Re: בחירות אין מדינת ישראל בצל מלחמת חרבות ברזל - *בלויז נייעס*!!
אויב אוקטובער 7 וועט שאדטן פאר גאלאנט/גאנץ/חאליווא/הרצי הלוי /אייזענקאט/וכו' וכו'קדמא ואזלא האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 27, 2024 4:07 pmמיין מיינוג אז ווי נענטער צו די וואלען גייט ביבי נאך מער אויסבלוטיגן , איך וועל נישט זיין שאקט אז ער קומט אריין אינטער 15 דעלגאטעןראטשילד האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 27, 2024 2:59 pmאמר"ש פון בכירעס
מיין אומפאפולערער מיינונג איז:
אז נתניהו וועט עס ווידער מאכן מיט א גרעסערע לענדסלייד ווי די פריערדיגע 64 מאנדאטן, פאר עטליכע פשוטע סיבות:
1. די מערהייט מדינת ישראל בירגער זענען אויסדריקלעך אקעגן א פאלעסטינער לאנד, און נתניהו איז די גרעסטער פאניקער איבער די פאלעסטינער בייזע חלום.
2. די חרדים וועלן מוזן ארויס גיין בהמוניהם זיך צו ראטעווען פון די גיוס געזעץ.
3. לאפיד איז אין די טפענישן פון די אדמה.
4. גאנץ איז אפשר הויעך אין די אנקעטעס אבער דאס איז נאר אין די אנקעטעס...
און די סוף דבר וועט זיין - וחוזר חלילה, די לינקע וועלן ווידער פארלירן און איבערקערן דאס לאנד אזוי ווי מיר האלטן מיט יעצט די קאפלאניסטן וכו'...
סיבה 1) אקטובער 7
סיבה 2) אקטובער 7
סיבה 3) אקטובער 7
וועט עס אויך שאדטן פאר ביבי....
די דאזיגע חבורה האבן צוזאמען געקאכט א געקעכטס אבער ביבי איז שולדיג וואט עי דזשאוק.
אויב עפעס וועט ביבי פארלירן זיינע שטיצער וואס זענען ברוגז אויף אים פארן נישט ארויסווארפן גאלאנט בייצייטנס און פארן אריין נעמען גאנץ און פארן נישט קעיר נעמען פון בג"ץ.
צו קומען זאגן אז אוק' 7 האט אריבער געפירט מאנדאטן פון די רעכטע לאגער צו די לינקע לאגער - איז זייער נאאיוו און נישט שכל'דיג.
בעני גאנץ איז א אפיציעלע אמעריקאנע אגענט וואס שטיפט פאראויס א צווי שטאטן לעזונג, צו קומען און שענקען 35 מאנדאטן פאר גאנץ אויפן חשבון פון נתניהו [17] וואס איז די אויסגערופענע לוחם אקעגן די פאלעסטינער לאנד - דאס איז נאנסענס, זיכער נאך די ברוטאלע אוק' 7.
מה גם, לויט א לעצטע אנקעטע דורך די לינק גענויגטע "מכון ישראלי לדמוקרטיה" האבן 49% מדינת ישראל בירגער געטענה'ט אז מדינת ישראל טאר זיך נישט לאזן פון די אמעריקאנע אינטערעסן [נתניהו] 43% האבן געזאגט אז מ'דארף זיך אויסקומען [גאנץ] און 8% האבן נישט געוואוסט.
לית מאן דפליג אז די גרעסטע בעל התגרות באומות בתולדות המדינה איז מר נתניהו, אלע מדינ"י בירגער וואס האלטן אז איזראעל ברויך צו שטיין שטייף און זיך קריגן מיט די אמעריקאנער - זענען די פארברענטע ביביסטן, אלזא ווי זעט איר דא 35 מאנדאטן פאר גאנץ?
אז ביבי פארלירט די בענקל וועט דאס קומען פון די רעכטע ברויז און נישט פון די לינקע, די לינקע מאכן אים נאר שטערקער.
צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 130$
קומט אין אישי.