פליגעלעך - @רוממה (פליגעלעך #2 ארויף!)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

באואינג’ס דורכפאל.jpg
באואינג’ס דורכפאל.jpg (69.7 KiB) געזען 1444 מאל

הונדערטע לעבנס, טויזנטע אפעקטירטע, ביליאנען דאלארן. איין שולדיגער!
באואינג'ס קולטור - א דורכפאל וואס האט נישט קיין גרינגע לעזונג

פראלאג
אין יאר 2018 און 2019 זענען פארגעקומען די צוויי בארימטע קראכן פון די באואינג 737 מעקס פליגער וואס האבן אינאיינעם אומגעברענגט 346 מענטשן. אויבנאויף האט עס אויסגעקוקט ווי אן איזאלירטע פראבלעם מיט א ספעציפישע טייל פון די עראפלאנ'ס קאנטראל סיסטעם, אבער ווען מ'האט אנגעהויבן אריינגראבן טיפער, האט מען זיך געטראפן מיט פיל א טיפערע פארהאנקערטע מוטשעניש ווי די טעכנישע גליטש וואס איז ערקלערט געווארן פאר די מאסן.
די "קולטור" פראבלעם - ווי עס ווערט באצייכנט ביי אסאך - אינערהאלב באואינג, איז נישט פארשוואונדן געווארן אין די לופטן אינאיינעם מיט די 737 מעקס פליגערס ווען זיי האבן ערהאלטן ווידער-ערלויבעניש צו פליען אין 2020, נאר האט פארגעזעצט ארויסצוגיסן פון די העכסטע אפיסעס אין די עקזעקיוטיוו אפטיילונגען פון די עראפלאן פראדוצירער, און פארשוועמען די פראדוקציע-שטאקן פון די באואינג פעקטאריס און זייערע סאב-קאנטראקטערס.
אט די שורש'דיגע פראבלעם איז שוין איינגעגעסן אין די קאמפאני אסאך יארן און וואלט שוין לאנג געדארפט געטוישט ווערן, אבער די צוקערלעך וואס באואינג האט געשלינגן מיט אפעטיט די לעצטערע יארן, האט זיי פארטייבט דעם דעת פון זוכן א טויש. אבער יעצט ווען די אלארם-גלעקל קלינגט שוין אזוי הויעך אז אפילו די פארטייבטע דערהערן דעם פארלאנג, איז די שווערסטע צייט עס צו קענען דורכפירן.
וועט באואינג האבן סוקסעס?

היסטאריע
כדי צו פארשטיין וואס האט געברענגט באואינג צו א שטאפל פון פארנאכלעסגקייט, ציווילע קלאגעס און קרימינאלע אויספארשונגען, דארפן מיר צוריקגיין צו די היסטאריע פון aerospace קאמפאניס בכלל, און באואינג בפרט.

אין די ערשטע יארן פון קאמערשל עראפלאן טרעוועל (צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה) זענען געווען א שיינע צאל קאמפאניס וואס האבן זיך געיאוועט צו אוועקשטעלן אלס די גרעסטע אין די מארקעט, ס'איז געווען א פרישע קאנצעפט וואס האט עס געמאכט ציענד פאר אינוועסטירער און פיאנערן, פונקט ווי די אינוועסטערס וואס זענען געווען עקסייטעד פאר קריפטאו און AI אין אונזערצייט.
אבער מיט די יארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז טראצדעם וואס ס'איז טאקע א ציענדע אינוועסטמענט, האבן נישט אלע געהאט די מעגליכקייט אהערצושטעלן אלעס וואס פעלט זיך אויס צו אנגיין אלס א פינאנציעל-געזונטע קאמפאני און אויך פראדוצירן גוטע פראדוקטן פאר די מארקעט. דאס האט געברענגט אז מערדזשערס און אויסקויפונגען אינערהאלב די Aerospace אינדוסטרי זאל זיין א רעאלאטיוו-אפטע ערשיינונג אין די ענדע 1900 יארן.
יעדע קאמפאני האט אסאך אפטיילונגען, צ.ב. פראדאקשן, סעילס, אקאונטינג, ליגעליטיס און נאך, און ס'איז די ארבעט פון די עקזעקיוטיווע איינגעשטעלטע אוועקצושטעלן א סטאבילע באלאנס צווישן אלע אפטיילונגען, אז יעדע איינע זאל באקומען די נויטיגע אטענטשן וואס ס'דארף. אבער אויב איז דאס ריכטיג ביי יעדע קאמפאני, איז עס פי כמה ביי עראפלאן מענופעקטשורערס וואס האבן א פיל פיל גרעסע scale פון אפעראציעס אין יעדע אפטיילונג באזונדער, און די טשעלענדזש טייטשט זיך איבער אויף סך א גרעסערע פארנעם.
וועגן דעם איז פארשטענדליך אז ס'זענען געווען אסאך וואס האבן פראבירט און דורכגעפאלן זיך אריינצודרייען אין די ליין, אבער די תוצאות זענען טיילמאל געווען גאנץ געוואונטשענע, ווען יעדע קאמפאני האט געברענגט צום טיש זיינע מעלות, און אלס איין גרויסע עקזעקיוטיוו טיעם האט מען געקענט גיין פאראויס שטערקער און בעסער.

באואינג היסטאריע
באואינג האט זיך געגרינדעט אין 1916, און איז אויך אריבער פארשידענע גלגולים פון ווערן צאמגעשמאלצן און צושפלינטערט עטליכע מאל. אבער די מערדזשער אויף וועלכע מיר דארפן לייגן געוויכט, איז די גרעסטע און לעצטע צאמשטעל פון די באואינג און די מעקדאנעלד-דאגלעס קאמפאניס אין 1997.
מעקדאנעלד-דאגלעס (אין קורצן MD) איז געווען א עירקרעפט פראדוצירער (אויך א צאמשטעל פון עטליכע קאמפאניס) און א קאמפעטישן פאר באואינג, אבער אינדערצייט וואס די קאמפאני איז געווען גוט אוועקגעשטעלט אין די אינערליכע קארידארן, האבן זיי אבער נישט ערצייגט קיין געלונגענע פליגערס וואס זאלן ציען קאסטומערס אויף א ערנסטע שטאפל.
ביי באואינג איז די מעשה געגאנגען פונקט קאפויער, זיי האבן געלייגט גוטע פליגערס אויפן שעלף צום פארקויפן, אבער די פינאנציעלע רעכענונגען פאר קעש-פלוס און ווייטערע אינוועסטירונגען איז עפעס נישט געווען גוט עסטעבלישד.
אין אנהייב 1990 ווען איינער האט זיך געלאזט הערן אז דאס קוקט אויס ווי א גוטע בעל התל ובעל החריץ סיטואציע איז עס געווארן ערנסט באטראכט דורך ביידע זייטן, ביז אין 1997 ווען מ'האט געטרינקען א לחיים אויפן אויסקויף וואו די צוויי קאמפאניס האבן זיך צאמגעשטעלט והיו לבשר אחד!
די סיבה פארוואס מ'האט געלאזט די נאמען פון באואינג אן קיין זכר פון MD, איז ווייל די ברענד האט גע'שם'ט אלס א בעסערע מער טראסטבארע מענופעקטשורער אויפן גאס.
אויבנאויף איז עס געווען א גוטע דיעל פאר ביידע צדדים. ווי געשריבן אויבן האבן אסאך מערדזשערס זיך אויסגעשטעלט צו זיין א שילוב פון איטליכנס מעלות, אזוי וואלט באואינג טאקע געקענט אויסנוצן די פאטענציאל פון די מערדזשער צו שטייגן נאך בעסער, דורכן צאמברענגען די עקספערטיז פון זייערע לאנגיערעיגע געשולטע אינדזשענירן, אונטערגעשטיצט מיט א בעסערע סדר אין די אפיסעס דורך די געלונגענע מעקדאנעלד-דאגלעס עקזעקיוטיווס.
אבער אנשטאט ווערן איין טיעם מיט א געמיינזאמע ציהל, איז עס געווארן א אגענדע-קאנפליקט צווישן די נייע פארפאלק, גענצליך טוישנדיג די אטמאספער פון די קאמפאני אויף לאנגע יארן.
אבער כדי צו פארשטיין בעסער, לאמיר זיך באקענען מיט די הויפט-קערעקטער אין די געשיכטע, א מאן מיטן נאמען Harry Stonecipher.

די לאגא פון די מעקדאנעלד-דאגלעס קאמפאני וועמען באואינג האט איינגעשלונגען
בילד


העררי סטאונסייפער
מר. סטאונסייפער איז געווען א לאנגיעריגע הויפט-איינגעשטעלטער אין די MD קאמפאני, זיצנדיג אויף די CEO פאזיציע פון 1994 ביז די צאמשטעל מיט באואינג אין 1997.
ווען פון די צוויי קאמפאניס איז געווארן איינס, האט מען אים געלייגט ביי א הויכע פאזיציע אין די פירערשאפט ביז צו זיין רעטייערמענט אין 2002. אבער אין ענדע 2003 האט מען אים גערופן אויף א עמערדזשענסי קאל איבערצונעמען די CEO פאזיציע פון באואינג, נאך וואס די דעמאלטסדיגע CEO האט רעזיגנירט צוליב א סקאנדאל אויפגעדעקט אז ער האט געאפפערט א גוטע שטעלע אין באואינג פאר אן עירפארס איינגעשטעלטער אין אויסטויש פארן רוקן פאראויס א קאנטראקט מיט די דעפענס דעפארטמאנט.
סטאונסייפער איז טאקע ארויסגעקראכן פון אונטער די באקוועמע רעטייערמענט דאכענע אונטער די הכרח פון אן עמערדזשענסי, אבער ער איז אנגעקומען מיטן גאנצן אייפער און גרויסע וויזיעס ווי כאילו ער איז אריינגעשטעלט געווארן אונטער געווענליכע אומשטענדן.
ווען סטאונסייפער האט זיך געזעצט אויפן העכסטן בענקל אין באואינג, האט זיך די פארעם פון די קאמפאני שוין היפש געהאט געטוישט. ווי געזאגט, האט MD געברענגט גוטע אקאונטענטס און מסודר'דיגע אפיס-פירערס, און זיי האבן דורכגעפירט אסאך טוישונגען צו מאכן די קאמפאני מער צאמגעקליבן פון זייער פערספעקטיוו, לייגנדיג מער פאקוס אויף ציפערן און אקאונטינג ווי אויף אינדזשענירונג און דעוועלאפמענט.
ווי געוועזענע אינדזשענירן פון יענסצייט דערציילן, האט זיך קלאר געשפירט א דראסטישע טויש אין די פעקטארי אפטיילונגען ווען די MD עקזעקיוטיוון האבן אנגעהויבן באקומען רשות הדיבור ביי די מיטינגען אין די HQ. זיי האבן געשפירט ווי זייער וויזיעס ווערן פארטונקלט דורך ביזנעסלייט וואס האבן קנאפע געהירן צו מיטהאלטן הסברים איבער לאנג-פארצויגענע ריסוירטש און דעוועלאפמענט, נאר ווילן ענדערש דרייען ריסורסעס צו די מאמענטאלע אקטיוויטעטן ביי די מאשינען אין די פלענטס.
איינע פון די בולט'דיגע טוישונגען זענען געווען צו רוקן די באואינג הויפטקוואטירן פון סיאטעל, וואשינגטאן, קיין שיקאגאו, אילינאו. די טויש אין לאקאציע האט בעסער געשטימט מיט די וויזיע פון א בעסערע קאראפארעט סטראקטשער, אבער ס'האט געשאפן א פיזישע דערווייטערונג צווישן די פלענטס וואו די פליגערס ווערן אויסגעפלאנט און פראדוצירט און די אפיסעס וואס דארפן האלטן די נויטיגע איבערזיכט אויף די ארבעט.
ס'דארף באמערקט ווערן, אז כאטש וואס אסאך פון די פונדאמענטאלע טוישונגען זענען נישט פארגעקומען דירעקט אונטערן זייגער פון א סטאונסייפער CEO, אבער דאך האט העררי אויך געהאט א גרויסע פאזיציע אין באואינג פון די מערדזשער ביז זיין ערשטע רעטייערמענט אין 2002, און אסאך בייגעשטייערט צו די א.ג. שיפט אינערהאלב באואינג.
אבער מיט די אנקום פון העררי אויף די העכסטע שטעלע איז די טויש נאך מער איינגעגעסן געווארן, און ער האט נאך מער פארברייטערט פארשידענע פאליסיס אויף דעם טאון. דאס האט פארווישט די אפדרוקן פון טאקע-אומגעפלאסטערטע אבער וויכטיגע שטעגעלעך אויף וועלכע מ'דארף פארן כדי צו דערגרייכן לאנג-טערמיניגע סוקסעס, און אנשטאט האט עס אויסגעפלאסעטערט נייע באקוועמע שטראזן אויף וועלכע די קאמפאני האט געקענט האבן א גרינגע און שנעלע רייזע צו דיזעסטער.


די אריינגאנג צו די (גערוקטע) באואינג הויפטקוואטירן אין שיקאגאו
בילד


אין קומענדיגן שמועס וועלן מיר אי"ה פארציילן איבער די דריי הויפט אונטערנעמונגען וואס העררי סטאונסייפער און זיינע נאכפאלגער האבן געשטופט מיט זייער ביזנעס-וויזיע אגענדע, און די דריי פראיעקטן האבן כמעט-דירעקט אפעקטירט די לאנג-יעריגע דורכפאל פון באואינג, און די מיסברויכן אין די 737 מעקס פראגראם. ווי אויך וועלן מיר פארענדיגן די אנאליז מיט די צוויי הויפט פונקטן וואס באואינג דארף פארבעסערן זיך צוריקצוכאפן.


קורא יקר! ס'געדויערט "שעות" בלי גוזמא צו צאמנעמען תוכן און שרייבן אנאליזן\ארטיקלען, כדי איר זאלט פארשטיין און נהנה זיין! דער שרייבער וויל שפענדן נאך שעות פאר אייער הנאה, אבער וויאזוי וועט ער וויסן אויב איר האט האט ווירקליך הנאה געהאט צו ליינען זיין ווערק? נאר אויב איר וועט איבערלאזן א לייק און\אדער א קאממענט אויף דעם ארטיקל!
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום דאנערשטאג מארטש 28, 2024 4:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2392
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

Wow זייער שיין באשריבן. א גרויסן ישר כח @רוממה גיי ווייטער אן מיט דיינע הערליכע באריכטן און ארטיקלען איך באלעק מיך דערמוט, איך גלייך זייער שטארק אוויאציע.
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 5:10 am
פליגעלעך #1



נאר אויב איר וועט איבערלאזן א לייק און\אדער א קאממענט אויף דעם ארטיקל!
א לייק איז נישט גענוג פאר אזא ארבייט.

סאיז זיייער אינטרעסאנט מקוקמיר ארויס אויף ווייטער
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

ישר כח! געליינט זייער הנאה געהאט.


#אוויאציע
#היסטאריע
#ביזנעס פירערשאפט
#געשמאק גוטע שפראך
#ציענד
#אינטערסאנט
מיט א רואיגקייט
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זייער שטארק הנאה געהאט פון דער רייכן ארטיקל, גיי אן ווייטער
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

יישר כח @רוממה . הערליך!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9212
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך זיך א בעסערע אויסדריק ווי א דאנק!

וואט עי מעסטער פיעס שרייבעריי??!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

וואף!! @רוממה !!

ישר כח
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
עלעקטריק טעיפ
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 3:01 pm

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלעקטריק טעיפ »

א ריזיגן יישר כח @רוממה , ממש א געשמאק צי ליינען דיינע ווערק.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

Wow @רוממה !!

געליינט אין איין אטעם!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

אנבעליוועבעל ארבעט.
ווזוי זאגט מען WOW אין יודיש (יצחק עקשטיין)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15627
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך האב פוטערפליגן אינעם מאגן נאך אזא הויעכפליענדער אנפאנג!
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

WOW
א ריזן דאנק!!!
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

Wow
געשמאק בא'טעמט זאפטיג !!!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »


נעקסט לעוועל! מ'ווארט'מיר ארויס אויף נאך.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
קאריקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:43 pm

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאריקא »


wowow מדארף דעיס קענען שרייבן!!!! שכוח!!
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

קעמיר קוים ווארטן אויף די המשך.

וואס איז די עיקר נקודה וואס ווערט דא אויסגעשמועסט ? אז ס'ווערט געשאפן א ריחוק צווישן די קארפארעיט באלעבאטי''ם וואס פארלייגן זיך מער אויף די באטעם ליין מיט די עקטשועל פלענט ארבעטער ?
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

זייער הנאה געהאט!

א גרויסן דאנק פאר אלעם
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

מאסיוו! א לייק איז ווייט ווייט נישט גענוג!
@רוממה נאדיר א פולע שורה מיט גרינע

אונז האפן מיר דאס וועט זיין גענוג אלס א דעפאזיט פאר א המשך...
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9250
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

Wow! אויף אזא לאנגס און ברייטס, און בעיקר אזוי רייך באיכות ובכמות, האבן מיר זיך שוין בכלל נישט געראכטן!

א ריכטיגע מעסטער פיעס!!!!

און ווי אלע אנדערע ליינער האבן שוין ערווענט איז א פשוט'ע לייק ווייט ווייט נישט גענוג צו ארויסברענגען דעם ריכטיגן דאנק און הכרת הטוב פארן צושטעלן אזא געשמאקן מלא תוכן'דיגע באשרייבונג.

און טאקע א בקשה אויף ווייטער אויך, ביטע לאז אונז נישט הענגן ביי די פליגעלעך אין די לופטן... דארט בשמי מ'רוממ'ות קל בגרונם.. בלייבן שטעקן ביים האלז... נאר באגלייט אונז ווייטער לאורך כל הדרך, אויף די גאנצע לאנגע פלי-רייזע, ביז דו מיט דיינע געלונגענע פילאט'ישע פראפעסיאנאליזם וועסט אונז לאנדן זיכערערהייט פולי-לאודעד און אנגעסטאקט מיט אלע סארטן הימלישע אינפארמאציע וואס איז נאר פארהאן.
---
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

Wowwowowow!!!!!!!!!!!!!!!!!!!ץ

ממש נישטא קיין ווערטער!

זעמיר יעצט ביים ערשטן סטאפ, לאמיר האפן מ’וועט שנעל קענען כאפן דעם נעקסטן פלייט...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

זייער שיין צוזאם גענומען און אפגעשריבן..

ייש"כ @רוממה .
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
ציפור דרור
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2023 11:37 pm

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפור דרור »

יישר כח!! @רוממה
Wow מייסטער ווערק!!!
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5026
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

@רוממה ביי אונז אין אמעריקא זאגט מען אזא צייט ׳יו נעילד איט!׳

מיר קוקן ארויס אויף חלק ב׳
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: פליגעלעך - @רוממה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

Thanx @ רוממה
איך ווער משוגה פאר דיין שפראך, און יא אויך פאר דעי היסטארי וואס די האסט אזוי שיין צאמגענומען.

א מעשה פון כמעט הונדערט יאר, אין עטליכע פאראגראפן..

קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”