" מאמי, די ווייסט א מיידל פון מיין קלאס האט מיך געזאגט אז ס'איז דא א קראנקהייט וואס מאכט אז מאמעס זאלן פיינט האבן זייערע קינדער! עכט, איך זאג דיך צו! זיי האבן פיינט די קינדער און ווילן נישט רעדן צו זיי! "
נאכאמזל ס'איז דא אויסגאבעס וואס מיינען אונזער גוטס. אווערנעס אין קאפ אריין. נישט יעדע זאך וואס עס פאסירט אויפן גאס איז געאייגנט צו זיין געדריקט פאר יעדעם צו ליינען! און א דיסקלעימער אז ס'איז נישט פאר קינדער איז ווי א דיסקלעימער אויף א סעינט מאריס באטל אז ס'איז נישט א טרינק און עס לייגן אין פרידשידער נעבן די אראנדש דשוס.
וואס איז די פארבלעם אז דיין מיידל ווייסט אז עס איז דא מענטשן וואס זענען גייסטיש קראנק
איצטער אז מ'האלט שוין דא, אפשר קען מען צוזאמלייגן אלע "אומזיסטע" אויסגאבעס וועלכע זענען ערשינען אויף יום טוב? דאס זענען הערליכע ווערק וואס כ'וואלט צוזאמגעבינדן אין א ביכל. וואס זאגט דער עולם צו אזא געדאנק?
נאכאמאל, כ'רעד דווקא נישט פון באצאלטע, דאס איז א שמועס פאר זיך, 'אנלעס' די רעדאקציעס אליינס ווילן אריין שיקן. צי גאר אפשר די פאריעריגע קונטרסים וואלט זיך יא געלוינט...
מען קען באמת לאזן א טרער אויף די טויזענטער בלעטער פון גארנישט, ליידיג פון תוכן, און אנגעפילט מיט ליפט!
אבער וואס יא. חס ושלום אז איך קום דא אראפ צו רייסן סיי וועם. איך מיין אז סך הכל זענען די ארויסגעבער און גאר א אינגע יארגאנג, און זיי האבן לכאורה קיין איינונג וואס מיינט תוכן... וואס מיינט ליינען ביכער צו באקומען נאלידש.. וואס עס מיינט זיצען אין לייבעריס און דורכבלעטערן אן ענדלאזע צאל ביכער אלעס פאר איין ארטיקל אבי עס זאל פיטערן די מוח מיט קליגע אינפארמאציע.
איך וואלט זייער שטארק געוואלט ניצן משלם אבער עס וועט זיך קיינמאל ענדיגען מיט די ריפלייס..
און צום לעצט, איבער די קאמענטירן דא, קודם איז ארויסגעשווימען פילע שר עשר'ן.. (איך מיין אז אין די צייט פון יום טוב זאל מען נישט מעגן שרייבן אין די אויסגאבעס אפטיילונג אינטער א שר מאה לאל). אבער פון ליינען דא זעה איך ווידער א זייער ווייטאגליכער מציאות. רוב ריבו פון די שרייבער דא זענען אדער שרייבער/מיטארבעטער פון די מאגעזינען אדער א געשווירענע אנהענגער.
אקעי וואס איז די פראבלעם? אברהם פרידמאן זיצט נישטא און פראפעגענדירט זיינע ווערק. וכן חנה פרידמאן, שמעון ראלניצקי וכו', נישט זיי און נישט זייער ליינער. און עס איז דא א סיבה פארוואס.
און צו דיך געשווירענע אנהענגער.. אויב ווערסטו ממש משיגע פון דאס אדער יענץ און די היינטיגע אויסגאבעס ביסטו א רחמנות! עס מיינט אז דא האסט נאכנישט געליינט אין דיין לעבן ממש גארנישט! איינער האט דיך דא געשריבן ווי די באזיך אין די UN (מאמענט) איז ממש מאסיוו. וויקאפידיע האט שוין מער איבער דעם. א צווייטער איז ממש געהאט אן עונג יאמטעב פון ליינען איבער ראשי קהילה און עסקנים (בליק) וואס א חוץ בויען בתי מדרשים און שווארץ מאכן גאסן מיט מענטשן האבן זיי גארנישט מיט עסקנות, ווייסט דאן יענער איבער לייביש לעפקאוויטש, משה שערער אדער חיים ברוך גלאק? א דריטער לויבט אויס א קאלעקציע פון גמחן אין מאנסי (וואך) אלס זיין באליבסטע ארטיקל דעם יום טוב. איך וועל גלייבן אז עס איז דאס ערשטע מאל ער ליינט עפעס אויף אידיש..
אין אלעס איז אריין צייט, געלט, און געפיל. רוב זענען אפילו זייער גוט געשריבן. אבער אן. קיין. תוכן.
והיא שעמדההאט געשריבן:↑דינסטאג מאי 07, 2024 4:54 pm
אבער וואס יא. חס ושלום אז איך קום דא אראפ צו רייסן סיי וועם. איך מיין אז סך הכל זענען די ארויסגעבער און גאר א אינגע יארגאנג, און זיי האבן לכאורה קיין איינונג וואס מיינט תוכן... וואס מיינט ליינען ביכער צו באקומען נאלידש.. וואס עס מיינט זיצען אין לייבעריס און דורכבלעטערן אן ענדלאזע צאל ביכער אלעס פאר איין ארטיקל אבי עס זאל פיטערן די מוח מיט קליגע אינפארמאציע.
הער אויס די אינטערוויו וואס איז געווען אויף קול מבשר חול המועד מיט די רעדאקטארן פון די דריי אויסגאבעס וועסטו בערן ווי ווייניג זיי פארשטייען צו שרייבעריי און תוכן.
אבער די סיבה פארוואס די מאגאזינען זענען נישט אינפארמאטיוו איז וויבאלד רוב ליינערס ווילן דאס נישט. די רעדאקטארן ווייסן פיין וואס תוכן מיינט, אבער זיי ווייסן אויך וואס דער עולם זוכט.
איך שרייב וואס איך ווייס פון ערפארונג מיט איינס פון די גרעסטע מאגאזינען. (איך זעלבסט האב געשריבן אן אינפארמאטיוון ארטיקל דעם יום טוב, אויף וואס איך האב באקומען אונטער $20 א שעה. און איך האב באקומען מער ווי דער אנגענומענער פרייז.)
אנשטאט אראפרייסן אלע אויסגאבעס, וואלט איר פשוט געברויכט שרייבן אז איר זעהט א געברויך פאר א היימישע אויסגאבע פאקוסירט צו ברענגען תוכן אויפן שטייגער פונעם יפה בעתו. די מאגאזינען צילן כלל נישט אייך צו סערווירן, און רוב כלל ישראל איז ווייניג אינטערסירט צו טיילן פארציע מיט אייך.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
אנשטאט אראפרייסן אלע אויסגאבעס, וואלט איר פשוט געברויכט שרייבן אז איר זעהט א געברויך פאר א היימישע אויסגאבע פאקוסירט צו ברענגען תוכן אויפן שטייגער פונעם יפה בעתו. די מאגאזינען צילן כלל נישט אייך צו סערווירן, און רוב כלל ישראל איז ווייניג אינטערסירט צו טיילן פארציע מיט אייך.
זייער ריכטיג און די לעצטיגע אויסגאבעס וואס האבן יא פרובירט תוכן צב"ש דער גלאק און קנקן זענען נישט געבליבן אפן לכאורה האבן זייי נישט געהאט גענוג קונים
מען קען באמת לאזן א טרער אויף די טויזענטער בלעטער פון גארנישט, ליידיג פון תוכן, און אנגעפילט מיט ליפט!
אבער וואס יא. חס ושלום אז איך קום דא אראפ צו רייסן סיי וועם. איך מיין אז סך הכל זענען די ארויסגעבער און גאר א אינגע יארגאנג, און זיי האבן לכאורה קיין איינונג וואס מיינט תוכן... וואס מיינט ליינען ביכער צו באקומען נאלידש.. וואס עס מיינט זיצען אין לייבעריס און דורכבלעטערן אן ענדלאזע צאל ביכער אלעס פאר איין ארטיקל אבי עס זאל פיטערן די מוח מיט קליגע אינפארמאציע.
איך וואלט זייער שטארק געוואלט ניצן משלם אבער עס וועט זיך קיינמאל ענדיגען מיט די ריפלייס..
און צום לעצט, איבער די קאמענטירן דא, קודם איז ארויסגעשווימען פילע שר עשר'ן.. (איך מיין אז אין די צייט פון יום טוב זאל מען נישט מעגן שרייבן אין די אויסגאבעס אפטיילונג אינטער א שר מאה לאל). אבער פון ליינען דא זעה איך ווידער א זייער ווייטאגליכער מציאות. רוב ריבו פון די שרייבער דא זענען אדער שרייבער/מיטארבעטער פון די מאגעזינען אדער א געשווירענע אנהענגער.
אקעי וואס איז די פראבלעם? אברהם פרידמאן זיצט נישטא און פראפעגענדירט זיינע ווערק. וכן חנה פרידמאן, שמעון ראלניצקי וכו', נישט זיי און נישט זייער ליינער. און עס איז דא א סיבה פארוואס.
און צו דיך געשווירענע אנהענגער.. אויב ווערסטו ממש משיגע פון דאס אדער יענץ און די היינטיגע אויסגאבעס ביסטו א רחמנות! עס מיינט אז דא האסט נאכנישט געליינט אין דיין לעבן ממש גארנישט! איינער האט דיך דא געשריבן ווי די באזיך אין די UN (מאמענט) איז ממש מאסיוו. וויקאפידיע האט שוין מער איבער דעם. א צווייטער איז ממש געהאט אן עונג יאמטעב פון ליינען איבער ראשי קהילה און עסקנים (בליק) וואס א חוץ בויען בתי מדרשים און שווארץ מאכן גאסן מיט מענטשן האבן זיי גארנישט מיט עסקנות, ווייסט דאן יענער איבער לייביש לעפקאוויטש, משה שערער אדער חיים ברוך גלאק? א דריטער לויבט אויס א קאלעקציע פון גמחן אין מאנסי (וואך) אלס זיין באליבסטע ארטיקל דעם יום טוב. איך וועל גלייבן אז עס איז דאס ערשטע מאל ער ליינט עפעס אויף אידיש..
אין אלעס איז אריין צייט, געלט, און געפיל. רוב זענען אפילו זייער גוט געשריבן. אבער אן. קיין. תוכן.
דו זאגסט גוט אבער נישט ממש די צויי ארטיקלען פון יחזקי קאפטייל מיט שלומי שטיינמעטץ איז זייער גוט געווען און פערפעקט פאר א אויסגאבע אויך קאפ שטיק .דו מיזט פארשטיין סעכט נישט דא מער קיין נושאים . אלעס איז שוין אויסגעדראשן .
איך וואלט מציע געווען פאר די מעגאזינען אן איידיע אז זיי זאלן נאר אריינלייגן ארטיקלען וואס זיי וואלטן געלייגט אויפן קאווער פאר א מעין ארטיקל אין א פלעינע וואך !! ואך רק זה !
דאס זאל זיין די מעסטער פון א יום טוב ארטיקל וואלט איך עס אריינגעלייגט א גאנץ יאר פאר א מעין ארטיקל יא צו ניין ? אויב יא פארט עס אריין אויב נישט נישט!
fiena nieasהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:56 pm
איך וואלט מציע געווען פאר די מעגאזינען אן איידיע אז זיי זאלן נאר אריינלייגן ארטיקלען וואס זיי וואלטן געלייגט אויפן קאווער פאר א מעין ארטיקל אין א פלעינע וואך !! ואך רק זה נישט אריינפאשן נארישע פראיעקטען ווי בילדער פון וויליאמסבורג ועוד

יצחק אייזיקלהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:34 pm