טייל פון זייער געדאנקן אלס ראדיקאל און געפערליך
פארשטייט זיך אז דאס האלט נישט אפ די מידיא פון ווייטער פראפאגאנדירן דערמיט, ווי גלייך דאס זאל קומען פון טראמפ אליינס.
איינער קען אריינקומען קלאר וואס דעי פראזשעקט איז אבאוט?!

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 11:53 am
דורך רעגנדיג
גראז האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 11:32 am
רעגנדיג האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 11:31 am
הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:15 pm
טראמפ קומט ארויס מיט א מעסעדזש זיך אפצושאקלען פון אן ארכי קאנסערוואטיווע אינציאטיוו וועלכע צילט צוצוגרייטן פלענער פאר א קומענדיגע טראמפ אדמיניסטראציע

טראמפ שרייבט אז ער ווייסט נישט גארנישט דערוועגן און באצייכנט טייל פון זייער געדאנקן אלס ראדיקאל און געפערליך
פארשטייט זיך אז דאס האלט נישט אפ די מידיא פון ווייטער פראפאגאנדירן דערמיט, ווי גלייך דאס זאל קומען פון טראמפ אליינס.
איינער קען אריינקומען קלאר וואס דעי פראזשעקט איז אבאוט?!
כ'האב עס נישט דורכגעליינט.. ווי ווייט איך פארשטיי איז עס א כמעט 1,000 בלעטער פראיעקט וואס ליגט פאר די וויזיע פאר א קומענדיגע טראמפ פרעזידענטשאפט, וויאזוי אויסצוראטן די דיעפ סטעיט ועוד. צוזאמגעשטעלט ביי סטיוו בענאן וכת דילי'.

דעמאקראטן האבן זיך צוגעכאפט דערצו ווי א געבראטענס און פאכענען דערמיט צו ווארענען וואספארא געפאר צו אמעריקע א צווייטע טראמפ טערמין וועט זיין..

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 11:55 am
דורך American Dream
לויט באריכטען פלאנירט טראמפ צו נעמען דזשאן רעטקליוו פאר,אטערני דזשענעראל

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 11:56 am
דורך שכולו טוב
American Dream האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 11:55 am
לויט באריכטען פלאנירט טראמפ צו נעמען דזשאן רעטקליוו פאר,אטערני דזשענעראל
זאל ער נאר נישט האבן קיין טענות דערנאך.

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 11:56 am
דורך American Dream
שכולו טוב האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 11:56 am
American Dream האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 11:55 am
לויט באריכטען פלאנירט טראמפ צו נעמען דזשאן רעטקליוו פאר,אטערני דזשענעראל
זאל ער נאר נישט האבן קיין טענות דערנאך.
קענסט פארגעסן

סטיוו בענאן וועט נישט זיין אין זיין אדמיניסטראציע

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: