לעשות נקמה - בגוים
נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 45284
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
נישט צווישן אידן גערעדט לעבן מיר אין א קאמפליצירטע וועלט וואס האלט נאך בעפאר איר תיקון און זינט איר באשאף איז זי די הויפטקווארטיר צו קריגן און צאנקערייען פון אימפעריעס און לענדער ביז פאמיליעס און אינדיווידועלן איבער פארלוירענע טעריטאריע אדער געטשעפטע עגא און אלעס אינדערמיט
די גלוסט צו נקמה איז א געפיל אינסטאלירט אינעם מענטש וואס פארזיסט גאר שטארק כאטש אויף צייטווייליג די בהמה'ישע אינסטינקט און באטראפענע און אנגעווייטאגטע באנוצן זיך דערמיט שוין פאר טויזנטער יארן
טעכנאלאגיע האט געברענגט די וועלט צו א מער פארגעשריטענע פלאץ אין פילע תחומים אבער די רייץ צו מאכן טאנצן עימיצער פון וועם מען איז געווארן בא'עוולה'ט איז געבליבן פרימיטיוו און מענטשן זענען גרייט זיך צו באנוצן מיט אור אלטע טאקטיקן זיכער צו מאכן אז זייערע פיינט באקומען זייער פארדינטע לעקציע
די אפעטיט אנצולערנען מענטשן דורך שפיצלעך און אינטריגעס ווערט בלויז שטארקער מיט דעם וואס געמיינדעס זענען מער סאציאליזירט און מענטשן מיט ווייניג אינהאלט און איבריג צייט זענען אויסגעהונגערט צו זעהן יענעם פארלוירן און אויסגעשפילט
פאר אונז אידן איז עס פארבאטן און נישט רעלעוואנט אבער אין חודש אדר איז מעגליך ערלויבט צו כאפן א שטיקל בליק אויף די צודרייטע וועלט און שמייכלען פון עטליכע ביישפילן וואס מענטשן פארציילן פון אייגענע ערפארונג ווי אזוי זיי האבן פרובירט צו שטילן זייער נקמה דורשט
די קורצע געשיכטעלעך ווערן באגלייט מיט בילדער אבער בלויז דארט וואו עס איז געווען פאסיג און אויסגעהאלטן און מען וועט עס פרובירן צו האלטן קורץ נישט צו באלמוטשען די ליינער צופיל
מען נעמט זיך נישט אונטער צו גרייכן צו 40 (איינס פאר יעדע טויזנט תגובות..) אבער אנהויבן קען מען און אויב עס וועט זיין מעגליך וועלן אין די קומענדיגע טעג ארויפגיין נאך
ביטע געדענקן אז די עפיזאדן זענען בלויז געמאכט צו ליינען און נישט נאכצוטוהן און אויב איר געפונט זיך איצט אין סענסיטיווע צייטן און אין אנגעצויגענע באציאונגען מיט אנדערע ביטע אויסווארטן עד יעבור זעם
מיר אידישע קינדער וועלן פארזעצן צו נוצן אונזער פארמאט פון נקמה מיטן איבערלעבן היטלער ימ"ש און אנדערע וועלכע זוכן אונז צו פארלענדן אלס ערליכע אידישע קינדער און מען קוקט ארויס זוכה צו זיין אינגיכן צום ודם עבדיו יקום ונקם ישיב לצריו און אז דער רב את ריבנו זאל זיין נוקם את נקמתינו און מען זאל דערלעבן די לעשות נקמה בגוים פשוט פשט
א פרייליכן פורים און א שמחת תמיד!

- לעמאן סאדע
- שר האלף
- תגובות: 1671
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
- לאקאציע:חק"ס שטיבל
Re: לעשות נקמה - בגוים
מזל טוב 400000
- שמחת התורה
- שר מאה
- תגובות: 113
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 13, 2021 2:15 pm
- לאקאציע:אין ביהמ"ד
Re: לעשות נקמה - בגוים
מזל טוב @הכל הבל
פאר די
40,000
זעלטן קלארע, געשמאקע, אינהאלטסרייכע, הומאריסטישע, איידעלע, אינטערעסאנטע תגובות אין אלע אפטיילונגען דאהי אויפן וועלטל.
קנאפע 120,000 לייקס אין עטוואס מער פון א יאר זאגט זייער אסאך......
אין זכות פון מהנה זיין אזויפיל טויזענטער אידן, זאלט איר זוכה זיין צו כל הברכות האמורות בתורה, אושר ועושר מיט הרחבת הדעת וכט"ס.

אין שמחה כשמחת התורה! טעמו וראו כי טוב.
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 45284
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
די דראנג פאר נקמה הויבט זיך נישט אן אונטער די חופה נאר אנטוויקלט זיך שוין אין די גאלדענע קינדער יארן און ווי מען הערט פון א בחור'ל וועלכע האט געברויזט אויף זיין קליינע שוועסטער וועלכע פלעגט רויבן זיינע זאכן האט ער איר געלערנט א מוסר שיעור
ער האט גענומען א פראיעקט וועלכע זי האט געהאט צוגעגרייט פאר די שולע לעקציעס און עס פארשטעקט און באגראבן צווישן א ליסטע פון 16 פאלדערס אויפן קאמפיוטער און יעדע פון זיי האט געהאט 3 סובפאלדערס און די קעפל פון יעדע פון זיי האט אדרעסירט די דברים העומדים עך הפרק ווי די לעצטיגע גניבה אויפשטייג

- אטעטשמענטס
-
- tez.jpg (79.51 KiB) געזען 4890 מאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 45284
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
שכנים זענען איינע פון די מערסט פאפולערע קאנדידאטן רייף פאר קריגערייען און א פאטש פאר א פאטש איז ליידער די נארמע ביי פילע מיט רויע מדות און שוואכע טאלעראנץ
די פארמעסט איז אבער נישט אלעמאל אייניג און יושר'דיג ווען לויטן אויסשטעל מאכט זיך אפט אז איינע פון די צדדים פארמאגט אן אויבערהאנט צוליב טעכנישע סיבות א שטייגער ווי אונזער היינטיגע מספר וועלכע האט זיך געמוטשעט מיט א שכן וועלכע ווואוינט העכער אים און יענער פלעגט וואקיומען זיין פאדלאגע אין די שפעטע נאכט שטונדן און צושטערן זיין שלאף
דער אונטערשטער שכן פלעגט א לאנגע צייט טראכטן ווי אזוי ער קען טוהן די זעלבע צו יענעם און נאך פילע שלאפלאזע נעכט מיט ליידיגע צייט צו טראכטן איז ער אויפגעקומען מיט א גאר טרעפליכע אבער איינפאכע ענטפער און גענומען זיין וואקיום קלינער 3 אזייגער פארטאגס און אנגעהויבן רייניגן זיין דאך

- REZ.jpg (18.95 KiB) געזען 3952 מאל
- די רבי איז געזונט
- שר האלף
- תגובות: 1053
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:32 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
!!!wow!!!
מזל טוב @הכל הבל !!!
כשם שנכנס כן יכנס...
keep up your great work!!!
מזל טוב @הכל הבל !!!
כשם שנכנס כן יכנס...
keep up your great work!!!
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 45284
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
די דאזיגע סטודענט האט באצאהלט פאר איר'ס א רויבערישע פריינדין מיט א מער באקאנטע טאקטיק נאכן באמערקן אז אירע 2 רעפטלעך פיצא זענען פארשוואונדן
זי האט איבערגעלאזט אן אלערט נאטיץ פאר די וועמען עס האט זיך פארגלוסט איר מאלצייט
זי האט איבערגעלאזט אן אלערט נאטיץ פאר די וועמען עס האט זיך פארגלוסט איר מאלצייט
- אטעטשמענטס
-
- eep.jpg (38.49 KiB) געזען 4793 מאל
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19453
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: לעשות נקמה - בגוים
און?הכל הבל האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 20, 2024 5:23 pmדי דראנג פאר נקמה הויבט זיך נישט אן אונטער די חופה נאר אנטוויקלט זיך שוין אין די גאלדענע קינדער יארן און ווי מען הערט פון א בחור'ל וועלכע האט געברויזט אויף זיין קליינע שוועסטער וועלכע פלעגט רויבן זיינע זאכן האט ער איר געלערנט א מוסר שיעור
ער האט גענומען א פראיעקט וועלכע זי האט געהאט צוגעגרייט פאר די שולע לעקציעס און עס פארשטעקט און באגראבן צווישן א ליסטע פון 16 פאלדערס אויפן קאמפיוטער און יעדע פון זיי האט געהאט 3 סובפאלדערס און די קעפל פון יעדע פון זיי האט אדרעסירט די דברים העומדים עך הפרק ווי די לעצטיגע גניבה אויפשטייג
זי האט מיט איין סערטש באטן געטראפן דעם פייל ושלום על הברודער....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 45284
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
עס זענען דא רעסטוראנטן וועלכע ערלויבן פאר זייערע קונדן צו בעטן א קליינע געשאנק ביים באשטעלן א גרעסערע ארדער און געווענליך באשטייט עס פון עטליכע סערוועטלען אדער אן איבריגע סעט פון פלאסטישע געשיר
עס זענען דא וואס גלייכן צו בעטן אז די ארבעטער זאל ארויפשרייבן א וויץ אויף די שאכטל אבער אין אונזער פאל מיט א פרוי וואס האט עס פארלאנגט זענען די ארבעטער נישט געווען איבריג צופרידן און באשלאסן אז מען דארף איר דערלאנען ואוס קומט איר
זיי האבן צוגעקלעבט א שפיגל צו די אינווייניגסטע טייל פון די שאכטל און די מעסעדזש איז געווען זייער קלאר אז זי זעלבט איז די וויץ פון שטאט

- RYX.jpg (18.47 KiB) געזען 4668 מאל
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17847
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: לעשות נקמה - בגוים
געואלדיגע אשכול!!
ארבעים שנה.. הבל האט דערגרייכט א פערציגער..
אקוט בדור.. ברענגט ער היינטיגע קריגערייען..

כ'האף ער'ט געהאט אזויפיל שכל און געטוישט דעם פייל נאמען אויך..איינס האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 20, 2024 5:34 pmאון?הכל הבל האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 20, 2024 5:23 pmדי דראנג פאר נקמה הויבט זיך נישט אן אונטער די חופה נאר אנטוויקלט זיך שוין אין די גאלדענע קינדער יארן און ווי מען הערט פון א בחור'ל וועלכע האט געברויזט אויף זיין קליינע שוועסטער וועלכע פלעגט רויבן זיינע זאכן האט ער איר געלערנט א מוסר שיעור
ער האט גענומען א פראיעקט וועלכע זי האט געהאט צוגעגרייט פאר די שולע לעקציעס און עס פארשטעקט און באגראבן צווישן א ליסטע פון 16 פאלדערס אויפן קאמפיוטער און יעדע פון זיי האט געהאט 3 סובפאלדערס און די קעפל פון יעדע פון זיי האט אדרעסירט די דברים העומדים עך הפרק ווי די לעצטיגע גניבה אויפשטייג
זי האט מיט איין סערטש באטן געטראפן דעם פייל ושלום על הברודער....
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 45284
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
קאנסטראקשען ארבעט איז א שווערע פאך און די וועלכע זענען אין די ליניע זענען אפט אויסגעשטעלט צו ארבעטן אונטער עקסטרעמע וועטער אומשטענדן און אפערירן מיט געפארפולע מאשינעריע
איינע פון די פארמעסטונגען וואס די סארט ארבעטער גייען אריבער איז דאס דארפן קאמיוניקירן מיט נערוועזע פארבייגייער וועלכע שפורן געשטערט פון זייערע בלאקאדאס און באגרייפן נישט אז די וויכטיגקייט פון זייער אויפגאבע
איין אזא ארבעטער דערמאנט זיך פון אן עפיזאד ווען ער האט נישט געקענט איבערצייגן א דרייווער צו רוקן זיין פיקאפ טרעקל און ער האט דעריבער אויסגעווארט ביז ווען יענער האט זיך געדארפט באנוצן מיט די צייטווייליגע בית הכבוד און ווי נאר די טיהר האט זיך פארמאכט האט דער טראקטאריסט גענידערט זיין גרויסן גאפל ביזן טיהר און יענעם געהאלטן פארשלאסן אזוי לאנג ווי ער האט געשפורט פאר נויטיג

- GTR.jpg (14.6 KiB) געזען 3984 מאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 45284
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
די דרייווער פון די ווייסע אויטא האט פארקירט לויט זיין געשמאק
איז געקומען עימיצער לערנען מיט אים בלק און אים מסדר געווען ווי בלעם אויפן אייזל
איז געקומען עימיצער לערנען מיט אים בלק און אים מסדר געווען ווי בלעם אויפן אייזל
- אטעטשמענטס
-
- RCN.jpg (35.05 KiB) געזען 3944 מאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 45284
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
צו וויסן וועלכע פנים נקמה טראגט כאפט א בליק
א תושב השכונה האט פארשיקט איינע פון זיינע הינט צוליב שלעכטע אויפפירונג
די הינט פון די געגנט האבן געהאט געשאפן אן אליאנץ און באשלאסן דורכצופירן ווילדע ראיאטן אויסצודרוקן סאלידאריטעט מיט זייער'ס א קאלעגע און זיך א לאז געטוהן אויף די טייער לוקסוריעזע אויטאמאביל פונעם משלח און עס ערנסט צו'מזיק'ט

- fha.jpg (57.43 KiB) געזען 3771 מאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 45284
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
א פרוי וועלכע איז געווען אנגעווייטאגט אז איר מאן איז צופיל פארנומען און גלייכט נישט צו זיצן אינדערהיים האט אויסגעגאסן עטליכע פלעשער וואסער פארנט פון די דישוואשער הארט בעפאר ער איז אהיימגעקומען צו נאכטמאהל און דער ציט נאך דאר פארשוויצט זוכנדיג די פראבלעם פון די מאשין און טראץ זיינע מעכאנישע פעאיגקייטן קען ער נישט דערגיין פון וואנעט די ליעק קומט
- אטעטשמענטס
-
- sio.jpg (30.64 KiB) געזען 3746 מאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 45284
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
כשלג ילבינו
אין די פאל איז עס א שאד פאר מיין טינט און וועל יענעם גראד גיבן דאס ווארט
אין די פאל איז עס א שאד פאר מיין טינט און וועל יענעם גראד גיבן דאס ווארט
- אטעטשמענטס
-
- uvd.jpg (58.17 KiB) געזען 3741 מאל
- אליהו ליכטענשטיין
- שר האלפיים
- תגובות: 2120
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
אוי, הייליגער הבל...
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 45284
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
א דאנק יעדן פאר די שיינע וואונטשן!
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 45284
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
פראפעסיאנאלע נקמה אקציעס פארלאנגען צומאהל דיסציפלין און אסאך געדולד אויסצואווארטן אויף א רייפע געלעגנהייט
דער וואנזיניגער איז נעבעך אריבער מאנאטן פון טראומאטישע פלייישיגע חלומות ביזן זעטיגן זיין נקמה דורשט
דער וואנזיניגער איז נעבעך אריבער מאנאטן פון טראומאטישע פלייישיגע חלומות ביזן זעטיגן זיין נקמה דורשט
- אטעטשמענטס
-
- hcw.jpg (63.17 KiB) געזען 3701 מאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 45284
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: לעשות נקמה - בגוים
פארציילט א נישט איד וועלכע איז אריבער א גאר פיינפולע צושיידונג און די פארארדענונג פון געריכט איבער די סומע וואס ער דארף צאהלן פאר זיין געוועזענע פרוי האט אים שווער באטראפן עקאנאמיש און ער האט באשלאסן אז אויב ער מוז שוין סייווי צאהלן זאל יענע כאטש נישט באקומען דאס געלט איינגעהילט אין זיידענע הענטשקעס
ער האט פארלאנגט פון די באנק צו דרוקן זיין טשעק ביכל מיט א בילד אין וועלכע ער שמייכלט שטייענדיג נעבן זיין נייע פרוי מיט שרייענדיגע בוכשטאבן אז ער איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי צופרידן אין לעבן ווי נאכן הייראטן בזיווג שני

דארפסט זיך נישט זארגן... עס איז נישט געזינט פאר די מאגן.אוראייניקל האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 20, 2024 7:28 pmכ'האף ער'ט געהאט אזויפיל שכל און געטוישט דעם פייל נאמען אויך..איינס האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 20, 2024 5:34 pmאון?הכל הבל האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 20, 2024 5:23 pmדי דראנג פאר נקמה הויבט זיך נישט אן אונטער די חופה נאר אנטוויקלט זיך שוין אין די גאלדענע קינדער יארן און ווי מען הערט פון א בחור'ל וועלכע האט געברויזט אויף זיין קליינע שוועסטער וועלכע פלעגט רויבן זיינע זאכן האט ער איר געלערנט א מוסר שיעור
ער האט גענומען א פראיעקט וועלכע זי האט געהאט צוגעגרייט פאר די שולע לעקציעס און עס פארשטעקט און באגראבן צווישן א ליסטע פון 16 פאלדערס אויפן קאמפיוטער און יעדע פון זיי האט געהאט 3 סובפאלדערס און די קעפל פון יעדע פון זיי האט אדרעסירט די דברים העומדים עך הפרק ווי די לעצטיגע גניבה אויפשטייג
זי האט מיט איין סערטש באטן געטראפן דעם פייל ושלום על הברודער....
אזוי עס שטייט אין פסוק... נו ענדיג אליינס צו.