פליגעלעך - @רוממה (פליגעלעך #3 ארויף!)
א גוטן,
ס'איז מיר א פארגעניגן צו פרעזענטירן א נייע ווינקעלע מיטן נאמען "פליגעלעך", וואו איר וועט האבן א געלעגנהייט צו באקומען א ברייטערע פארשטאנד אין פארשידענע דעטאלן אנבאלאנגט עראפלאנען, לופטפעלדער, לופטליניעס און נאך אספעקטן פון אוויאציע.
איך האב אנגעהויבן מיט א צייט צוריק צו מעלדן נייעסער איבער אוויאציע אין די דעזיגנירטע אשכול, און עס איז אויפגענומען געווארן דורך א צאל מעמבערס מיט אפענע אויערן. אבער טיילמאל וואלט געשמאק געווען צו אויסשמועסן א זאך אביסל ברייטער, ענליך צו א פולע אנאליז, אבער ס'איז נישט די פלאץ דערפון אין יענעם אשכול. אלזא, וועלן מיר נוצן דעם ווינקל אלס די טערמינאל פון וואו מיר לאזן זיך ארויס צו ווייטערע דעסטינאציעס אינעם וועלט פון פליגערס והמסתעף.
איך וועל זיך בעז"ה משתדל זיין ארויפצולייגן ארטיקלען מיט א געוויסע קביעות, כדי צו האלטן די זאך פריש און אינטערעסאנט.
ס'איז כדי אנצומערקן, אז די מציאות ווייזט אז אסאך מאל ווען מ'לאזט זיך ארויס אויפן וועג צו א אוויאציע שמועס, טרעפט מען זיך אומווילנדיג מאכן א פארצויגענע layover אין א שמועס פון א פרעמדע נושא, ווייל די אפעראציעס אינערהאלב עירפארטס\עירליינס, נעמען אריין א געוואלד פון לאגיסטישע פרטים וואס זענען לאו דוקא פארבינדן בלויז מיטן עצם פליען. וועגן דעם, וועלן איר מיך ווארשיינליך טיילמאל טרעפן מאכן א לאנגס און א ברייטס איבער א - אויבנאויף - unrelated topic, אבער צום סוף וועט עס זיין אינטערעסאנט צו קענען-לערנען אלס א הקדמה אדער אויספיר פון א אוויאציע נושא.
ווי אויך וואלט איך געוואלט אויסשמועסן, אז איך ווער אסאך מאל פארפלאנטערט ארויסצוברענגען א זאך באריכות, ווייל מיין טאלאנט פון שרייבן ווערט צורינען ערגעצוואו אינמיטן א לאנגע ארטיקל. וועגן דעם נוץ איך אסאך מאל די מעטעד פון אפשרייבן די ווערטער ווי כאילו מ'רעדט עס אין א רעקארדירונג (למשל אויף א קול מבשר שמועס), און אזוי איז עס גרינגער. וועגן דעם, אויב זעהט איר אמאל א זאץ איז אומפארשטענדליך, פרובירט עס איבערצוזאגן מיט די מויל, און ס'וועט זיך מעגליך לעזן.
איידערן שליסן די איינשווערונגס דרשה, וועל איך בעטן אז אויב איינער באזיצט א כשרון אין גראפיקס און איז גרייט א טובה טוהן פאר דעם ווינקעלע צאמצוקלאפן א שענערע עפענונג ווי די אומבאלומפערטע מאלעריי וואס איך האב געלייגט אויבן (ס'וועט בעז"ה פיגורירן העכער יעדע ארטיקל) וועל איך - און די צופרידענע ליינער - אים זייער מכיר טובה זיין.
א גרינגע רייזע!