דאס אז ער זינגט די ניגון אז ניו יארק און ניו דזערסי זענען אין פלעי (אפילו ער ווייסט אז סאיז שקר...) ברענגט אריין א געוויסע פאזיטיוועטי און קאנפידענס אין זיין 2024 טשאנסן
לאור טראמפס קומען קיין וויליאמסבורג, גיימיר אינאיינעם רעגיסטרירן פרישע טויזענטע שטימען אוועקצושטעלן דעם כוח הרבים פונעם היימישן בלאק וואויט! וואלענטירן געזוכט!קאפיט אריין דעם פאלגענדען קאויד אין אייעראינטערשריפט, און ווערט א מזכה את הרבים!

אויך, די טראמפ קאמפיין פארלייגט שווערע כוחות צו הייבן די פראצענטן פון שווארצע שטימען. א ראלי אין די בראנקס קען הייבן זיין מאמענטום ביי די אפריקאנע אמעריקאנע געמיינדע
לאור טראמפס קומען קיין וויליאמסבורג, גיימיר אינאיינעם רעגיסטרירן פרישע טויזענטע שטימען אוועקצושטעלן דעם כוח הרבים פונעם היימישן בלאק וואויט! וואלענטירן געזוכט!קאפיט אריין דעם פאלגענדען קאויד אין אייעראינטערשריפט, און ווערט א מזכה את הרבים!
איך קוק עס אן ווי א ענטפער פאר די דעמאקראטן נאכדעם וואס זיי הערן נישט אויף צו איבערדרייען אז פלארידע און טעקסאס זענען און פלעי, איז אנשטאט צו זיין אויף דיפענס דארטן גייט ער קיין ניו-דשערזי ניו-יארק ווירדשיניע.. דרייען די קאפ/בויך פאר די דעמאקראטן
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
ווי איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן דא אויפן וועלטל, איז אין מיין מיינונג די וועג צו א געווינס - פאר סיי וועלכע קאנדידאט, און סיי וועלכע רעיס - נישט די פאולס, ראלי'ס און געלט וואס מען רעיזד, פארשטייט זיך אז די אלע זאכן זענען זייער "זייער" וויכטיג, און אן דעם קען מען נישט עכט געווינען, אבער נישט דאס איז וואס מאכט געווינען אדער פארלירן, די איינציגסטע זאך וואס מאכט אויס, איז עס ווען עס קומט די עלעקשענס זאל מען האבן מער צעטלעך אינעם באקס אויפן דעדליין, און די וועג דאס צו טוהן איז דורך האבן די מערסטע מענטשן רעגיסטרירט צו וואוטן, און נאכלויפן יעדן איינציגסטן שטיצער אפצוגעבן זיין שטימע, און פארשטייט זיך אז אין די חדשים בעפאר די עלעקשען טוהן וואס מען קען אריבערצוגעווינען וויילער צו שטימען פאר דיר.
יעצט אויף למעשה:
ווי אסאך האבן שוין ערווענט, טראמפ פלאנט נישט צו געווינען ניו יארק, ניו דזשערסי וכדומה, ווי שטארק עס געפעלט נישט פאר געוויסע אז מען זאגט עס, ווייסן זיי אויך אז דאס איז זיסע חלומות און א שאד אויף די צייט, יא, עס איז א געשמאקע ספארט ארויסצונעמען די דעמאקראטן פון די כלים פאר רוגז, אבער פאקטיש געווינען ניו יארק פלאנט ער נישט, פונקט אזוי ווי האגען גייט נישט געווינען אין מערילענד (אלעס קען געשעהן, איך רעד על פי דרך הטבע).
וואס יא, ראלי'ס אין א געלונגענע פלאץ ארויסצוברענגן פאלעסיס, זיין אין די נייעס, אריינברענגען אנטוזיאזים ביי די שטיצער און ארויסברענגן די פראבלעמען פון די קעגנער, אזוי אויך האט די ראלי מער צוטוהן מיט א דעמאגראפיק ווי מיט די פלאץ ווי עס איז, ווען טראמפ האט באזוכט די טשיק-פיל-א אין אטלאנטא, האבן די שווארצע איבערן גאנצן לאנד הנאה געהאט דערפון, ווען טראמפ באזוכט נעכטן אין טעקסעס ביי די ען אר עי פארזאמלונג העלפט דאס פאר אלע גאן אונער'ס אין אמעריקע, במילא, טראמפ און זיין קאמפיין וואס פארשטייען זייער גוט צו מארקעטינג טוען די פארשטענדליכע זאך, פון מאכן א ראלי אדער קאמפיין סטאפ אין די פלאץ ווי עס גייט מאכן די מערסטע העדליינס, למשל, טראמפ איז נישט געגאנגען צו סתם א וואווא געשעפט אין פילאדעלפיע, ניין, ער איז געגאנגען דייקא צו דער געשעפט וואס איז די אייקאן פון אלווין ברעג'ס דיזעסטער פאליסיס וכדומה.
לאמיר נמשל נעמען די ניו דזשערסי ראלי, איך רעד שוין נישט פון די סאמעטוכע אויף וויפיל מענטשן עס איז געווען, וואס ברענגט אז די גאנצע מידיע זאל זיין פארנומען מיטן ווייזן בילדער און קאטס דערפו, און די ראלי האט טאקע געהאט די מערסטע העדליינס ווי אלע ראלי'ס וואס טראמפ האט געהאט די לעצטע שטיק צייט, פארוואס? ווייל עס איז געווען אין א בלויע שטאט, און טראמפ האט נאך צוגעלייגט אז מען רוקט אפיציעל אריין ניו דזשערסי אין פלעי, - יעצט לאז סי ען ען פארענטפערן אז ער קען עס נישט געווינען - הגם די לאקעשאן איז געווען גלייך נעבן פענסילוועניע און לויט די נומבער'ס וואס איך האב געזעהן פון איינע פון די גרופעס וואס האבן רעגיסטרירט וויילער ביים ראלי איז ארום 20% מענטשן געווען פון פענסילוועניע - א קריטישע סווינג סטעיט.
לסיכום: טראמפ פארט ארום די לאנד, נעכטן איז ער געווען אין מינאסאטע, טעקסעס, פאריגע וואך איז ער געווען אין קענטאקי, ער פארט ארום ווען ער קען - און ווען ער דארף נישט זיצן אין געריכט - אזוי אויך פארן זיינע שוגערקאטס ארום איבערן גאנצן לאנד, צו ראלי'ס, קאמפיין אווענטן וכדומה (און דערפאר וועט טאקע זיין זייער וויכטיג פאר זיין וויצע צו זיין איינער וואס זאל אסאך ארומפארן), און ווען ער האט אביסל ליידיג צייט אין די ניו יארקע אומגעגנט מאכט ער אפאר מידיע סטאנטס, א שטייגער ווי דער קומענדיגע ראלי אין דרום בראנקס.
וואס איך זעה יא פון די טראמפ קאמפיין אבער איז, אז זיי זענען פולי פאקעסד אויף וואס זיי דארפן באמת טוהן צו געווינען, זיי עפענען נישט קיין אפיסעס אין ניו יארק, ניו דזשערסי, נאר ארבעטן מיט די ארגעניזאציעס וואס גייען האבן בעלאט טשעיסערס אין דזשארדזשיע, נעוואדע, וויסקאנסין, פענסילוועניע און אריזאנע, ווי איך האב געברענגט פאריגע וואך וועגן דער מיטינג מיט 12 ארגעניזאציעס.
There is no distinctly American criminal class - except Congress(Mark Twain)
Our freedom is the reason you can disrespect our flag, if my star and stripes offend you I can help pack your bags

זייער ריכטיג, ער מיינט נישט די בראנקס, ער מיינט אטלאנטא, פילאדעלפיע, און מילוואקי. אגב, די ביידען קאמפיין איז געפערליך הונטערשטעליג אין אט די פאליטישע סטאנט'ס און גימיק'ס @צל עובראיז דאס נישט באזארגנד?
געדענק איך נישט אין וועלכן אשכול מיר האבן פאריגע מאל באריכטעט איבער די אינערליכע רעפאבליקאנער פארטיי עלעקשענס אין יעדן סטעיט, ווי מער און מער סטעיט פארטייען ווערן צוביסלעך איבערגענומען דורך די קאנסערוואטיווער/מאגא/גרעסרוטס אפטיילונג פונעם רעפאבליקאנער פארטיי, אבער לאמיר יעצט רעדן דא דערוועגן.
נעכטן שבת קודש איז פארגעקומען די סטעיט פארטיי צוזאמקום אין עטליכע סטעיטס, און אין געוויסע סטעיטס האט די מאגא אפטיילונג געהאט שיינע געווינסן.
מינעסאוטע.
אין מינעסאוטע איז פארגעקומען די צוזאמקום מיטן באטיילונג פון פרעזידענט טראמפ, אזוי אויך איז עלעקטעד געווארן אלץ קאמיטיפרוי צו די אר ען סי, א פרוי וואס איז שוין עטליכע יאר זייער אקטיוו אין די גרעסרוטס אין מינעסאוטע אין איז די פירער פון די מינעסאוטע יונגע רעפאבליקאנער גרופע.
דזשארדזשיע.
אין דזשארדזשיע איז פארגעקומען די צוזאמקום אן דער באטייליגונג פונעם גאווערנער ברייען קעמפ, דער פארטיי טשעיר דזשעסאן טאמפסאן וואס ארבעט די לעצטע עטליכע יאר זייער נאנט מיט די גרעסרוטס האט באוויזן צו געווינען ריעלעקשען - טראץ די פרואוון פון געוויסע אים ארויסצוזעהן, און אזוי אויך האט פאר קאמיטיפרוי צו די אר ען סי געוואונען א פרוי וואס איז שוין אן אקטעוויסט זינט די טי פארטי עפאכע, (דער אמת איז אז איך האב קיינמאל געהערט פון איר, אבער לויט די רעאקציע פון די מידיע צו איר געווינס, קוקט אויס ווי עס איז געווען א גוטע טשויס).
ביים קאנווענשען אין דזשארדזשיע איז געווען זייער שטארק אויפן טיש די נושא פון צוזאמארבעט - יונעטי בלע"ז, ווען אלע רעדנער האבן אינאיינעם געבעטן אלע פראקציעס פונעם פארטיי זיך צוזאמצונעמען צו ארבעטן צוזאמען צו געווינען די סטעיט פאר די רעפאבליקאנער כאטש די אינערליכע דיסעגרימענטס אינעם פארטיי, עס האט אויך גערעדט דארט די סענאט קאנדידאט לאפלער וואס האט פארלוירן אין 2020 ביי די ראנאף, וואס אנדערש ווי אסאך רעפאבליקאנער וואס ווען זיי פארלירן, מאכן זיי זיכער אז די פארטיי זאל ווייטער פארלירן נאכאמאל און נאכאמאל (ווי געוויסע "קאנגרעסלייט"), האט זי גלייך נאכן 2020 עלעקשען געגרינדעט א גרעסרוטס ארגעניזאציע וואס ארבעט שווער אויף רעגיסטרירן וויילער, און ארויסברענגן וויילער צו די פאולס אין עלעקשען סיזען.
אין די זעלבע צייט האט דער לוזערישער געוועזענער לוטענענט גאווערנער פון דזשארדזשיע געמאכט זיכער צו גיין אויף די נייעס צו מודיע זיין אז ער גייט שטימען פאר ביידען כדי אז טראמפ זאל פארלירן און דורכדעם וועט מען קענען ארבעטן אין די קומענדיגע פיר יאר - בשעת ווען דאס לאנד צופאלט - צוריקצונעמען די רעפאבליקאנער פארטיי פון די פופעליסטישע טראמפ מאוומענט.
נעבראסקע.
אין נעבראסקע איז אויך פארגעקומען די צוזאמקום, ווי די קאנסערוואטיווער אפטיילונג פונעם פארטיי האט ווייטער געווינען אלע דריי זיצן (סטעיט טשעיר, קאמיטימאן און קאמיטיפרוי).
ארקענסאו.
אין ארקענסאו זענען די קאנסערוואטיוון געווען אף דיפענס ווען די אלטע גווארדיע האט פרובירט ארויסצוזעהן די קאמיטיפרוי וואס האט נישט געהאט געשטימט פאר מקדעניעל, אבער דער קאמיטיפרוי האט למעשה יא געווינען די פארמעסט.
וויסקאנסין.
אין וויסקאנסין האבן די גרעסרוטס געהאט א געוואלדיגע געווינס מיט די עלעקשען פון טערי דיטריטש פאר קאמיטימאן, דיטריטש איז דער טשעיר פון וואקאשאו קאונטי די לעצטע עטליכע יאר, ווי ער האט געהאט א געוואלדיגע סוקסעס ארויפצוברענגן די צאל וויילער וואס באטייליגן זיך אין עלעקשענס און צוריקצוגעווינען 'צענדליגער' זיצן פאר די רעפאבליקאנער/קאנסערוואטיוון נאך וואס די רעפאבליקאנער האבן יארן נישט געארבעט אויפן לאקאלן לעוול, עס פאדערט זיך בעצם אן עקסטערן באריכט איבער זיין ארבעט און זיין ארגעניזאציע וויסרעד וכדומה (אפשר אין די קומענדיגע טעג).
ביים קאנווענשן אין וויסקאנסין האט צווישן אנדערע גערעדט די סטעיט טשעיר, ווי ער האט שטארק ארומגערעדט אז טראץ וואס די פארטיי ארבעט שווער אפצושטעלן די ארטיגע סופרים קאורט צו איבערדרייען די געזעץ איבער בעלאט דראפבאקסעס, דאך אויב וועט מען נישט מצליח זיין מוז מען אויסניצן די מהלך אין ארבעטן צו ארויסברענגן רעפאבליקאנער שטימען דורך פאסט, ער האט אויך ארומגערעדט ווי די פארטיי גייט לייגן א שטארקן דגוש ביי די קומענדיגע עלעקשענס צו בעטן רעפאבליקאנער ארויסצוקומען שטימען ווי פריער אויף אלע לעגאלע וועגן נאר מעגליך.
אזוי אויך האט די סטעיט פארטיי אינדארסירט די רעפאבליקאנער פראנט ראנער פאר סענאט עריק האוודע.