שכח פאר אלע וואס האבן געלייקט און מגיב געווען אויף חלק א'. מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן אויך פונעם צווייטן טייל און געדענקען צו לאזן וויסן אז איר האט הנאה געהאט.
קולטור טויש ווי ברייט באשריבן אין פליגעלעך #1, איז פארגעקומען א גרויסע טויש אין די צוגאנג פון ביזנעס אינערהאלב באואינג נאך די מערדזשער מיט מעקדאנעלד-דאגלעס, ווייל די געוועזענע MD בוכהאלטערס און קארפארעט עקזעקיוטיווס האבן באקומען א שטארקע ווארט אויף החלטות אינערהאלב אלע אפטיילונגען, און די אלטגעזעסענע אינדזשענירן ביי באואינג האבן עס געשפירט. די נייע באואינג דעה-טיילער זענען געווען זייער שטארק קאנצעטרירט אויף ציפערן, זיי האבן געוואלט הייבן פראפיטעביליטי פון באואינג און זעהן שנעלע ריזאלטס פון שיינע נאמבערס. אלס א טייל פון די וויזיע, האבן זיי געשניטן ריסורטש פראגראמען און אויפגעהערט צושטעלן פאר די אינדזשענירן געוויסע עקוויפמענט. דער אלט-נייער CEO העררי סטאונסייפער האט זייער שטארק געשטופט די זעלבע אגענדע, אויפטוענדיג זיך ביי א געלעגנהייט אז ער האט געשניטן קאסטן אויף די פראדאקשן פלאר מיט גאנצע 30 פראצענט! אבער, טראצדעם וואס אויפן מאמענט זענען די רעזולטאטן טאקע געווען זייער איינדרוקספול, האט די קאמפאני נישט געבויעט קיין לאנג-טערמיניגע פלאן וויאזוי צו ברענגען innovation צו די מארקעט, נאר אדרבה, אגרעסיוו רעדוצירט די פראגראמען און אפטיילונגען וואו אינדזשענירן האבן געארבעט אויף אזעלכע געדאנקען. מיר רעדן א גאנצן צייט איבער די אינדזשענירן, ווייל זיי האבן עס דאס מערסטע געשפירט, אבער די געווענליכע בלוי-קאללער פארשוויצטע ארבעטער האט עס אויך גוט געפילט מדי יום ביומו. דער פשוט'ער טאג-טעגליכער ארבעטער טוט זאכן לויט וויאזוי זיינע מענעדזשערס ווילן, און די מענעדזשערס האבן אויך אן אויפזעער וואס שטעלט דעם טאן, און אזוי גייט די פיראמיד ווייטער ביז צום בענקל פונעם CEO. מיר וועלן באלד צוריקקומען אויסצושמועסן וויאזוי די טעאריעס פון די עקזעקס האבן טאקע פאקטיש געמאכט די ארבייטער זיין פארנאכלעסיגט, אבער פארדעם וועלן מיר באטראכטן דריי גרויסע פראיעקטן אינערהאלב באואינג וואס האבן זיך אינאיינעם געפארעמט צו האבן א כמעט-דירעקטע איינפלוס אויף די לאנג-טערמיניגע דורכפאל פון באואינג.
שריט #1 - דעפענס קאנטראקטן מיר קענען באואינג אלס א פראדוצירער פון ציווילע קאמערציאלע עראפלאנען, אבער באמת האט די קאמפאני א גאנצע ריזיגע אפטיילונג וואס בויעט ספעציעלע פליענדיגע געצייגן פאר מיליטערישע צוועקן. א טייל פון די מיליטערישע עראפלאנען זענען בעצם ציווילע פליגערס וואס ווערן מאדיפיצירט פאר מיליטערישע באנוץ און מ'קלעבט ארויף א נייע מאדעל נאמבער דערויף. אבער אנדערע זענען גענצליך נייע מאשינען ספעציעל דעזיינט פאר שלאכפעלד פונקציעס. די אפטיילונג וואס געט זיך אפ מיט אינדזשענירן, דעזיינען און פראדוצירן די ציווילע פליגערס ווערט גערופןBoeing Commercial Airplanes(אין קורצן BCA) מיט די קארפערעט הויפטקוואטירן - ווי מיר ווייסן שוין - אין שיקאגא. ווידעראום די דעפענסיווע שוועסטער ווערט גערופןBoeing Defense, Space & Security(אין קורצן BDS) און איז הויפטקאוואטירט אין ארלינגטאן, ווירדזשיניע, א קנאפע 20 מינוטיגע שפאציר פון זייער גרעסטע קאסטומער'ס הויפקוואטירן - די פענטעגאן געביידע. ווי מיר האבן געשריבן אויבן, האט די פריערדיגע באואינג באסס געדארפט רעזיגנירן אונטער א סקאנדאל ווען ס'איז אנטדעקט געווארן אז ער האט קאלאברירט אומלעגאל מיט אן איינגעשטעלטן אין די יו. עס. עירפארס כדי צו שטופן פאראויס א קאנטראקט מיט די מיליטער. ווען העררי סטאונסייפער איז צוריקגעקומען אין די קאמפאני, האט ער זיך געוואנדן צו די מיליטער מיט א פארזיכערונג אז "ס'קומען נייע צייטן" און "אזאנס וועט שוין מער נישט פאסירן", געווינענדיג זייער הארץ צוריק צו באנייען דעם קאנטראקט. אבער ס'האט זיך נישט אפגעשטעלט דארט, ער האט כסדר באזוכט רעגירונגס אפישעלס און מיליטערישע סעקרעטארן צו אנקניפן באציאונגען און באקומען נאך קאנטראקטס. די סיבה דערצו איז געווען, ווייל דעפענס קאנטראקטס האבן זייער א שיינע מארדזשין פון פראפיט. ווייל דארט - אנדערש ווי ביי ציווילע פליגערס - ווייסט די קאמפאני פון פאראויס ווער די קונים זענען, נישט נעמעדיג קיין ריסק אז ס'וועט שוואך אויפפיקן אין די מארקעט, ווי אויך איז די רעגירונג אקטיוו פארמישט אין פלאנירן און דעזיינען די פראדוקטן אריינעמענדיג טייל פון די ריסק אין פאל ס'ארבעט זיך נישט אויס. נאך א פאקטאר איז דא ביי מיליטערישע פראיעקטן וואס לייגן צו צו די פראפיט מארדזשין. ווען א געווענליכע ציווילע פראיעקט גייט איבער די באדזשעט איז באואינג די איינציגסטע דערלייגער און ס'שניידט פון זייער פראפיט מארדזשין. פונקט ווי איינער וואס פראדוצירט א נייע סנעק אבער ס'קאסט אים אהערצושטעלן מער ווי ער האט פארגערעכנט, וועט ער האבן ווייניגער פראפיט נאך די סעילס. משא"כ אסאך גאווערמענט קאנטראקטס קומען נישט מיט קיין לימיט וויפיל ס'מעג קאסטן (cost-plus contract) אהערצושטעלן די פליגער וואס זיי פארלאנגען, און די דעפענס דעפארטמענט קען צוגיסן די פאנדן אויב ס'קאסט מער ווי געפלאנט, פארזיכערנדיג א גרעסערע פראפיט מארדזשין (איך ווייס נישט פון וואו זיי גיסן זיך מיט אזויפיל געלט, ס'זעהט אויס ווי זיי באקומען עס פאר פרי פון די גאווערמענט…). דאס האט געברענגט העררי סטאונסייפער צו סוקסעספולערהייט נאכיאגן נייע דעפענס קאנטראקטס, ווי אויך פארברייטערן עקזיסטירנדע פראגראמען מיט די דעפארטמענט, און דורך דעם האט ער געקענט ווייזן שענערע פארדינסטן פאר אינוועסטערס אויף פינאנציעלע רעפארטס. אבער - דא קומט די גרויסע אבער - די שטארקע אינוועסטמענט וואס באואינג האט אריינגעלייגט אין די מיליטערישע איניציאטיוון, האט נישט איבערגעלאזט קיין פלאץ צו מאכן וויכטיגע אינוועסטמענטס אין די טייל פון די קאמפאני וועלכע מיר קענען אמבעסטן - באואינג קאמערשל עירקרעפטס. און מיר מיינען נישט דא דוקא געלט אינוועסטירונגען. אויך אויף צו אינוועסטירן אין קוואליטי קאנטראל, innovation און נאך, האט ווייניגער אנגעהויבן אינטערעסירן פאר די קאמפאני צוליב זייער שטארקע דגוש אויף שיינע רוחים און גוטע פינאנצן.
א מאדיפיצירטע באואינג 767 וואס ווערט גענוצט אלס א fuel טאנקיר דורך די מיליטער אונטער די מאדעל נאמבער KC46A
שריט #2 - די 787 פראגראם אין די אנהויב 2000 יארן איז עירבאס ארויסגעוואקסן אלס אן ערנסטע קאמפעטישן מיט באואינג. מיט די אונטערגאנג פון די סאוויעטישע פאראיין אין אנהייב 1990, האבן זיך מער און מער אייראפעאישע לענדער געעפנט פאר געהעריגע ביזנעס ווי אין די מערב וועלט, און עירבאס האט צוביסלעך באקומען א שטערקערע פוס אין די וועלטס-מאפע. אין 2003 האט באואינג באשלאסן אז כדי צו בלייבן שטארק קעגן די קאנקורענץ דארפן זיי בויען א נייע פליגער פאר די מארקעט. אבער מיט ווייניגער געלט אין די קאסע צו אינוועסטירן אין ציווילע פראיעקטן, און ווייניגער ריסורסעס אין די קאמפאני, האבן זיי געדארפט נעמען א פרישע סטראטעגיע וויאזוי צו מאכן א קנאקעדיגע פליגער אונטער א קליינע באדזשעט. די לעזונג צו דעם? Outsourcing! אנשטאט וואס באואינג זאלן דעזיינען און פראדוצירן אלע טיילן אין זייערע אייגענע פעסילעטיס, האבן זיי אונטערגעשריבן דיעלס מיט עטליכע מענופעקטשורערס איבער די וועלט, וואס יעדע פון זיי האבן באקומען די אויפגאבע פון דעוועלאפמענט און פראדאקשן פון איין ספעציפישע טייל אין די פליגער, דערנאך האט באואינג בלויז געדארפט נעמען די אלע טיילן און עס צאמשטעלן ווי א פאזל ביי זיך אין פעקטארי, און מזל טוב! א פרישע פליגער איז געבוירן געווארן! ויקרא שמו בישראל "787" דמתקריא "דרימליינער"! מיט נוצן outsourcing מיטלען אויף די דעזיין און פראדוקציע, האט די עירליין געקענט מאכן א גוטע קאנטראקט אויף יעדע טייל עקסטער, ווייל אלע סופלייערס האבן געגעבן זייער נידריגסטע פרייז מעגליך אין אויסטויש פאר א קאנטראקט מיט באואינג, אזוי האט באואינג געקענט פראדוצירן די דרימליינער פאר א קליינע פראצענט פון די קאסטן וואס ס'וואלט געקאסט פאר זיי. א קאמפאני אין יאפאן האט געמאכט די פליגלען, א פירמע אין קארעא די ווינגטיפס, די טירן אין שוועדן און פראנקרייך א.א.וו., און באואינג האט גענוצט זייער ספעציעלע רידיזיינד 747 - די איקאנישע דרימליפטער - צאמצושלעפן אלע טיילן מארבע כנפות הארץ צו די אסעמבלי ליין אין וואשינגטאן סטעיט, וואו מ'האט עס צאמגעשטעלט אלס איין גרויסע פליגער.
א דיאגראם וואס צייגט פון וויפיל פלעצער מ'האט אלס צאמגעשלעפט די הויפט components פאר די דרימליינער
איך מיין אז די בראך פון אזא סטראטעגיע שרייט פון זיך אליין. זעענדיג די ליסטע פון א צאל קאמפאניס איבער אלע עקן וועלט וואס האבן נישט קיין שייכות איינער מיטן צווייטן און זייער איינציגסטע באקאנטשאפט אין דעם פראיעקט איז די ספעציפישע טיילן וואס מ'האט ביי זיי באשטעלט, פארשטייט יעדער בר דעת אז ס'איז א כמעט זיכערע זאך אז עפעס גייט דא גיין אנדערש ווי ס'דארף צו זיין. ס'קען דאך נישט זיין אז אזעלכע הייקעלע טיילן וואס ווערן צוזאמגשלעפט איטליכער פון אן אנדערן קאמפאני - וואס האבן זיך קיינמאל צווישן זיך אפילו נישט צאמגעזעצט אויף א געמיינזאמע געשפרעך - זאלן גלאטיג שטימען איינער מיטן צווייטן אן קיין היק. אודאי האט באואינג געטוהן דאס בעסטע צו אויסרעכענען קלאר אלע דעטאלן און מיקרא-דעטאלן פאר די פונקטליכע specifications פון די טיילן וואס זיי האבן באשטעלט, אבער וויפיל קאנטראל קען מען דען האבן אויף א באנדע שוואך-קוואליפיצירטע ארבעטער מעבר לים וועם באואינג פאר זיך וואלט קיינמאל נישט געהייערט, אבער אין די ראמען פון זייערע סופלייערס האבן זיי געטראפן גוטע שטעלעס. מיט אזא אויסשטעל איז א טעות כמעט אומפארמיידבאר. און דער 'כמעט' האט זיך דאסמאל נישט אריינגעמישט… פון טיילן וואס האבן נישט געשטימט איינע מיטן צווייטע, ביז בעטעריס וואס זענען ארויף אין פלאמען מיט אנדערע גרויסע און קליינע שטיינער אין וועג האט זיך די צוגעזאגטע דעליווערי דאטום געהאלטן אין איין אפרוקן, ביזן עווענטועל איז די ערשטע פליגער דעליווערד געווארן גאנצע דריי יאר שפעטער ווי פארגעזאגט, און די דעוועלאפמענט האט אפגעקאסט ביליאנען דאלארן מער ווי געשאצט! נישט נאר זענען די קאסטן אהערצושטעלן די 787 געווען אנטוישנד קעגן די אולטרא-נידריגע ציפער וואס באואינג עקזעקיוטיוון האבן געלייגט פארלאזנדיג זיך אויף די ביליגע outsourcing סטראטעגיע, נאר ס'איז העפטיג איבערגעשטיגן די קאסטן פון בויען א דרימליינער ביי זיך אינדערהיים אין די באואינג פעקטאריס! די outsourcing צוגאנג האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א הילכיגע דורכפאל! ס'מוז באמערקט ווערן אז כמעט יעדע גרויסע בוי-פראיעקט וועט ארייננעמען א געוויסע מאס פון outsourcing אין זיך, טיילמאל ווייל ס'איז א קליינע טייל וואס ס'לוינט נישט פאר די גרויסע מענופעקטשורער אליין זיך אפצוגעבן מיט אזא קליינע פארט, און אנדערע מאל ווייל ס'איז מער קאסט-עפעקטיוו. אבער דאס אז באואינג האט געגעבן ארום 70 פראצענט פון די טיילן פאר דרויסנדיגע ווענדארס, איז שוין געווען א ווילדע פרעצעדענטלאזע חידוש, שטעלנדיג באואינג אין די פאזיציע פון א פשוט'ע שלעפער וואס שלעפט צאם אלע טיילן און קלאפט זיי צוזאם איינער צום צווייטן.
נו, וועמענס געדאנק מיינט איר איז געווען צו גרינדן א גאנצע פראדזשעקט באזירט אויף די אומגעווענליך-גרויסע אוטסורסעריי? איר באקומט איין שאנס צו צוטרעפן... אודאי זענען דאס אונזערע אלט-באקאנטע פריינט, די הויפט ביזנעסלייט וועמען באואינג האט פאר טייער געלט אפגעקויפט פון מעקדאנעלד-דאגלעס!
אין די יארן איידער באואינג האט איבערגענומען MD, האט די אמאליגע באואינג-קאנקורענט פראבירט זייער מזל צו בויען א פליגער. פאר זיי איז יא געלונגען צו האלטן קאסטן נידריג דורך outsourcing, אבער קיין קונים האבן זיי נישט געהאט פאר זייער פראדוקט. במילא, יעצט ווען זיי האבן ערהאלטן די טשעלענדזש אינערהאלב זייער נייע קאמפאני באואינג, צו בויען א גוטע פליגער פאר ביליג, האבן זיי שוין געהאט די פאסיגע עצה גרייט אין בוזעם טעשל!
787 לאנג-טערמיניגע אפפעקט עווענטועל איז די קלינגעדיגע דרימליינער פראסק פארווישט געווארן מיט גוטע PR און עטליכע חידושים אין efficiency וואס ס'האט מיטגעברענגט. עירליינס זענען ממש געשטאנען אין די ליניע ווי אין א סאוויעטישע סופערמארקעט זיך בעטנדיג פאר א סלאט צו ארדערן די נייע פארגעשריטענע פליגער. נישט אז די קאמפאני האט ארויסגעקעשט אפילו האלב פון די געלט וואס זיי האבן געפלאנט צו פארדינען אויף דעם, אבער די פאפולערקייט האט עס גענוג ווייט גענומען אז ס'זאל פארן ווייטער און זיין אראפשלינגבאר. אבער צוויי "ריזיגע" - און איך מוז עס דריקן נאכאמאל "ריזיגע" - שינויים זענען אנטשטאנען דורכאויס די צייט וואס די דרימליינער פראיעקט האט פארנומען די קאפ און מח פון די באואינג הויפטן. 1) אונטער פרעשור פון שפעטע ארדערס און שרעק פון פארלירן קאסטומערס און אינוועסטארס, האבן די באואינג CEOס געהאלטן אין איין טרייבן ארויסצושטופן פליגער נאך פליגער פון די פעקטארי, ברענגענדיג מענעדזשערס פון אלע ראנגען צו לייגן פרעשור אויף די אונטער זיי, ביז צום פלענט ארבעטער וואס האט געדארפט נאכיאגן ארבעט אונטער נאכאנאנדע דרוק. 2) אין 2005 אינמיטן די הויכפונקט פון פילע דורכפאלן אין די 787 דעוועלאפמענט, איז די קאמפאני געלאפן נידריג אין קעש. נישט נאר האט באואינג געדארפט האבן געלט צו ווייטער פינאנצירן די געלט-גייציגע 787 פראדוקציע, נאר אויך האבן זיי געשפירט א דרוק פון אינוועסטארס אינדערצייט וואס די 787 אינוועסטמענט איז נישט געגאנגען ווי געפלאנט. אין יענעם צייט האט באואינג גענומען די היסטארישע שריט און פארקויפט א פלענט אין קענזעס וואו טיילן פון זייער 737 פליגערס זענען פראדוצירט געווארן, צו א גרופע אינוועסטירער. די אינוועסטארס האבן גענומען דעם פעקטארי און עס אפגעטיילט פון באואינג אלס א אומאפהענגיגע מענופעקטשורער פאר עראפלען parts, געבנדיג א נאמען פאר דעם נייעם פירמע (דראם-ראול....)Spirit AeroSystems!
די אפיס געביידע אויף די קענזעס פלענט פון ספיריט
ס'איז געווען אין פלאן צו זיין פערטיג מיט די גאנצע אנאליז נאך צוויי ארטיקלען, אבער די פראיעקט האט זיך פארצויגן און געגאנגען over budget... אבער אי"ה ביים קומענדיגן - ווארשיינליך קורצערן - שמועס וועט מען פארענדיגן מיטן דערציילן די פרטים פון די דריטע שריט פון באואינג וואס האט זיי געמאכט דורכפאלן, דורך וועלכע מיר וועלן פארשטיין פארוואס באואינג איז נישט יעצט אין א פאזיציע אין וועלכע זי קען זיך געבן א שנעלע קלויב צאם און גיין ווייטער. און פארשטייט זיך אז מ'וועט ברייטער צוריק קומען צו די ספיריט פעקטארי און נאך.
קורא יקר! ס'געדויערט "שעות" בלי גוזמא צו צאמנעמען תוכן און שרייבן אנאליזן\ארטיקלען, כדי איר זאלט פארשטיין און נהנה זיין! דער שרייבער וויל שפענדן נאך שעות פאר אייער הנאה, אבער וויאזוי וועט ער וויסן אויב איר האט האט ווירקליך הנאה געהאט צו ליינען זיין ווערק? נאר אויב איר וועט איבערלאזן א לייק און\אדער א קאממענט אויף דעם ארטיקל!
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
# “On Jan. 6, we had a great border. Nobody coming through, very few. On Jan. 6, we had an economy that was the best in the world. Our stock market was the best ever.”