נעמינג קאנווענטשען - Naming convention (חלק א') Dell computers
פון פארשידענע פראדאקטס.
פון קאמפיוטערס ביז לעפטאפס פון פרינטערס ביז מאנעטירס.
ובשם ה' נעשה ונצליח.
די ציל פון די אשכול איז אז ווען איר ווילט קויפען א פראדאקט ווי למשל א קאמפיוטער און איר שטויסט זיך אן מיט פארשידענע מאדעלס און נומבערס, זאלט איר וויסען וואס די נומבערען באדייט צו בעסער וויסען וועלעכע צו קויפען.
דיסקלעמיר:
אלע אינפארמאציע איז גענומען געווארן פון פארשידינע זייטליך אויף די געוועב. מיר האבען פראבירט צו נעמען די מערסט אקוראט דעטא וואס מיר האבען געפונען. סאיז דא פארשידענע זאכען וואס מיר האבען נישט געקענט טרעפן קלארע אינפארמאציע איבער דעים, אלזא אז איר האט סיי וואס פאר אינפארמאציע צו צוגעבען, שפירט אייך פריי צו נעמען דאס פעדער און די האנט. ואתכם הסליחה.
חלק א'
Dell
דעסקטאפס און לעפטאפס.
דעסקטאפס:
Inspiron
דאס זענען די מער ביליגערע פראדאקטס מער פאר Home use
Vostro
דאס זענען אויך ביליגע קאמפיוטערס געמאכט פאר קליינע ביזנעסעס
Optiplex
דאס זענען enterprise פראדאקטס. געמאכט פאר mid to large סייז ביזנעסעס
Precision
דאס זענען נאך בעסערע enterprise דעסקטאפס געמאכט פאר דער וואס נוצט אפליקעשנס וואס דארפען מער power וכדומה
XPS
דאס לויפט סיי און די home ליין און סיי און די business ליין
דאס איז מער פאקעסד אויף creativity, fashion, lifestyle
מער פאר די מענטשען וואס האבען ליב פענצי פראדאקטס
Alienware
דאס זענען די gaming פראדאקטס.
לעפטאפס :
זענען דא כמעט די זעלבע פאמיליעס אבער ביי לעפטאפס וועלען די enterprise לעפטאפס ווערען גערופען Lattitude אנשטאטס Optiplex וואס איז אויסשליסלעך נאר דעסקטאפס.
די מאדעלס וואס זענען געמאכט סיי פאר home און סיי פאר ביזנעז וועלען געווענליך זיין אוועלעבאל סיי און ווינדאויס פרא און סיי און ווינדאוס home ווי למשל Inspiron XPS Alienware
די מאדלס וואס זענען געמאכט פאר ביזנעז וועלן ווערען פארקויפט און ווינדאויס פרא ווי למשל Optiplex Vostro Lattitude Precision.
יעצט לאמיר אפ לערנען די model nuber וואס באשטייט פון 4 נומבערען.
לאמיר נעמען א משל
Optiplex
3070
5070
9070
די ערשטע נומבער אויף די לינקע זייט טוט רעפראזענטירען גרעד אויף די דיווייס. דאס וועט געווענליך זיין 3 5 7 אדער 9
ווי 3 וועט זיין פאר די low end devices און 9 וועט זיין די high end devices
ענדליך צו אינטעל CPU וואס לויפט אויף i3 i5 i7 און i9 פראסעסירס.
אלזא וועט די 9070 Optiplex זיין א בעסערע קאמפיוטער ווי די 3070.
די low budget devices ווי Inspiron וועט געווענליך זיך אנהייבען מיט 3 און די high budget devices וועלן זיך געווענליך אנהייבן מיט 9.
די צוויטע אות פון די לינקע זייט וועט זיין פאר די monitor סייז.
אזוי ווי Optiplex איז א דעסקטאפ וואס מען נוצט אן עקסטירנעל monitor וועט די נומבער זיין 0. אבער ביי לפטאפס למשל די Latitude 7490 וועט 4 מיינען אז סהאט א 14 אינטש סקרין
XPS 7750 מיינט אז סהאט א 27 אינטש סקרין און אזוי ווייטער. 5 וועט מיינען 15 אינטש.
די דריטע נומבער איז די גענעראציע. אזוי ווי ביי אינטעלס CPU איז דא i5 8 generation.
דאס הייסט אזוי א 5070 איז מיט א שיינע פאר גענעראציעס מער ווי די 5040.
די לעצטע נומבער איז געמאכט אז ווען סאיז דא צוויי אייטעמס די זעלבע זאל מען האבען נאך א נומבער צו קענען אפטיילען. רוב מאל וועט עס זיין א 0. למשל א טאטש סקרין קען אמאל טוישען די נומבער צו 1 וכדומה.
די Precision towers כאטש די צווייטע נומבער וואלט געדארפט זיין 0 לויט די אויבען דערמאנטע כללים זעט מען אבער אנדערע נומבערען.
געטראפן האב איך די קומענדיגע.
It References the form factor. 2 is compact, 4 is sff, 6 is tower, 8 and 9 have larger drive capacities and configurations.
דאס איז עס פאר היינט.
אי"ה ביי א קומענדיגע געלעגענהייט וועלן מיר זיך נעמען אויף נאך א פראדוקט.