Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן
מ'קען נישט ארויסנעמען ווערטער פון קאנטעקס, ס'דא טאקע אסאך מליצות און משלים אין משלי אבער דעס איז זייער קלאר וואס ס'שטייט.Kosher Travel האט געשריבן: ↑ זונטאג מארטש 31, 2024 11:01 pmאיך שרייב נאר מיין דעת בעת הבית, איך האב נישט קיין דעת תורה. ביטע זיך אדורכרעדן מיט די חשובע רבנים הגאונים שליט"א.שפילקעס האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 28, 2024 3:37 pmשלמה המלך די חכם מכל אדם זאגט אין משלי ''חושך שבטו שונא בנו'' דער וואס האלט צוריק פון שלאגן זיין קינד האט ער אים פיינט - אדער וועט ער אים צום סוף פיינט האבן.
ווייל די מצב וועט נישט טויגן שפעטער מיט'ן קינד.
נאר וויפיל און וויזוי צו שלאגן קען מען דן זיין.
מ'דארף זיין אין א רואיגע מוט, דורכגעטראכט, נישט מתוך כעס ובהלה, און זיין זיכער בייזוך אז דאס איז די תועלת פונעם קינד אויפן יעצטיגן מצב.
לעומת זה זאגט די גמ' אין מו'ק אז ''המכה בנו גדול חיב נדוי'' וויל ער איז גורם ער זאל ארויסגיין לתרבות רעה.
סא מ'דארף האבן א שטארקע באלאנס.
עס איז אינטערסאנט אז שלמה המלך שרייבט אלעס אין קאוד. משלים. אלעס געשריבן מיט רוח הקודש וואס מיר האבן נישט קיין שום השגה! גאנץ שיר השירים, מיינט מען נישט פשט, נאר אלעס, אלעס איז משלים. כל השירים קודש, ושיר השירים קודש קדשים.
אבער עפעס ווען עס קומט צו געבן פעטש, פונקט די שבט, מיינט מען א רוט ממש? פונקט דא מיינט דער שטעקן, דער שטעקן אליינס, און נישט א משל אויף עפעס אנדערשט? איך מיין אז ניין. און כמה פוסקים שרייבן אזוי קלאר. למשל, רד"ק: חושך שבטו - מי שמונע השבט של מוסר מעל בנו הוא שונא אותו, כי יוצא לתרבות רע, ומי שמשחר ליסרו בקטנותו, הוא אוהב אותו, כי יקבל מוסר וילמד חכמה.
אחוץ דעם, פעטש ארבייט נישט. קיינמאל!
די וואס שרייבן דא אז מיין טאטע האט מיך געשלאגן און עס האט געארבייט, א פייג אין די נאז אריין.עס האט געארבייט temporarily, ווייל טעראר ארבייט. דעשרעקן ארבייט. מען האט געציטערט צו כאפן נאך קלעפ און שמייסן פון די פאסיק. מען האט פאר א מינוט נישט געהאט מער יראת שמים. מען האט מורא געהאט פון די רבי וואס גייט שמייסן אדער די טאטע וואס פראסקעט. און דאס איז עס. היינט קען מען דאס שוין נישט טוהן. אמאל האט א קינד נישט געהאט ווי צו לויפן, און היינט יא.
און אז מען שרייבט שוין, עס איז דא מאנכע וואס מיינען אז זיי מעגען שלאגן יענעמס קינדער. דערנאך איז דא טאטע וואס מיינע אז עס איז פאן צו ארומגיין פליקן די אויערן פון קינדער. זייט ווען מעג מען טשעפענען מיט קינדער? ווייל די ביסט שטערקער? איסור מן התורה.
לגבי די פירוש הרד''ק איז נישט מוכרח אז ער מיינט נישט שלאגן.
ואגב איז דא די גמ' מכות ח ע''א און די רמב'ם ברענגט עס להלכה אז האב המכה את בנו והרב הרודה את תלמידו ושליח ב"ד און זיי האבן גע'הרג'ט בשוגג
זענען זיי פטור פון גיין אין גלות וויל זיי האבן עס געטון ברשות מצוה.
און די גמ' זאגט אז אפילו די קינד לערנט איז נאך אלטס דא א מצוה אים צו שלאגן אלטס חינוך.