Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו
מיין טריפ קיין ארלענדאו חלק ב
איינער פון די שטארקע סיבות פארוואס איך האב באשלאסן צו פארן קיין ארלענדאו און נישט קיין מיאמי והגלילות, איז די פרייזן.
און מיאמי אדער האליוואד וכו' קאסטן הייזער אסאך טייערער צו דינגען און די ביליגערע זענען נישט שיין אדער האבן נישט קיין פאאל אדער איז עס נישט פריוואט וכדומה.
א לאנגע צייט האב איך געזיכט א פאסיגע פלאץ אבער אן ערפאלג, איך האב נישט געקענט געפינען פאר די רייט פרייס.
למעשה האב איך געהערט פון א חבר אז אין ארלענדאו געגענט איז דא סאך בעסערע אפציעס, האב איך מיר נישט געפוילט און זיך תיכף ארויסגעלאזט אויפן יאגד, און די ריזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, אין ארלענדאו וסביבותיה האב איך געטראפן הערליכע פריוואטע ווילאס מיט שווים באסיינען און דזשעקוזיס, ממש נייע הייזער פאר גאר גוטע פרייזן.
איך האב באצאלט בערך $225 פער נאכט נאך אלע פיס און עקספענסעס ווי קלינינג, טעקס וכו' פאר א ברענד ניו שיינע גרויסע הויז מיט א ווארימע פאאל און דזשעקוזי, אינגאנצן פריוואט, פיר שלאף צימערן, דריי בתי כבוד און א שיינע גרויסע ליווינג רום, ממש א נחת פון א הויז.
און די אדרעס פון דעי הייזקע האב איך יעצט אריינגעלייגט אין גוגעל מעפס און געוואנדן מיין דעסטענאציע צום גאסט הויז.
אנגעקומען בין איך צו א הערליכע שטילע געסל מיט פריוואטע הייזער מיט שיינע פאלם טריס ווי אימער… ביים עק פון די גאס איז געוועהן א קליינע פארק מיט א פלעי גראונד, ווי אויך א לעיק מיט א וועגל ארום צו שפאצירן.
די הויז איז געוועהן ממש ווי די בילדער האבן געצייגט. הערליך שיין, ריין, ספעישעס בלע"ז און פארשטייט'זיך א געשמאקע בעק יארד מיט די מקוה טהרה…
די רואיגקייט דארט איז אין לשער, חוץ פון אפאר פייגעלעך צופצען האט מען גארנישט געהערט.
א טרוקענע ווארימע וועטער איז געוועיזן, מיט א שוואכע ווינטל פערפעקטלי בעלענסד.
למעשה האט זיך די זייגער געגעבן א ריק און מנחה אוי וויי ס'שפעט… ווילאנג קען מען דאווענען מנחה?!
מען האט זיך ארויסגעלאזט צום בית המדרש.
און ארלענדאו איז דא צוויי בתי מדרשים.
איינס איז א חב״ד הויז.
און די צווייטע, ווי איך האב טאקע געדאווענט, איז א געהעריגע שוהל, עס רופט זיך ארלענדאו תורה סענטער(אויף ענגליש, פארשטייט'זיך) דארט איז דא צוויי מנינים שחרית 6:15 און 8:00, מנחה איז אויך דא צוויי, איינס 1:15 און די צווייטע אפאר מינוט פאר די שקועה תיכף דערנאך איז דא א מעריב (פאר דעי וואס דאווענען פרי…), און ווי אויך א מעריב 10:00.
(דאס איז געוועהן ווען איך בין דארט געוועהן, אויף די וועבסייט קען מען זעהן אלע זמנים...)
פאר די וואס טראגן דאגות… דאכט זיך מיר אז ס'איז דא א מגן דוד אינעם בית המדרש …
Orlando Torah Center
האט א וועבסייט מיט גאר אסאך אינפארמאציע בנוגע אלע אידישע עניינים.
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...