Re: פליגעלעך - @רוממה
הונדערטע לעבנס, טויזנטע אפעקטירטע, ביליאנען דאלארן. איין שולדיגער!
באואינג'ס קולטור - א דורכפאל וואס האט נישט קיין גרינגע לעזונג
פראלאג
אין יאר 2018 און 2019 זענען פארגעקומען די צוויי בארימטע קראכן פון די באואינג 737 מעקס פליגער וואס האבן אינאיינעם אומגעברענגט 346 מענטשן. אויבנאויף האט עס אויסגעקוקט ווי אן איזאלירטע פראבלעם מיט א ספעציפישע טייל פון די עראפלאנ'ס קאנטראל סיסטעם, אבער ווען מ'האט אנגעהויבן אריינגראבן טיפער, האט מען זיך געטראפן מיט פיל א טיפערע פארהאנקערטע מוטשעניש ווי די טעכנישע גליטש וואס איז ערקלערט געווארן פאר די מאסן.
די "קולטור" פראבלעם - ווי עס ווערט באצייכנט ביי אסאך - אינערהאלב באואינג, איז נישט פארשוואונדן געווארן אין די לופטן אינאיינעם מיט די 737 מעקס פליגערס ווען זיי האבן ערהאלטן ווידער-ערלויבעניש צו פליען אין 2020, נאר האט פארגעזעצט ארויסצוגיסן פון די העכסטע אפיסעס אין די עקזעקיוטיוו אפטיילונגען פון די עראפלאן פראדוצירער, און פארשוועמען די פראדוקציע-שטאקן פון די באואינג פעקטאריס און זייערע סאב-קאנטראקטערס.
אט די שורש'דיגע פראבלעם איז שוין איינגעגעסן אין די קאמפאני אסאך יארן און וואלט שוין לאנג געדארפט געטוישט ווערן, אבער די צוקערלעך וואס באואינג האט געשלינגן מיט אפעטיט די לעצטערע יארן, האט זיי פארטייבט דעם דעת פון זוכן א טויש. אבער יעצט ווען די אלארם-גלעקל קלינגט שוין אזוי הויעך אז אפילו די פארטייבטע דערהערן דעם פארלאנג, איז די שווערסטע צייט עס צו קענען דורכפירן.
וועט באואינג האבן סוקסעס?
היסטאריע
כדי צו פארשטיין וואס האט געברענגט באואינג צו א שטאפל פון פארנאכלעסגקייט, ציווילע קלאגעס און קרימינאלע אויספארשונגען, דארפן מיר צוריקגיין צו די היסטאריע פון aerospace קאמפאניס בכלל, און באואינג בפרט.
אין די ערשטע יארן פון קאמערשל עראפלאן טרעוועל (צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה) זענען געווען א שיינע צאל קאמפאניס וואס האבן זיך געיאוועט צו אוועקשטעלן אלס די גרעסטע אין די מארקעט, ס'איז געווען א פרישע קאנצעפט וואס האט עס געמאכט ציענד פאר אינוועסטירער און פיאנערן, פונקט ווי די אינוועסטערס וואס זענען געווען עקסייטעד פאר קריפטאו און AI אין אונזערצייט.
אבער מיט די יארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז טראצדעם וואס ס'איז טאקע א ציענדע אינוועסטמענט, האבן נישט אלע געהאט די מעגליכקייט אהערצושטעלן אלעס וואס פעלט זיך אויס צו אנגיין אלס א פינאנציעל-געזונטע קאמפאני און אויך פראדוצירן גוטע פראדוקטן פאר די מארקעט. דאס האט געברענגט אז מערדזשערס און אויסקויפונגען אינערהאלב די Aerospace אינדוסטרי זאל זיין א רעאלאטיוו-אפטע ערשיינונג אין די ענדע 1900 יארן.
יעדע קאמפאני האט אסאך אפטיילונגען, צ.ב. פראדאקשן, סעילס, אקאונטינג, ליגעליטיס און נאך, און ס'איז די ארבעט פון די עקזעקיוטיווע איינגעשטעלטע אוועקצושטעלן א סטאבילע באלאנס צווישן אלע אפטיילונגען, אז יעדע איינע זאל באקומען די נויטיגע אטענטשן וואס ס'דארף. אבער אויב איז דאס ריכטיג ביי יעדע קאמפאני, איז עס פי כמה ביי עראפלאן מענופעקטשורערס וואס האבן א פיל פיל גרעסע scale פון אפעראציעס אין יעדע אפטיילונג באזונדער, און די טשעלענדזש טייטשט זיך איבער אויף סך א גרעסערע פארנעם.
וועגן דעם איז פארשטענדליך אז ס'זענען געווען אסאך וואס האבן פראבירט און דורכגעפאלן זיך אריינצודרייען אין די ליין, אבער די תוצאות זענען טיילמאל געווען גאנץ געוואונטשענע, ווען יעדע קאמפאני האט געברענגט צום טיש זיינע מעלות, און אלס איין גרויסע עקזעקיוטיוו טיעם האט מען געקענט גיין פאראויס שטערקער און בעסער.
באואינג היסטאריע
באואינג האט זיך געגרינדעט אין 1916, און איז אויך אריבער פארשידענע גלגולים פון ווערן צאמגעשמאלצן און צושפלינטערט עטליכע מאל. אבער די מערדזשער אויף וועלכע מיר דארפן לייגן געוויכט, איז די גרעסטע און לעצטע צאמשטעל פון די באואינג און די מעקדאנעלד-דאגלעס קאמפאניס אין 1997.
מעקדאנעלד-דאגלעס (אין קורצן MD) איז געווען א עירקרעפט פראדוצירער (אויך א צאמשטעל פון עטליכע קאמפאניס) און א קאמפעטישן פאר באואינג, אבער אינדערצייט וואס די קאמפאני איז געווען גוט אוועקגעשטעלט אין די אינערליכע קארידארן, האבן זיי אבער נישט ערצייגט קיין געלונגענע פליגערס וואס זאלן ציען קאסטומערס אויף א ערנסטע שטאפל.
ביי באואינג איז די מעשה געגאנגען פונקט קאפויער, זיי האבן געלייגט גוטע פליגערס אויפן שעלף צום פארקויפן, אבער די פינאנציעלע רעכענונגען פאר קעש-פלוס און ווייטערע אינוועסטירונגען איז עפעס נישט געווען גוט עסטעבלישד.
אין אנהייב 1990 ווען איינער האט זיך געלאזט הערן אז דאס קוקט אויס ווי א גוטע בעל התל ובעל החריץ סיטואציע איז עס געווארן ערנסט באטראכט דורך ביידע זייטן, ביז אין 1997 ווען מ'האט געטרינקען א לחיים אויפן אויסקויף וואו די צוויי קאמפאניס האבן זיך צאמגעשטעלט והיו לבשר אחד!
די סיבה פארוואס מ'האט געלאזט די נאמען פון באואינג אן קיין זכר פון MD, איז ווייל די ברענד האט גע'שם'ט אלס א בעסערע מער טראסטבארע מענופעקטשורער אויפן גאס.
אויבנאויף איז עס געווען א גוטע דיעל פאר ביידע צדדים. ווי געשריבן אויבן האבן אסאך מערדזשערס זיך אויסגעשטעלט צו זיין א שילוב פון איטליכנס מעלות, אזוי וואלט באואינג טאקע געקענט אויסנוצן די פאטענציאל פון די מערדזשער צו שטייגן נאך בעסער, דורכן צאמברענגען די עקספערטיז פון זייערע לאנגיערעיגע געשולטע אינדזשענירן, אונטערגעשטיצט מיט א בעסערע סדר אין די אפיסעס דורך די געלונגענע מעקדאנעלד-דאגלעס עקזעקיוטיווס.
אבער אנשטאט ווערן איין טיעם מיט א געמיינזאמע ציהל, איז עס געווארן א אגענדע-קאנפליקט צווישן די נייע פארפאלק, גענצליך טוישנדיג די אטמאספער פון די קאמפאני אויף לאנגע יארן.
אבער כדי צו פארשטיין בעסער, לאמיר זיך באקענען מיט די הויפט-קערעקטער אין די געשיכטע, א מאן מיטן נאמען Harry Stonecipher.
די לאגא פון די מעקדאנעלד-דאגלעס קאמפאני וועמען באואינג האט איינגעשלונגען
העררי סטאונסייפער
מר. סטאונסייפער איז געווען א לאנגיעריגע הויפט-איינגעשטעלטער אין די MD קאמפאני, זיצנדיג אויף די CEO פאזיציע פון 1994 ביז די צאמשטעל מיט באואינג אין 1997.
ווען פון די צוויי קאמפאניס איז געווארן איינס, האט מען אים געלייגט ביי א הויכע פאזיציע אין די פירערשאפט ביז צו זיין רעטייערמענט אין 2002. אבער אין ענדע 2003 האט מען אים גערופן אויף א עמערדזשענסי קאל איבערצונעמען די CEO פאזיציע פון באואינג, נאך וואס די דעמאלטסדיגע CEO האט רעזיגנירט צוליב א סקאנדאל אויפגעדעקט אז ער האט געאפפערט א גוטע שטעלע אין באואינג פאר אן עירפארס איינגעשטעלטער אין אויסטויש פארן רוקן פאראויס א קאנטראקט מיט די דעפענס דעפארטמאנט.
סטאונסייפער איז טאקע ארויסגעקראכן פון אונטער די באקוועמע רעטייערמענט דאכענע אונטער די הכרח פון אן עמערדזשענסי, אבער ער איז אנגעקומען מיטן גאנצן אייפער און גרויסע וויזיעס ווי כאילו ער איז אריינגעשטעלט געווארן אונטער געווענליכע אומשטענדן.
ווען סטאונסייפער האט זיך געזעצט אויפן העכסטן בענקל אין באואינג, האט זיך די פארעם פון די קאמפאני שוין היפש געהאט געטוישט. ווי געזאגט, האט MD געברענגט גוטע אקאונטענטס און מסודר'דיגע אפיס-פירערס, און זיי האבן דורכגעפירט אסאך טוישונגען צו מאכן די קאמפאני מער צאמגעקליבן פון זייער פערספעקטיוו, לייגנדיג מער פאקוס אויף ציפערן און אקאונטינג ווי אויף אינדזשענירונג און דעוועלאפמענט.
ווי געוועזענע אינדזשענירן פון יענסצייט דערציילן, האט זיך קלאר געשפירט א דראסטישע טויש אין די פעקטארי אפטיילונגען ווען די MD עקזעקיוטיוון האבן אנגעהויבן באקומען רשות הדיבור ביי די מיטינגען אין די HQ. זיי האבן געשפירט ווי זייער וויזיעס ווערן פארטונקלט דורך ביזנעסלייט וואס האבן קנאפע געהירן צו מיטהאלטן הסברים איבער לאנג-פארצויגענע ריסוירטש און דעוועלאפמענט, נאר ווילן ענדערש דרייען ריסורסעס צו די מאמענטאלע אקטיוויטעטן ביי די מאשינען אין די פלענטס.
איינע פון די בולט'דיגע טוישונגען זענען געווען צו רוקן די באואינג הויפטקוואטירן פון סיאטעל, וואשינגטאן, קיין שיקאגאו, אילינאו. די טויש אין לאקאציע האט בעסער געשטימט מיט די וויזיע פון א בעסערע קאראפארעט סטראקטשער, אבער ס'האט געשאפן א פיזישע דערווייטערונג צווישן די פלענטס וואו די פליגערס ווערן אויסגעפלאנט און פראדוצירט און די אפיסעס וואס דארפן האלטן די נויטיגע איבערזיכט אויף די ארבעט.
ס'דארף באמערקט ווערן, אז כאטש וואס אסאך פון די פונדאמענטאלע טוישונגען זענען נישט פארגעקומען דירעקט אונטערן זייגער פון א סטאונסייפער CEO, אבער דאך האט העררי אויך געהאט א גרויסע פאזיציע אין באואינג פון די מערדזשער ביז זיין ערשטע רעטייערמענט אין 2002, און אסאך בייגעשטייערט צו די א.ג. שיפט אינערהאלב באואינג.
אבער מיט די אנקום פון העררי אויף די העכסטע שטעלע איז די טויש נאך מער איינגעגעסן געווארן, און ער האט נאך מער פארברייטערט פארשידענע פאליסיס אויף דעם טאון. דאס האט פארווישט די אפדרוקן פון טאקע-אומגעפלאסטערטע אבער וויכטיגע שטעגעלעך אויף וועלכע מ'דארף פארן כדי צו דערגרייכן לאנג-טערמיניגע סוקסעס, און אנשטאט האט עס אויסגעפלאסעטערט נייע באקוועמע שטראזן אויף וועלכע די קאמפאני האט געקענט האבן א גרינגע און שנעלע רייזע צו דיזעסטער.
די אריינגאנג צו די (גערוקטע) באואינג הויפטקוואטירן אין שיקאגאו
אין קומענדיגן שמועס וועלן מיר אי"ה פארציילן איבער די דריי הויפט אונטערנעמונגען וואס העררי סטאונסייפער און זיינע נאכפאלגער האבן געשטופט מיט זייער ביזנעס-וויזיע אגענדע, און די דריי פראיעקטן האבן כמעט-דירעקט אפעקטירט די לאנג-יעריגע דורכפאל פון באואינג, און די מיסברויכן אין די 737 מעקס פראגראם. ווי אויך וועלן מיר פארענדיגן די אנאליז מיט די צוויי הויפט פונקטן וואס באואינג דארף פארבעסערן זיך צוריקצוכאפן.
קורא יקר! ס'געדויערט "שעות" בלי גוזמא צו צאמנעמען תוכן און שרייבן אנאליזן\ארטיקלען, כדי איר זאלט פארשטיין און נהנה זיין! דער שרייבער וויל שפענדן נאך שעות פאר אייער הנאה, אבער וויאזוי וועט ער וויסן אויב איר האט האט ווירקליך הנאה געהאט צו ליינען זיין ווערק? נאר אויב איר וועט איבערלאזן א לייק און\אדער א קאממענט אויף דעם ארטיקל!