Re: א שטאט פון לענדמארקס וויליאמסבורג יצ"ו
לענדמארקס יז סך סך א שווערערע עידזשענסי אראפצונעמען זייערע וויאלעשנס. זייעע ווייאלעישנס קאסטן ניטאמאל געלט אבער עס קומט ארויף אויף פובליק רעקארדס און אויב איינער דארף דילען מיט דעם צו ווייל מען דארף קלאוזען צו ווייל מען דארף א סי או צו מען וויל פארקויפן איז עס א היבשער גיהנום.למעשה גערעדט האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 21, 2024 11:40 pmאין גאנץ וויליאמסבורג בויעט מען דאך אין גרויסן אן פערמיטס און כל מה שלבו חפץ , וואס גייט דא זיין אנדערש? לויט די זאונינג קענסטו נישט בויען קיין סך ,נאר אז די בויעסט נישט לעגאל אזוי ווי גאנץ אלט וויליאמסבורגGevald Geshrigen האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 21, 2024 11:34 pmדי נושא איז פשוט
אינעם געגנט פון ווילאבי און הארט איז דא א שטח וואו אידן האבן זיך אנגעהויבן אריינצוען און די יעצטיגע דארטיגע אידן ליבהאבערס האלטן אז עס פאסט נישט פאר א אידישע משפחה דארט צו וואוינען און אז עס איז בעסער פאר די אידישע בעלי בתים צו זוכען גליקן וואו עס איז מער צוגעפאסט פאר אידישע משפחות
נישט ווייט פון דארט איז געווען א בילדינג וואס איז אמאל געווען/אויסגעקוקט ווי א תיפלה און די דארטיגע גלויביגע האבן זייער שטארק געוואלט בלייבן מיט יענעם שיינעם בילדינג צו האבןן א באקועמע שיינע פלאץ צו רייכערן געווירצן וכדומה
עס איז געווען א לענגערע רייבעריי צווישן די שכנים און דעם בעל הבית פון יענעם בנין און די וואוילטעטיגע שכנים האבן פרוירט מיט גוטן און מיט בייזן אים אפצוהאלטן פון אראפווארפן יענעם תיפלה אויסזעהנדן בנין
למעשה מיט עטליכע וואכן צוריק איז דער בעל הבית געקומען מיט מאשינען און אראפגעקנאקט דעך בנין איינס צוויי וואס האט ארויפגעברענגו דעם גרימצארן פון מענטשן אין דעם געגנט און האבן לכבוד דעם אריינגעמישט פאליטשנס אז מען קען דאך נישט לאזן הערליכע בילדינגס זאל קומען איינער און אראפווארפן שיינע בילדינגס פון איין ינוט צום צווייטן און אזא זאך איז כולא עלמא מודי עס טאר זיך נישט איבערשפילן נאכאמאל
די זעלבע גוטהארציגע שכנים האבן אידענטיפיצירט אז ביי ווילאבי/הארט איז דא בערך צוויי בלאק ווי עס איז דא אזעלכע יקרי המציאות'דיגע שיין אויסזעהענדע אוין פארכאפנדע בנינים און דעריבער זאל מען ווי אמשנעלסטן דעזיגנירן אז די בלאקס פאלן אריין אונטער לענדמארק סאטוס דאס מיינט אז די געגנט האט אין זיך א ספעציעלע ווערט אויף די בילדינגס פראנט און דעם געגנט ארום
אויב עס באקומט דעם לענדמארק סטאטוס ווערט א יעדע איינציגע אפליקעשן וואס ווערט אריינגעגעבן צום בילדינג דעפארמענט אויך פונקט אזוי אריינגעגעבן צו דעם לענדמארק אפיס וואס דארף עקגסוטער געבן זייער אפראוועל אויף אלע ארבעט אויסער דעם בילדינג דעפארטמענט. דהיינו יעדע אפפראוועל איז צוויי עקסטערע אפראוועלס פאר די זעלבע זאך
אזוי ווי לענדמארקס איז אן אייגענם ביוראקראטיש סיסטעם וואס צייכנט זיך נניש אויס מיט שנעלקייט און קאסטומער סערוויס מיינט עס אויטאמאטיש נאך אפאר חדשים ווארטן ביי א גרעסערער פראיעקט
אויסערדעם וואס אויף ארויפצובויען א שטאק ווערט זייער זייער קאמפליצרט און איז בבכלל נישט מוכרח אז צמען גייט באקומען אזא זאך און אפילו טאמער יא איז עס בדרך כלל א גוטע יאר / יאר אנדערטהאלבן צו זיצן מיט די חברה פאר מען קען אנהייבן בויען לעגאל
דאס איז די נושא אין א נאטטשעלל
בדרך כלל קומען זיי נאר אראפ אןיהב מען רופט זיי אבער דער פאקט צו מען רופט יא אדער נישט איז אקוראט טאקע א גרויסער חילוק צווישן הופפער סטריט און ווילאובי עוועניו