מקדש ישראל והזמנים: הזמנים בהלכה
דאס איז נאר אפס קצהו פון זמנים, אויסער די אלע זמנים פון שב"ק און ימים טובים, מולדות און תקופות, און אלעס ארום.
אסאך איז שוין געשריבען בעולם התורני איבער די פארשידענע הלכות, מיר פארמאגן דא אין אוצר אן עקסטערען שאנק פאר ספרים וועלכע באהאנדלען די הלכות.
דער אשכול וועט דינען פאר ענינים והלכות התלוים בזמנים, וחפץ ה' בידינו יצליח.
*
אלס מתחיל במצוה וועל איך אנהויבן מיט א דיון איבער א לשון הרמב"ם אין הל' קרי"ש פרק א' הל' י"ב, ווי דער רמב"ם שרייבט וז"ל
ואיזה הוא זמנה ביום--מצותה שיתחיל לקרות קודם הנץ החמה, כדי שיגמור לקרות ולברך ברכה אחרונה עם הנץ החמה; ושיעור זה, כמו עישור שעה קודם שתעלה השמש.ואם איחר, וקרא אחר שעלתה השמש--יצא ידי חובתו, שעונתה עד סוף שלוש שעות ביום למי שעבר ואיחר
די מפרשים אויפן פלאץ און אזוי אויך אינעם טור וש"ע ביי הל' קרי"ש זענען דן אין דעם שיעור פון 'עישור שעה' וואס דער רמב"ם איז נישט פונקטליך מבאר פון וועלכע זמנים ער רעדט, אנדערע זענען גורס 'שיעור שעה' אז דאס באצייכנט די זמן פונעם 'נץ החמה' ביז ווען עס דויערט 'שתעלה גוף השמש' און דער דרכי משה שרייבט אז 'מי שיודע מעט בחכמות התכונה' ווייסט אז דאס איז טאקע אזוי, אז פון ווען דער זון הייבט אן ווייזן סימני הנץ ביז צום עליית גוף השמש געדויערט אומגעפער א שעה, ממילא איז די גירסא פון 'עישור שעה' נישט מדויק, און אזוי איז משמע פון אסאך מפרשים.
אנדערע וואס ווילען פארענטפערן די גירסא פון 'עישור שעה' לערנען פשט אז דאס איז דער שיעור ווען די 'וותיקין' וועלכע ווילען דאווענען שמו"ע מיטן נץ ברויכן צו לייענען קרי"ש כדי מסמיך צו זיין גאולה לתפלה (דער רמב"ם נעמט אן להלכה אז פאר דעם קען מען נאכנישט לייענען קיין קרי"ש בכלל, נישט ווי דער מחבר וועלכער פסק'נט כאחרים אז דער שיעור איז משיכיר), און פשט אין רמב"ם איז; אז דער שיעור פון לייענען קרי"ש כמנהג וותיקין איז 'עישור שעה קודם שתעלה השמש' וואס מיינט דעם נץ.
דער מגן אברהם ווידער ברענגט פון א ספר מנחת כהן אינעם מאמר 'מבוא השמש' פרק ז', אז דער עיקר איז ווי די גירסא פון 'עישור שעה' אבער ער ברענגט נישט אראפ פשט לויט אים אינעם רמב"ם.
נאכקוקענדיג אינעם דערמאנטן ספר זאגט ער דארט לפלא פונקט פארקערט ווי דעם מהר"י אבוהב, אז טאקע פון אנפאנג 'נץ' ביז צום עליית גוף השמש, דויערט נישט לענגער ווי אן 'עישור שעה' כידוע -זאגט ער- פאר ווער עס קען אביסל די ענינים.
איך בין נישט קיין אסטראלאג אבער דאס זעהט אויס גאר אויפפאלנד אז צוויי קדמונים זאלען זיך מחולק זיין אין די מציאות הדברים פון ווילאנג עס נעמט פונעם אנהייב נץ ביז צום עליית השמש.
מי יודע פשר הדברים?
*
דער ספר 'מנחת כהן' הנ"ל איז נתחבר געווארן דורך ר' אברהם כהן פימינטל ז"ל מחכמי אמסטרדאם, עס איז געדרוקט בשנת תכ"ח דארט אין אמסטרדאם, דער מאמר 'מבוא השמש' איז דן באריכות איבער עניני בין השמשות והמסתעף מיט זייער א שיין און גרינג לשון, דערנאך איז דא א מאמר אויף דיני תערובות און איינס אויף הלכות שבת.
דער ספר איז שוין איבערגעדרוקט געווארן אין אר"י מיט עטליכע יאר צוריק מיט א שיינע דרוק, מאירת עינים.
[די גבאים פונעם אוצר קענען מזכה זיין די לומדי בית מדרשינו עכ"פ מיט די ערשטע דרוק וועלכע געפינט זיך אפ ביי היברו-בוקס]