Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן
עפעס זעט זיך אויס אז איר האט נישט געליינט וואס איך האב שוין געשריבן אפאר מאל אין די לעצטע פאר בלעטער. איך מאך נישט אינגאנצן אוועק א פעטשל. איך רעדט דאך פון מכות מרדות. איך מיין אז די אלע וואס לויבן אזוי אויס פעטש דא, איז ווייל זיי זענען אונטער די דרייסיג פערציג און ווייסן מיטאמאל וואס מיינט כאפן פעטש. אויב האט מען מורא געהאט נאר פארן פאטש, דאן ניין, האט עס נישט געארבייט. ווייל ווען ער ווערט גרעסער, דאן וועט ער אנפייפען. אבער, ווי איך האב שוין פריער געשריבן,חסד השם האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 02, 2024 8:51 pmאבי גערעדט.שטאטס מבין האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 01, 2024 10:14 pmזאגט מיר א יונגערמאנטשיק אז יעצט פארשטייט ער שוין זיין טאטע און ער האלט אז זיין טאטע איז געווען גערעכט און טאקע אז פעטש ארבעט און דאס איז די ריכטיגע חינוך...Kosher Travel האט געשריבן: ↑ זונטאג מארטש 31, 2024 11:01 pm
אחוץ דעם, פעטש ארבייט נישט. קיינמאל!
די וואס שרייבן דא אז מיין טאטע האט מיך געשלאגן און עס האט געארבייט, א פייג אין די נאז אריין.עס האט געארבייט temporarily, ווייל טעראר ארבייט. דעשרעקן ארבייט. מען האט געציטערט צו כאפן נאך קלעפ און שמייסן פון די פאסיק. מען האט פאר א מינוט נישט געהאט מער יראת שמים. מען האט מורא געהאט פון די רבי וואס גייט שמייסן אדער די טאטע וואס פראסקעט. און דאס איז עס. היינט קען מען דאס שוין נישט טוהן. אמאל האט א קינד נישט געהאט ווי צו לויפן, און היינט יא.
א פייג! ווען ס'האט געקלונגען די פעטש האט ער עס נישט אויסגעהאלטן א מזל ער איז נאך געבליבן מיט אונז... יעצט ווען ס'טוט שוין נישט וויי די קלינגעדיגע פעטש (מ'רעדט נישט פון די עמוישינאל עפעקט) און ס'איז נאר נוגע וויאזוי ער דארף קענען יעצט קאנטראלען זיינע אייגענע קינדער, אה! שלום עליכם אוודאי איז דאס די וועג...
איינער וואס די פעטש האט אים געבאדערט טוט אים עס נאך וויי און ער האלט נישט דערפון.
איך פאר מיר האלט גראדע אז סהאט יא געארבעט ביי מיר סיי פון מיינע עלטערן און סיי פון מחנכים, כהאב נישט קיין שווער הארץ אויף קיינעם, און ווי ווייט איך געדענק די פאר מאל וואס כהאב געכאפט איז עס מיר געקומען און סהאט פיין געהאלפן.
@Kosher Travel פיין אויב האט מען מורא געהאט פארן פאטש הייסט עס נישט געארבעט?
יא נישט יעדער 8 יעריג קינד קען זיך איינהאלטן פון טוען וואס איז נישט ריכטיג, וואס איז די פראבלעם אז די טאטע גיבט א פאטש?
ווען מקנסעט מיט סיי וואס טוט עס דען יא אויף די יראת שמים? סאיז פונקט אזוי צו אויפוועקן דעם קינד, ער זאל מער נישט טאן אזאנס.
וואס דען מיינט חינוך אויב נישט שטראפן ווען ספעלט זיך אויס?!
דיין בלענק שרעקעדיגע סטעיטמענט איז דעת תורה אדער דיינע אייגענע געפיל?
For me, this horse has been beaten enough.
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===