Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק
באשיינפערליך האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 22, 2024 12:28 pmשלום עליכם צום דיסקוסיע, אין קעיס דו ווייסט נישט איבער וואס די טענה׳ריי איז (אגב, איך האב א שטארקע פילינג אז בלוטי ווייסט אויך נישט פונקטליך…) לאמיר דיר אויסקלארן.בר חכמה האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 22, 2024 12:14 pmפון היינט און ווייטער מעג מען שוין נישט שמועסן קיין שום נושא אויף אייוועלט, אויב רעדסטע פון בינגאו, וועסטע זאגן בינגאו האט א אימעיל אדדרעס שיק זיי דיינע הערות,באשיינפערליך האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 22, 2024 12:10 pm
האבעך געזאגט אז איינער וואס וויל באמת ארויסהעלפן א אויסגאבע גייט עס נישט שרייבן אויף אייוועלט מיטן ציל און חשבון אז די רעדאקטארן גייען עס ליינען און אננעמען, זינט ס׳איז זינלאז צו טראכטן אז די חברה מאכן זיך אפילו צוטוהן מיט וואס די היזיגע אידן זאגן. דעציט.
אויב רעדסטע איבער שמאוליקעסט, שמואלי האט א אימעיל,
אויב רעדסטע פון זאנוויל וויינבערגער, זאנוויל האט א אימעיל,
בקיצור המעשה די מאכסט אפ וואספארא נושאים עס איז ערלויבט צו ווערן דורכגעשמועסט דא, נייס.
איך האב מיר באצויגן צו די רייד.יעצט איז עס נאך אלץ גלייך צו בינגא, און שמואליקעסט?רויטע קרעיאן האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 21, 2024 10:02 pmפאקט איז אז יונגערע מאגאזינען שטעלן זיך נאך אוועק און קענען נוצן מער קריטיק און קאמענטארןווילאנג זיי שטעלן זיך אוועק אויף די ריכטיגע רעלסן און דערגרייכן די פראפעסיאנאליטעט פון פירמעס וועלכע זענען שוין לענגער אויף דער מאפּע. פאר זיי זאג איך,
האסט פשוט ארויסגענומען זיינע ווערטער פון קאנטעקסט,רויטע קרעיאן האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 21, 2024 10:02 pmפאר זיי זאג איך, וואס האט איר פון פרובירן פארשטאפן דעם מויל פון איינער וואס שרייבט אנדערש ווי וואס איר ערווארטעט, ווילט איר טאקע ליינען בלויז וואס מאכט אייך באקוועם, און בלויז פיטערן דעם וואן-וועי הייוועי אויף וואס איר פארט?
פארוואס ברענגסטע נישט די צווייטע חלק ווי ער פירט אויס,
זיין פוינט איז פשוט אז פאר א פרישע אויסגאבע וואס בויט זיך נאך איז זיכער גוט קריטיק,
דאס מיינט נישט אז ער שרייבט דא בלויז לשם מצוה צו קריטיקירן, ער שרייבט דא פאר די זעלבע סיבה פארוואס רוב מענטשן שרייבן דא, דזשאסט צו שמועסן און אויסדריקען מיינונגען, סא דיין טענה אז ער מוז אויפהערן שרייבן עניטינג, וואס ווארפט נישט א פולקאמע פאזיטיווע ליכט אויף די שטיבל, ווייל די שטיבל מערכת האט א אימעיל אדדרעס, איז זינלאז.
א פרייליכע פסח.