Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק
יש קריטיק ויש קריטיק.בלוט בלבול האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 22, 2024 12:40 am@באשיינפערליך, כ׳בין מחולק מיט עטליכע פון דיינע נקודות, אפשר מארגן באריכות.
אבער ס׳איז נישטא קיין שום סיבה אז @רויטע קרעיאן זאל נישט שרייבן דא זיינע קריטיק און קאמפלימענטן צוגלייך, נאר ווייל ס׳איז דא אן אימעיל ביי די מאגאזינען.
ביטע, דאס נעם אונז נישט אוועק.
מיין פארלאנג איז נאר אז ווען איינער גיבט קריטיק אדער קאמפלימענטן, זאל ער שטיין אונטער זיינע ווערטער, און זיי קענען אונטערשטיצן אין צייט פון נויט.
@רויטע קרעיאן, כ׳ווארט פאר דיינע ווייטערדיגע אנאליזן.
סתם קריטיקירן ווייל מ׳האט נישט ליב יענעמס ארבעט זאל מען זיכער טוהן דא, אייוועלט איז דאך געמאכט פאר דעם… און ס׳איז פרידאם אוו ספיעטש.
@רויטע קרעיאן האט געמאכט א דעקלעראציע אז ער גיבט נאר קאנסטראקטיווע קריטיק, און אלעס מיטן ציל אז די פרישע אויסגאבעס זאלן וויסן מיט וואס זיך צו פארבעסערן, אויף דעם ארויף האבעך מיר באצויגן. ווייל די רעדאקטארן גייען נישט נעמען קיין עדווייס פון א אנאנימע ניק אויף עפעס א פאבליק פארום.