Re: בריק אין באלטימאר איינגעפאלן נאך אן אנשטויס פון א פראכט-שיף
סגאנץ ווארעם אינדרויסן. אפשר גיי ארויס זיך אנווארעמען.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
סגאנץ ווארעם אינדרויסן. אפשר גיי ארויס זיך אנווארעמען.
קענסט זיין רואיג.. ס'גארנישט עפעס הו-קנאוז-וואט געווען.. נאר אינעם שאטן פון די באלטימער מעשה ווערן אלעס היצט געזען מיט א פלאס-גלעזער. שיפן בלייבן סטאק אסאך מאל, מען האט קיינמאל געהערט דערוועגן.. די באלטימער פרשה איז געווען צוויי פאכיג, איינס עס האט ארויסגעענומען דעם קנטראל פונעם שיף, און צווייטענס עס האט זיך אנגעטראפן אינעם בריק.
הא תינח אינמיטן וואסער - אבל .... אויב איז עס געשען אין די ד אמות פונעם ווערזאנא ... וואס האלט איר ?פליגל האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 08, 2024 12:09 pmקענסט זיין רואיג.. ס'גארנישט עפעס הו-קנאוז-וואט געווען.. נאר אינעם שאטן פון די באלטימער מעשה ווערן אלעס היצט געזען מיט א פלאס-גלעזער. שיפן בלייבן סטאק אסאך מאל, מען האט קיינמאל געהערט דערוועגן.. די באלטימער פרשה איז געווען צוויי פאכיג, איינס עס האט ארויסגעענומען דעם קנטראל פונעם שיף, און צווייטענס עס האט זיך אנגעטראפן אינעם בריק.
די חידוש איז אז ס'איז שוין געווען פראבלעמען ביים פארט , און נישט ווי אנגעגעבן אז ס'האט פאסירט געציילטע מינוט בעפארן קראך.
דער בריק איז געליגן אויף איר. יעצט אז עס איז אויפגעריסן איז דער נעקסטער שטאפל (נאכן אוועקרוקן/אוועקנעמען די גרויסע שטיקער) צו צוריק שלעפן דער שיף צום פארט.
איך גלייב אז מ'דארף זיי דארט צו מעינטעינען און מאניטארן דער שיף אז עס ווערט נישט ערגער די מצב.שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 15, 2024 8:27 amביזט גערעכט, און די מאנשאפט וואלט געדארפט אראפגעלאזט ווערן פונעם שיף גלייך, אבער די דורכשניטליכע רייזע פון די מזרח ברעג פון אמעריקע קיין אזיע נעמט אין דורכשניט אזא פערציג-פופציג טעג, סאו עס איז נישט עפעס א ספעציעלע שטראף פאר די שיף מאנשאפט.
אז עס מאכט פראבלעמען ביים פארט און מען פאררעכט עס איז עס א קרימינאלער אקט אויב עס געשעהט נאכאמאל?שפילקעס האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 15, 2024 8:08 amדי חידוש איז אז ס'איז שוין געווען פראבלעמען ביים פארט , און נישט ווי אנגעגעבן אז ס'האט פאסירט געציילטע מינוט בעפארן קראך.
דאס מיינט אז די שיף מאנשאפט האט פארנאכלעסיגט די פראבלעמען און געפארן ווייטער אן עס פארעכטן.
צוריק אנצינדן און פאררעכטן איז נישט די זעלבע זאך.
אבער, נישט ריכטיג דיאגנאזירן א פראבלעם איז מעשים בכל יום.קנאפער ידען האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 15, 2024 9:01 amצוריק אנצינדן און פאררעכטן איז נישט די זעלבע זאך.
אויב מ'האט נישט אויסגעטשעקט דער סיבה פון דער אישו, און יענץ אדרעסירט איז עס היבש פארנאכלעסיגקייט (מוז נאך נישט זיין קרימינאל, מ'זוכט אבער צו פארשטיין 'what went wrong', אזוי ארום צו מעגליך איינפירן טוישן/סטאנדארטן וואס זאלן עס פריווענטן אין דער עתיד.)
סיבה?!קנאפער ידען האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 15, 2024 8:14 am
אגב, נישט נאר דער שיף, נאר דער מאנשאפט איז נאך שטעקן אויפן שיף פון דאן.
עס איז געווען א 27 רייזע קיין סרי לאנקא און יעצט איז שוין 50 טעג.שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 15, 2024 8:27 amביזט גערעכט, און די מאנשאפט וואלט געדארפט אראפגעלאזט ווערן פונעם שיף גלייך, אבער די דורכשניטליכע רייזע פון די מזרח ברעג פון אמעריקע קיין אזיע נעמט אין דורכשניט אזא פערציג-פופציג טעג, סאו עס איז נישט עפעס א ספעציעלע שטראף פאר די שיף מאנשאפט.
איך האב פריער שפעקולירט אז זיי פעלן אויס צו מעינטעינען און קעיר נעמען פון דער שיף. אבער דער אמת איז אז דאס וואלט נישט געדארפט צו מיינען אז זיי מעגן בכלל נישט אראפגיין אפילו טעמפארערי.קו ירוק האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 15, 2024 9:10 amסיבה?!קנאפער ידען האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 15, 2024 8:14 am
אגב, נישט נאר דער שיף, נאר דער מאנשאפט איז נאך שטעקן אויפן שיף פון דאן.
ס'איז אנגענומען אז דער קאפיטאן טאר נישט איבערלאזן א שיף בעת צרה.קו ירוק האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 15, 2024 9:10 amסיבה?!קנאפער ידען האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 15, 2024 8:14 am
אגב, נישט נאר דער שיף, נאר דער מאנשאפט איז נאך שטעקן אויפן שיף פון דאן.