ציטיר
3
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך קאמיקאזי
»
פרייטאג יולי 05, 2024 5:00 pm
סמוטריץ' האט לעצטענס זיך ארויסגעכאפט אויף זיין ארויפגעצווינגענער שותף בן גביר אז 'זיין אפיס האט נאך גארנישט אויפגעטאן'. בן גביר האט רעאגירט דערויף אין א גל"צ אינטערוויו: איך וואונטש אים ער זאל ארויפגיין אין די אנקעטעס. מיינענדיג דאס אז ער שטייט דאפלט ווי סמוטריץ' אין די אנקעטעס, די צוויי האבן ערענסטע מיינונגס פארשידענהייטן, מיט סמוטריץ' פאר די מער נארמאלע אהערגעשטעלטע פאליטיקאנט וואס דרייט נישט איבער, און בן גביר אלס עקסטרעמיסט און מתנחלים פארטרעטער וואס האט נישט קיין פילטער אויפן צינג, ביי די לעצטע וואלן זענען די צוויי שוין געווען אפיציעל אפגעבראכן און פולשטענדיג גרייט אז ביידע זאלן פארלירן און מיטשלעפן די גאנצע רעכטע קאליציע אבי זיך נישט צוזאמשטעלן, אבער אין די לעצטע רגע האט עס נתניהו פארמיטן, אבער איצטער קוקט אויס ווי איתמר בן גביר ברויך שוין נישט צוקומען צו זיין געוועזענער חבר בצלאל יואל סמוטריץ' און זײ גייען זיך ענדגילטיג פינאנדערשיידן...