וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1450
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:09 am
נעגלוואסער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:04 am
Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:57 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:41 pm
Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:38 pm

סותר מִנֵּהּ וּבֵהּ
אויפן טראוועי צווישן מאנסי אין קרית יואל איז סעיף העכער 100 אין געוויסע צייטן אין טאג.
שקר וכזב. בערב 10 יאר צירוק איז געווען אסאך עקסידענטס אויף די טראוועי צווישן מאנסי אין קרית יואל. די סטעיט האט דאן אונטערגענומען א investigation פאר די סיבה פון אזויפיהל עקסידענטס. די outcome איז געווען אז די ראודס זענען ברייט, גוט, און נישט שטארק געדרייט, און די סיבה פאר די אלע עקסידענטס איז געווען עקסעסיוו ספיעד. פארן איבער 75 איז גאר מסוכן. אויב ברויכט מען סטאפן פאר וואטעווער ריזען, איז עס נישט מעגליך. ח"ו אויב מען קראכט אין א הערש אויף די ספיעד אדער גאר מען פראבירט צו avoid'דען די הערש.

הער אויף צו פארן ווי א ווילדע חי', עס קען ראטעווען אייער לעבן און די לעבן פון אנדערע. און ביטע, די מיני jokes איז נישט גוט פאר חודש אדר אויך נישט.
כ'הער וואס איר זאגט...

אבער פון די שטאטישע אינוועסטיגעשאן זאלט איר נישט ברענגן קיין ראיות... ס'איז זילוש
די חכמים זענען אויף געקומען מיט אזאנע קרומע זאכן דורך די יארן אז אפילו א שיכור פורים וואלט נישט אזאנץ געטראכט...

למשל.. די בי קיו ווי פון וומס"ב קיין ב"פ ווי אזוי קען מען מאכן עס זאל האבן ווייניגער טרעפיק...
מ'וועט אראפנעמען א לעין וועלן מער מענטשן נעמען די גאסן און די רעסט איז היסטארי...
ערעב איד, פאדריי נישט די שמועס. איך רעד נישט פון קיין BQE און פון קיין וומס"ב און ב"פ. איך האב מיך באצויגן צו דעם:

און דאס איז שכר וכזב. איך וועל אייך נאכאמאל זאגן אין פנים אריין, ווייל איך האב אייך ליעב:

אקעי די שרייסט העכער סא ביסט גערעכט...

ביי מיר איז די קעיס קלאוזד...

בד"וו
פליז פאר נישט אין די לינקע לעין די באלאנגסט און דע גאנץ רעכטע
כ'זאג דיר עס נאר ווייל איך האב דיר ליעב...
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
קארעטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 12, 2022 5:57 pm
לאקאציע:ווי נישט?

תגובה דורך קארעטע »

פרומע לבוש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:13 am
וואס איז טאקע פשט אז אזויפיל חסידישע אינגעלייט ספידען און דרייווען ווי חיות? איך קען אסאך מאל דערקענען פון דערווייטענס וויאזוי איינער דרייווט אז יענער איז א חסיד חוץ רויטע בי עם דאבעליוס און פיק אפ טראקס..
פארוואס נאר חסידישע אינגעלייט קאטן אריין די לעצטע מינוט ביי די עקזיט? פארוואס נעמט מען נישט ערענסט א דאורייתא פון ונשמרתם?

איך בין ליידער אויכנישט געהעריג נזהר, איך וויל פשוט פארשטיין פארוואס עס איז אזא איינגעגעסענע מכה ביינאונז, עס איז אפשר איינע פון די סיפטאמען פון די דורות נאך מלחמה איבערלעבערס?
דאס מיינט א 'חסיד', איינער וואס איז מער פונעם דין.........
אוועטאר
קארעטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 12, 2022 5:57 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארעטע »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:11 am
השם ירחם וואס דא גייט פאר.
דיני דמלכותה דיני.
בעיביס מיט א איגאו שפירן זיך געקלאפט ווען ״מ׳פאלגט״ די דרייוון געזעצן. נעבעך.
אויב האט מען א cool קאר, דארף מען הערשט ספידן.
יעדע מייל א שעה שנעלער וואס מ׳פארט, און חלילה מ׳איז אינוואלד אין א עקסידענט, ווייל די שיכור וואס דרייווד נעבן דיר איז שולדיג, איז אבער דיין לעבן אין א פיל גרעסערע סכנה.
מיט אזא עדיטוט קויפט מען קינדער, און מ׳ערווארט נחת.
משוגע מעטארע.
ווי איז אביסל אחריות????
איך בין ״שטאלץ״ ״נישט״ צו ספידן. פארן נאר ביז 9-8 העכער. און אויפן בארג אראפ אריין ריקן אין איין גיער אראפ צו האלטן די ספיד אונטער 10 העכער.

ווייסט וואס איך שפאר? ״אסאך״ טייערע געזאלין. איך מיט מיין גרויסן אלטן עס יו ווי, בינעך מער פיול עפישענט ווי די אלע נייע ווילדע מיניווענס.
טיים איז מאני? געזאלין איז נאך טייערער. און יעדער ווייסט אז ס׳האט נאך קיינער נישט פארלוירן ״צייט מיט געלט״ ס׳איז סתם קורצע נערוון מיט מידות מגוונות אדער אומאויפגעוואקסן.😀
פשיהא! די חינוך זעהט מען היינט גאר ווייניג...
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10661
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

פרומע לבוש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:13 am
וואס איז טאקע פשט אז אזויפיל חסידישע אינגעלייט ספידען און דרייווען ווי חיות? איך קען אסאך מאל דערקענען פון דערווייטענס וויאזוי איינער דרייווט אז יענער איז א חסיד חוץ רויטע בי עם דאבעליוס און פיק אפ טראקס..
פארוואס נאר חסידישע אינגעלייט קאטן אריין די לעצטע מינוט ביי די עקזיט? פארוואס נעמט מען נישט ערענסט א דאורייתא פון ונשמרתם?

איך בין ליידער אויכנישט געהעריג נזהר, איך וויל פשוט פארשטיין פארוואס עס איז אזא איינגעגעסענע מכה ביינאונז, עס איז אפשר איינע פון די סיפטאמען פון די דורות נאך מלחמה איבערלעבערס?
די שווארצע אויך..

דיין קשיא איז אויך גילטיג בשעת'ן וואקן אין גראסערי און אין באנק.
דער חסידישער איד וועט אויסקאטן, גיין שנעל, אריינהאקן אין צען חברה אונבעטווין, ביים דאקטארס אפיס פרעגט מען יעדע צוויי מינוט ווען איז שוין מיין ליין אריינצוגיין צום דאקטאר, ווען וועלן די רעזאלטס זיין רעדי.. מ'דארף אלעס שוין יעצט, די רגע, מ'קען נישט ווארטן מיט א רואיגקייט קיין איבריגע רגע מ'איז נערוועיז..

ביים ווייסן גוי (און ביים שווארצן פרוי אויך) וועסטו דאס נישט זעהן, דער האט די וועלטס צייט.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4462
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

נעגלוואסער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:14 am
Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:09 am
נעגלוואסער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:04 am
Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:57 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:41 pm

אויפן טראוועי צווישן מאנסי אין קרית יואל איז סעיף העכער 100 אין געוויסע צייטן אין טאג.
שקר וכזב. בערב 10 יאר צירוק איז געווען אסאך עקסידענטס אויף די טראוועי צווישן מאנסי אין קרית יואל. די סטעיט האט דאן אונטערגענומען א investigation פאר די סיבה פון אזויפיהל עקסידענטס. די outcome איז געווען אז די ראודס זענען ברייט, גוט, און נישט שטארק געדרייט, און די סיבה פאר די אלע עקסידענטס איז געווען עקסעסיוו ספיעד. פארן איבער 75 איז גאר מסוכן. אויב ברויכט מען סטאפן פאר וואטעווער ריזען, איז עס נישט מעגליך. ח"ו אויב מען קראכט אין א הערש אויף די ספיעד אדער גאר מען פראבירט צו avoid'דען די הערש.

הער אויף צו פארן ווי א ווילדע חי', עס קען ראטעווען אייער לעבן און די לעבן פון אנדערע. און ביטע, די מיני jokes איז נישט גוט פאר חודש אדר אויך נישט.
כ'הער וואס איר זאגט...

אבער פון די שטאטישע אינוועסטיגעשאן זאלט איר נישט ברענגן קיין ראיות... ס'איז זילוש
די חכמים זענען אויף געקומען מיט אזאנע קרומע זאכן דורך די יארן אז אפילו א שיכור פורים וואלט נישט אזאנץ געטראכט...

למשל.. די בי קיו ווי פון וומס"ב קיין ב"פ ווי אזוי קען מען מאכן עס זאל האבן ווייניגער טרעפיק...
מ'וועט אראפנעמען א לעין וועלן מער מענטשן נעמען די גאסן און די רעסט איז היסטארי...
ערעב איד, פאדריי נישט די שמועס. איך רעד נישט פון קיין BQE און פון קיין וומס"ב און ב"פ. איך האב מיך באצויגן צו דעם:
אויפן טראוועי צווישן מאנסי אין קרית יואל איז סעיף העכער 100 אין געוויסע צייטן אין טאג.
און דאס איז שכר וכזב. איך וועל אייך נאכאמאל זאגן אין פנים אריין, ווייל איך האב אייך ליעב:
הער אויף צו פארן ווי א ווילדע חי', עס קען ראטעווען אייער לעבן און די לעבן פון אנדערע. און ביטע, די מיני jokes איז נישט גוט פאר חודש אדר אויך נישט.
אקעי די שרייסט העכער סא ביסט גערעכט...

ביי מיר איז די קעיס קלאוזד...

בד"וו
פליז פאר נישט אין די לינקע לעין די באלאנגסט און דע גאנץ רעכטע
כ'זאג דיר עס נאר ווייל איך האב דיר ליעב...
פאדריי נישט די שמועס און זאג נישט זאכן וואס איך האב נישט געזאגט.
איך פאר נאר אין די לינקע לעין ווען איך פעסס אנדערע קארס.
ליין מיינע תגובות וועסטו זען ווי סאך איך רעג מיך אויף שלעכטע דרייווערס וואס פארן שטייט אין די וועלט אריין.
די מענטשען וואס פארן 30 אויף Chestnut Ridge Road ווי די ספעיד לימיט איז 45.
איר מעגט דערהערן פון איינער וואס איז אביסעלע עלטער פון אייך.
פארן 100 איז גאר מסוכן. האק נישט אין טשייניק.
און יא, איך זאג עס אייך ווייל איך האב אייך ליעב.
ווי אויך האב איך ליעב אלע אנדערע דרייווערס ארום אייך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

איך וויל זייער שטארק שרייבן מיין ספיד, אבער בתנאי אז @Kosher Travel קען עס נישט ליינען… די גרויסע רויטע ווערטער דערשרעקן מיר…

ערעב איד, בארואיגט אייך אביסל, נעמט א ציגרעטל (אה, מיסתמא רייכערסטו אויך נישט…) מיט א קאווע (דאס זיכער נישט…) און זעץ דיר ארויס אויף די פרישע לופט (פריש?? דו ווייסט וויפיל פעלושען ס׳איז פארהאן אויף דעם עולם? ס׳איז א סכנה…), דא האט מען געעפנט א אשכול צו זעהן ווי שנעל דער עולם פארט, און וויפיל טיקעטס מ׳באקומט, נישט פאר מוסר און סטראשענוגען!
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

תגובה דורך פראקטיש »

Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:57 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:41 pm
Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:38 pm
נעגלוואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:32 pm
איך פאר געווענדליך די שנעלסטע וואס איז סעיף...

אויב די ראוד איז ליידיג קען איך דרייוון אפאר מייל אויף 100

און טרעפיק זיץ איך געווענדליך און איין לעין און און טויש נישט ארים

מיין וועג פון מאנרא קיין וומס"ב נאך א חתונה נעמט געווענדליך אינטער א שעה...
סותר מִנֵּהּ וּבֵהּ
אויפן טראוועי צווישן מאנסי אין קרית יואל איז סעיף העכער 100 אין געוויסע צייטן אין טאג.
שקר וכזב. בערב 10 יאר צירוק איז געווען אסאך עקסידענטס אויף די טראוועי צווישן מאנסי אין קרית יואל. די סטעיט האט דאן אונטערגענומען א investigation פאר די סיבה פון אזויפיהל עקסידענטס. די outcome איז געווען אז די ראודס זענען ברייט, גוט, און נישט שטארק געדרייט, און די סיבה פאר די אלע עקסידענטס איז געווען עקסעסיוו ספיעד. פארן איבער 75 איז גאר מסוכן. אויב ברויכט מען סטאפן פאר וואטעווער ריזען, איז עס נישט מעגליך. ח"ו אויב מען קראכט אין א הערש אויף די ספיעד אדער גאר מען פראבירט צו avoid'דען די הערש.

הער אויף צו פארן ווי א ווילדע חי', עס קען ראטעווען אייער לעבן און די לעבן פון אנדערע. און ביטע, די מיני jokes איז נישט גוט פאר חודש אדר אויך נישט.

ממש איך שטוין, איך האב נישט געגלייבט אז אזויפיהל מסכונ'דיגע מענטשען דרייען זיך דא ארום מיר אויף אייוועלט.
יעדער האט זיך זיין פלאץ ווער ער פארלעצט א געזעץ, זאגאר א סעיפטי געזעץ. דער ביי ספידן דער ביי נוצן דעם סעלפאון און דער אנדערער ביים סיעטבעלו אדער א סטאפסיין.

יעדער ביי זיין נסיון און קיינער איז נישט פערפעקט, צוזאמען דארף מען זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן וויאזוי יא זיך צו פארבעסערן.

איך שפיר אז ס'האט נישט דוקא מיט לעק אויף קעיר פאר סעיפטי אדער אפילו זיך אויסלאכן פון טיקעט אדער פונקטן. די יסודות'דיגע קאנצעפט פון סעלף ריספאנסיבילטי, אקאונטיביליטי און מאראל פארלירט איר ווערט מיט יעדער פארבייגייענדיגע טאג.

די סאציאלע סעיפטי נעט וואס איז געמאכט געווארן אונז צו העלפן בעת צר, גייט צו ווייט. דער סעלף אחריות און די שטאלץ פארן טוהן וואס ס'איז ריכטיג קען נוצן א געזונטע בוסט אין אלע תחומים פון אונזער לעבן.
אוועטאר
קארעטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 12, 2022 5:57 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארעטע »

באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:20 am

זאלסט מיר אנטשולדיגטן אבער א תגובה וואס פארציילט און דערמיט מוטיגט עס צו ספידן אויף 100 מפש פארדינט א רעספאנס.

ס'איז רעקלעסס דרייווינג און רעקלעסס תגובה פאוסטינג.
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1450
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:27 am

יעצט האט ער שוין מורא פון קאושער און פראקטיש..
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1450
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:24 am
Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:57 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:41 pm
Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:38 pm
נעגלוואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:32 pm
איך פאר געווענדליך די שנעלסטע וואס איז סעיף...

אויב די ראוד איז ליידיג קען איך דרייוון אפאר מייל אויף 100

און טרעפיק זיץ איך געווענדליך און איין לעין און און טויש נישט ארים

מיין וועג פון מאנרא קיין וומס"ב נאך א חתונה נעמט געווענדליך אינטער א שעה...
סותר מִנֵּהּ וּבֵהּ
אויפן טראוועי צווישן מאנסי אין קרית יואל איז סעיף העכער 100 אין געוויסע צייטן אין טאג.
שקר וכזב. בערב 10 יאר צירוק איז געווען אסאך עקסידענטס אויף די טראוועי צווישן מאנסי אין קרית יואל. די סטעיט האט דאן אונטערגענומען א investigation פאר די סיבה פון אזויפיהל עקסידענטס. די outcome איז געווען אז די ראודס זענען ברייט, גוט, און נישט שטארק געדרייט, און די סיבה פאר די אלע עקסידענטס איז געווען עקסעסיוו ספיעד. פארן איבער 75 איז גאר מסוכן. אויב ברויכט מען סטאפן פאר וואטעווער ריזען, איז עס נישט מעגליך. ח"ו אויב מען קראכט אין א הערש אויף די ספיעד אדער גאר מען פראבירט צו avoid'דען די הערש.

הער אויף צו פארן ווי א ווילדע חי', עס קען ראטעווען אייער לעבן און די לעבן פון אנדערע. און ביטע, די מיני jokes איז נישט גוט פאר חודש אדר אויך נישט.

ממש איך שטוין, איך האב נישט געגלייבט אז אזויפיהל מסכונ'דיגע מענטשען דרייען זיך דא ארום מיר אויף אייוועלט.
יעדער האט זיך זיין פלאץ ווער ער פארלעצט א געזעץ, זאגאר א סעיפטי געזעץ. דער ביי ספידן דער ביי נוצן דעם סעלפאון און דער אנדערער ביים סיעטבעלו אדער א סטאפסיין.

יעדער ביי זיין נסיון און קיינער איז נישט פערפעקט, צוזאמען דארף מען זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן וויאזוי יא זיך צו פארבעסערן.

איך שפיר אז ס'האט נישט דוקא מיט לעק אויף קעיר פאר סעיפטי אדער אפילו זיך אויסלאכן פון טיקעט אדער פונקטן. די יסודות'דיגע קאנצעפט פון סעלף ריספאנסיבילטי, אקאונטיביליטי און מאראל פארלירט איר ווערט מיט יעדער פארבייגייענדיגע טאג.

די סאציאלע סעיפטי נעט וואס איז געמאכט געווארן אונז צו העלפן בעת צר, גייט צו ווייט. דער סעלף אחריות און די שטאלץ פארן טוהן וואס ס'איז ריכטיג קען נוצן א געזונטע בוסט אין אלע תחומים פון אונזער לעבן.
שמך נאה לך

פראקטישע תגובות...
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:27 am
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:20 am
איך וויל זייער שטארק שרייבן מיין ספיד, אבער בתנאי אז @Kosher Travel קען עס נישט ליינען… די גרויסע רויטע ווערטער דערשרעקן מיר…

ערעב איד, בארואיגט אייך אביסל, נעמט א ציגרעטל (אה, מיסתמא רייכערסטו אויך נישט…) מיט א קאווע (דאס זיכער נישט…) און זעץ דיר ארויס אויף די פרישע לופט (פריש?? דו ווייסט וויפיל פעלושען ס׳איז פארהאן אויף דעם עולם? ס׳איז א סכנה…), דא האט מען געעפנט א אשכול צו זעהן ווי שנעל דער עולם פארט, און וויפיל טיקעטס מ׳באקומט, נישט פאר מוסר און סטראשענוגען!
זאלסט מיר אנטשולדיגטן אבער א תגובה וואס פארציילט און דערמיט מוטיגט עס צו ספידן אויף 100 מפש פארדינט א רעספאנס.

ס'איז רעקלעסס דרייווינג און רעקלעסס תגובה פאוסטינג.
מוטיגט? איינער וואס גייט יעצט אנהייבן פארן רעקלעס און ספידן ווייל איינער האט דא אליינס געשריבן אז ער פליט ברויכט פילן! אדער זאל ער צוריקגיין אין חדר, דארט וואו מ׳מאכט נאך די קעניג פון קלאס…

והעיקר, אויב איינער גייט נאכמאכן א צווייטן און פארן שנעל, איז עס ווייל ער האט יענעם געזעהן דרייוון און וויל עס נאכטוהן, נישט ווייל ער האט געליינט איינעמס תגובה דא.
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1450
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:39 am
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:27 am
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:20 am
איך וויל זייער שטארק שרייבן מיין ספיד, אבער בתנאי אז @Kosher Travel קען עס נישט ליינען… די גרויסע רויטע ווערטער דערשרעקן מיר…

ערעב איד, בארואיגט אייך אביסל, נעמט א ציגרעטל (אה, מיסתמא רייכערסטו אויך נישט…) מיט א קאווע (דאס זיכער נישט…) און זעץ דיר ארויס אויף די פרישע לופט (פריש?? דו ווייסט וויפיל פעלושען ס׳איז פארהאן אויף דעם עולם? ס׳איז א סכנה…), דא האט מען געעפנט א אשכול צו זעהן ווי שנעל דער עולם פארט, און וויפיל טיקעטס מ׳באקומט, נישט פאר מוסר און סטראשענוגען!
זאלסט מיר אנטשולדיגטן אבער א תגובה וואס פארציילט און דערמיט מוטיגט עס צו ספידן אויף 100 מפש פארדינט א רעספאנס.

ס'איז רעקלעסס דרייווינג און רעקלעסס תגובה פאוסטינג.
מוטיגט? איינער וואס גייט יעצט אנהייבן פארן רעקלעס און ספידן ווייל איינער האט דא אליינס געשריבן אז ער פליט ברויכט פילן! אדער זאל ער צוריקגיין אין חדר, דארט וואו מ׳מאכט נאך די קעניג פון קלאס…

והעיקר, אויב איינער גייט נאכמאכן א צווייטן און פארן שנעל, איז עס ווייל ער האט יענעם געזעהן דרייוון און וויל עס נאכטוהן, נישט ווייל ער האט געליינט איינעמס תגובה דא.
א שאד צו גיין פערזענדליך דא....

קיינער מיינט נישט קיינעם מ'רעדט בדרך כללי און קיינער גייט קיינעם נישט טוישן דורך א תגובה אויף אייוועלט...
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

נעגלוואסער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:45 am
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:39 am
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:27 am
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:20 am
איך וויל זייער שטארק שרייבן מיין ספיד, אבער בתנאי אז @Kosher Travel קען עס נישט ליינען… די גרויסע רויטע ווערטער דערשרעקן מיר…

ערעב איד, בארואיגט אייך אביסל, נעמט א ציגרעטל (אה, מיסתמא רייכערסטו אויך נישט…) מיט א קאווע (דאס זיכער נישט…) און זעץ דיר ארויס אויף די פרישע לופט (פריש?? דו ווייסט וויפיל פעלושען ס׳איז פארהאן אויף דעם עולם? ס׳איז א סכנה…), דא האט מען געעפנט א אשכול צו זעהן ווי שנעל דער עולם פארט, און וויפיל טיקעטס מ׳באקומט, נישט פאר מוסר און סטראשענוגען!
זאלסט מיר אנטשולדיגטן אבער א תגובה וואס פארציילט און דערמיט מוטיגט עס צו ספידן אויף 100 מפש פארדינט א רעספאנס.

ס'איז רעקלעסס דרייווינג און רעקלעסס תגובה פאוסטינג.
מוטיגט? איינער וואס גייט יעצט אנהייבן פארן רעקלעס און ספידן ווייל איינער האט דא אליינס געשריבן אז ער פליט ברויכט פילן! אדער זאל ער צוריקגיין אין חדר, דארט וואו מ׳מאכט נאך די קעניג פון קלאס…

והעיקר, אויב איינער גייט נאכמאכן א צווייטן און פארן שנעל, איז עס ווייל ער האט יענעם געזעהן דרייוון און וויל עס נאכטוהן, נישט ווייל ער האט געליינט איינעמס תגובה דא.
א שאד צו גיין פערזענדליך דא....

קיינער מיינט נישט קיינעם מ'רעדט בדרך כללי און קיינער גייט קיינעם נישט טוישן דורך א תגובה אויף אייוועלט...
וואו האסטו געזעהן פערזענליכקייטן אין מיין תגובה?

איך האב מיר נישט באצויגן צו פראקטיש, נאר צו די מענטש פון זיין הנחה…
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:39 am
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:27 am
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:20 am
איך וויל זייער שטארק שרייבן מיין ספיד, אבער בתנאי אז @Kosher Travel קען עס נישט ליינען… די גרויסע רויטע ווערטער דערשרעקן מיר…

ערעב איד, בארואיגט אייך אביסל, נעמט א ציגרעטל (אה, מיסתמא רייכערסטו אויך נישט…) מיט א קאווע (דאס זיכער נישט…) און זעץ דיר ארויס אויף די פרישע לופט (פריש?? דו ווייסט וויפיל פעלושען ס׳איז פארהאן אויף דעם עולם? ס׳איז א סכנה…), דא האט מען געעפנט א אשכול צו זעהן ווי שנעל דער עולם פארט, און וויפיל טיקעטס מ׳באקומט, נישט פאר מוסר און סטראשענוגען!
זאלסט מיר אנטשולדיגטן אבער א תגובה וואס פארציילט און דערמיט מוטיגט עס צו ספידן אויף 100 מפש פארדינט א רעספאנס.

ס'איז רעקלעסס דרייווינג און רעקלעסס תגובה פאוסטינג.
מוטיגט? איינער וואס גייט יעצט אנהייבן פארן רעקלעס און ספידן ווייל איינער האט דא אליינס געשריבן אז ער פליט ברויכט פילן! אדער זאל ער צוריקגיין אין חדר, דארט וואו מ׳מאכט נאך די קעניג פון קלאס…

והעיקר, אויב איינער גייט נאכמאכן א צווייטן און פארן שנעל, איז עס ווייל ער האט יענעם געזעהן דרייוון און וויל עס נאכטוהן, נישט ווייל ער האט געליינט איינעמס תגובה דא.
מעגליך זענט איר גערעכט און מעגליך נישט.

איך גלויב דא לייענען וואס ברויכן ווען צוריק גיין אין חדר אדער וואס דארפן נעמען פילן, מ'דארף זיך מיט זיי רעכענען.

פארן עטליכע נומערן העכער די ספיד לימיט איז איין זאך. פארן אויף הונדערט און נאך שרייבן אז עטליכע שטרעקעס אויפן טרווועי איז געאייגנט פאר דעם איז נישט די ציהל פון דעם אשכול מיין איך.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:54 am
פארן אויף הונדערט און נאך שרייבן אז עטליכע שטרעקעס אויפן טרווועי איז געאייגנט פאר דעם איז נישט די ציהל פון דעם אשכולמיין איך.
מיט דעם האסטו א שטארקע פוינט. (לייק אללוועיס…)
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4462
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:20 am
איך וויל זייער שטארק שרייבן מיין ספיד, אבער בתנאי אז @Kosher Travel קען עס נישט ליינען… די גרויסע רויטע ווערטער דערשרעקן מיר…

ערעב איד, בארואיגט אייך אביסל, נעמט א ציגרעטל (אה, מיסתמא רייכערסטו אויך נישט…) ניין, דאס נישט מיט א קאווע (דאס זיכער נישט…) דאס זיכער יא! און זעץ דיר ארויס אויף די פרישע לופט (פריש?? דו ווייסט וויפיל פעלושען ס׳איז פארהאן אויף דעם עולם? ס׳איז א סכנה…) איך האב זייער ליעב די outdoors , דא האט מען געעפנט א אשכול צו זעהן ווי שנעל דער עולם פארט, און וויפיל טיקעטס מ׳באקומט, נישט פאר מוסר און סטראשענוגען! איך האב קיינעם געסטראשעט.
קום נישט זאגן אז עס איז סעיף צו פארן 100 אויפן טראוועי און דאן דערהייב נישט ווען מען איז זיך מחולק.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4945
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:57 pm

ממש איך שטוין, איך האב נישט געגלייבט אז אזויפיהל מסכונ'דיגע מענטשען דרייען זיך דא ארום מיר אויף אייוועלט.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

א יונגערמאן פארציילט מיר ער פלעגט פארן ווי א מטורף ממש ביז ער איז געווארן אפגעשטעלט אויפן FDR דורך א הייוועי פאליציאנט. דער האט געמאכט אזאנע קולות אויף אים פארן דרייוון אזוי ווילד און רעקלעס, ממש געקוויטשעט.. און פאר סאם ריזען איז עס אים גוט אריין און געטוישט.. כלשונו פון דער יונגערמאן ״איך בין געווען אזוי אדיקטעט צו מיין ספידן, כ׳האב געווארט צו ווערן אפגעשטעלט און אריינכאפן דערפאר אז דאס זאל מיך אויפשאקלען און העלפן ארויסקריכן דערפון״.
אני הוא הנער, נער המדבר
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4945
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

בניהו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 7:58 am
א יונגערמאן פארציילט מיר ער פלעגט פארן ווי א מטורף ממש ביז ער איז געווארן אפגעשטעלט אויפן FDR דורך א הייוועי פאליציאנט. דער האט געמאכט אזאנע קולות אויף אים פארן דרייוון אזוי ווילד און רעקלעס, ממש געקוויטשעט.. און פאר סאם ריזען איז עס אים גוט אריין און געטוישט.. כלשונו פון דער יונגערמאן ״איך בין געווען אזוי אדיקטעט צו מיין ספידן, כ׳האב געווארט צו ווערן אפגעשטעלט און אריינכאפן דערפאר אז דאס זאל מיך אויפשאקלען און העלפן ארויסקריכן דערפון״.
האסט דעם נומער פונעם פאליציאנט? כוויל אים ריפערן צו אפאר אידן וואס קענען ניצן זיינס א פסק.
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2574
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:09 am

ערעב איד, פאדריי נישט די שמועס. איך רעד נישט פון קיין BQE און פון קיין וומס"ב און ב"פ. איך האב מיך באצויגן צו דעם:

און דאס איז שכר וכזב. איך וועל אייך נאכאמאל זאגן אין פנים אריין, ווייל איך האב אייך ליעב:
הער אויף צו פארן ווי א ווילדע חי', עס קען ראטעווען אייער לעבן און די לעבן פון אנדערע. און ביטע, די מיני jokes איז נישט גוט פאר חודש אדר אויך נישט.
איר האט פארגעסן א בילד
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

פרומע לבוש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:13 am

פארוואס נאר חסידישע אינגעלייט קאטן אריין די לעצטע מינוט ביי די עקזיט? פארוואס נעמט מען נישט ערענסט א דאורייתא פון ונשמרתם?
איך בין נישט זיכער פון וועלכע עקזיט דו רעדסט, אבער אין וויליאמסבורג ביי די עקזיט קאטן מאסן גוים אריין
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9267
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פיינער אשכול דאס!

געווענליך פרוביר איך צו דרייווען מיט די פלוס וואס דער עולם ארום מיר דרייווט און נישט איבער ספידען אדער אינטער ספידען דאס איז נאר אויב מען יאגט זיך נישט אויב מען יאגט זיך איז אן אנדערע מסכת אבער דאס איז נישט די סדר געווענליך.

א מענטש וואס פארט שטייט אויף די לינקע לעין אדער האלט אויף קארס ווייל ער וויל אויסלערנען אנדערע וויאזוי צו דרייווען איז דער זעלבער שלעכטיגקייט ווי דער שנעלער דרייווער ביידע לייגען די ראודס אין א סכנה.

ווען מען קען דרייווען טאטשט מען נישט די פאון אבער אין טרעפיק איז א צווייטע מעשה, מען קען ארלעדיגען א געוואלד.

כסדר ספידען איז טאקע א מח פראבלעם און א מענטש דארף זיך אפגעוואוינען דערפון און איך רעד נישט פון די מיני מענטשען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9267
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א אינטערסאנטע פאקט וואס איך האב באמערקט: זינטאג פארט די עולם די שטייטסטע און פרייטאג די שנעלסטע.

גויים זענען די זעלבע ווי די אידען מיט דעם אדער נאך מער, לאך נישט, מיין שטודיע קען מען אפילו נישט אפפרעגן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: וויפיל העכער די ספיד לימיט פארט איר? ווי אפט שטעלט מען אייך ל"ע אפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

ווער האט אפגעמאכט אז 9-8 העכער די לימיט איז נישט קיין סכנה, און 20 איז יא?!

און, דו האלסט אז א 75 יעריגע באבע וואס דרייווט א טראק איז די זעלבע סעיף צו דרייוו אויף 65 ווי א 25-50 יעריגע מאן וואס איז %100 פאוקאסירט אויפן ראוד? הלמאי זיי האבן נישט אנדערע ספיד לימיטס? אפשר האט מען געמאכט אז יעדער זאל האבן די ספיד לימיט פון די באבע אויפן טראק?...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”