פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

pshat
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 26, 2024 7:16 am

פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pshat »

עס איז שוין אסאך ארום גערעדט געווארן איבער די נושא און איך האב נאך אלץ נישט קיין קלארע בילד. איז פעטש היינטיגע צייטן נאך א מיטל פון חינוך ? אויב יא, פאר וועלעכע זאכן יא און וועלעכע נישט, ווי אזוי געט מען פעטש און ביז וועלעכע עלטער, און אזוי ווייטער. אפשר איז דא די פלאץ דאס אויס צו שמועסן צווישן חברים נאמנים.
בילל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

וועטעראן מחנכים זענען אנטקעגן שלאגן היינטיגע צייטן. שלאגן איז א גרינגער מיטל פאר די עלטערן אבער קען פאראורזאכן שווערע שאדן פארן קינד. און שלאגן ווען מען איז אין כעס איז דאך שוין געאסרט אין די ש'ע.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1382
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

אודאי איז פעטש א חינוך מהלך. נישט נאר א מהלך, נאר אויב פעטש איז גענצליך אויסגעשלאסן איז דאס קיין חינוך נישט.
נאר וואס דען, מען דארף וויסען ווי איין און ווי אויס. עס מוז קומען פון אן אמת׳דיגע חינוך אפראוטש. נישט ח״ו קיין כעס אויסברוך. איינס פון די וועגן דאס צו מעסטען איז , אויב דו קענסט געבן פאר א קינד פעטש פאר די זעלבע עבירה א טאג צוויי שפעטער נאך וואס דו כעס/אויסברוך איז שוין פאריבער, איז א סימן אז עס קומט פון א חינוך פלאץ, אויב דו פילס נאך די רעגעניש איז פאריבער אז דו קענסט נישט שלאגן דעם קינד פאר די עבירה איז א סימן אז עס וואלט געווען בלויז א כעס אויסברוך.

- קינד דארף וויסען פארוואס ער/זי כאפט פעטש. אפילו זיי האלטען אז עס קומט זיי נישט.

- עס ווענד זיך אינעם קינדס עלטער. יעדע עלטער האט אנדערע זאכן אויף וואס פעטש איז געאייגענט.

- עס ווענדט זיך אויך אסאך אינעם קינדס נאטור. עס איז דא קינדער וואס זיי פארשטייען נאר דעם שפראך פון אוטאריטעט וכו׳ און עס איז דא קינדער וואס זענען פארקערט אדער אנדערש אבער דאס איז א לענגערע שמועס.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3211
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

עס ארבייט נישט
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

משהלע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 10:06 am
עס ארבייט נישט
אויך די מינוט ארבעט עס פיין!!

אבער שפעטער קען עס שווער בעק פייערן!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3226
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

שלמה המלך די חכם מכל אדם זאגט אין משלי ''חושך שבטו שונא בנו'' דער וואס האלט צוריק פון שלאגן זיין קינד האט ער אים פיינט - אדער וועט ער אים צום סוף פיינט האבן.
ווייל די מצב וועט נישט טויגן שפעטער מיט'ן קינד.

נאר וויפיל און וויזוי צו שלאגן קען מען דן זיין.

מ'דארף זיין אין א רואיגע מוט, דורכגעטראכט, נישט מתוך כעס ובהלה, און זיין זיכער בייזוך אז דאס איז די תועלת פונעם קינד אויפן יעצטיגן מצב.

לעומת זה זאגט די גמ' אין מו'ק אז ''המכה בנו גדול חיב נדוי'' וויל ער איז גורם ער זאל ארויסגיין לתרבות רעה.

סא מ'דארף האבן א שטארקע באלאנס.
לעצט פארראכטן דורך שפילקעס אום דאנערשטאג מארטש 28, 2024 3:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אריה שאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 10, 2024 5:16 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה שאג »

ווען מיין טאטע האט מיר געפעטשט הא האט עס געארבעט
אבער קען זיין איך בין אנדערש
אווער אול ארבעט עס פיין
איך רעדט דווקה א טאטע נישט א מלמד
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5805
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

נאר פאר חוצפה און ליגענט.

נישט געבן פעטש פארן ארויסקומען פון בעט אן רשות און פארן נישט אויפעסן די סאפער..

פארשטייט זיך עס ווענד זיך יעדע קינד, אבער קיין לכתחילה איז עס זיכער נישט.
לעצט פארראכטן דורך לאנטש טיים אום דאנערשטאג מארטש 28, 2024 3:52 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

@pshat
הוא מותיב והוא מפרק
.
viewtopic.php?p=5001334#p5001334
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13790
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

משה יצחקי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 10:37 am
משהלע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 10:06 am
עס ארבייט נישט
אויך די מינוט ארבעט עס פיין!!

אבער שפעטער קען עס שווער בעק פייערן!
ארבעט אויפן מינוט, און ארבעט אויף שפעטער.

---

נישט שלאגן, און לאזן דעם קינד רוב צייטן טון וואס ער וויל לויט די היינטיגע וועג וואס פילע זענען מחנך דאס קען בעקפייערן און בעקפייערט שוין.

שלאגן בכעס איז אויך א געפערליכע זאך.
קינדערגארטן
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 10, 2021 5:25 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינדערגארטן »

ווען א טאטע האט א געזונטע קשר מיט זיינע קינדער פעלט עס כמעט נישט אויס ווייל די קינד וויל נישט פארלירן די שעצונג אין די אויגן פון די עלטערן ממילא איז גענוג צו זאגן מיט א שטרענגע בליק משה'לע איך ווייס דו האסט געמאכט א טעות און איך וויל עס מער נישט זעהן, אין רוב פעלער וועלן די קינדער אויפהערן פשוט צו בלייבן געשעצט אין די עלטערן'ס אויגן.
די שעצונג איז א לענגערע שמועס פאר זיך ואכמ"ל אבער איינע פון די וויכטיגע כללים איז א קינד האט נישט ליב לאורך הזמן ווען מ'געבט איהם/איר נאך ווען ער/זי פארפירט. אויב א קינד ווייסט אז זיין/איר טאטע שטייט אויף זיינע פרינציפן, און ווען ער זאגט ניין איז ניין און אפילו ער/זי זאל פארפירן און קוויטשענען פאר צעהן מינוט גייט זיך זיין מיינונג נישט טוישן, דעס אליין מאכט אז מארגן זאל די קינד עס שעצן און ווען זיין געשעצט אין זיינע אויגן.
און געוויסע פעלער אדער געוויסע עלטערן אדער געוויסע קינדער ווי/ווען מ'דארף יא ניצן פעטש -א זאך וואס מ'קען נישט ענטפערן באופן כללי, אז איינער וויל זאל ער קומען מיט א מעשה/משל אדער דא אדער אין אישי- פעלט זיך אבער אויס געוויסע תנאים צו וויסן פאר מ'געבט פעטש דהיינו


תנאי א' נישט מתוך כעס

תנאי ב' רוב מאל דארף מען נישט בפועל שלאגן, אבער די קינד דארף וויסן אז ער קען באקומען א פאטש, אויב א אנדערע עונש גייט נישט העלפן

תנאי ג' די קינד דארף וויסן אויף וועלכע עבירה ער באקומט די פאטש

תנאי ד' די קינד דארף וויסן אז די טאטע האט איהם באמת זייער ליב, און שלאגט נאר איהם/איר מחנך צו זיין

תנאי ה' די קינד זאל עטליכע מינוט נאכן זיך באראיגן באקומען א קאמפלימענט אדער א אנערקענונג פון ליבשאפט אויף אינגאנצן א צווייטע נושא אן דערמאנען דיע עבירה וואס ער/זי האט פריער געטוען און באקומען א עונש

תנאי ו' נישט צו לאנג ווארענען אדער סטראשענען אפצושרעקן אז ס'גייט קומען א פאטש, נאר ווארענען איינמאל, און אז ס'פעלט אויס געבט מען -די טראמא איז פון די פחד פארדעם נישט פון די פאטש אליינס

תנאי ז' נישט געבן אינפארנט פון אנדערע קינדער, נאר אויב ער/זי איז זיך מתחצף אינפארנט פון אנדערע

תנאי ח' ס'דארף זיין א מעסעדזש נישט אז ס'זאל צו שטארק וויי טוען, נאר גענוג אז ער/זי זאל עס נישט וועלן באקומען נאכאמאל

אויב זענט איר מסכים אדער איר זענט מחולק אויף סיי וועלכע פרט, אדער איר האט סיי וואס פאר א אנפראגע, פילט פריי צו פרעגן ברבים אדער אין אישי
לעצט פארראכטן דורך קינדערגארטן אום דאנערשטאג מארטש 28, 2024 10:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1382
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

קינדערגארטן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 5:01 pm
ווען א טאטע האט א געזונטע קשר מיט זיינע קינדער פעלט עס כמעט נישט אויס ווייל די קינד וויל נישט פארלירן די שעצונג אין די אויגן פון די עלטערן ממילא איז גענוג צו זאגן מיט א שטרענגע בליק משה'לע איך ווייס דו האסט געמאכט א טעות און איך וויל עס מער נישט זעהן, אין רוב פעלער וועלן די קינדער אויפהערן פשוט צו בלייבן געשעצט אין די עלטערן'ס אויגן.
די שעצונג איז א לענגערע שמועס פאר זיך ואכמ"ל אבער איינע פון די וויכטיגע כללים איז א קינד האט נישט ליב לאורך הזמן ווען מ'געבט איהם/איר נאך ווען ער/זי פארפירט. אויב א קינד ווייסט אז זיין/איר טאטע שטייט אויף זיינע פרינציפן, און ווען ער זאגט ניין איז ניין און אפילו ער/זי זאל פארפירן און קוויטשענען פאר מעהן מינוט גייט זיך זיין מיינונג נישט טוישן, דעס אליין מאכט אז מארגן זאל די קינד עס שעצן און ווען זיין געשעצט אין זיינע אויגן.
און געוויסע פעלער אדער געוויסע עלטערן אדער געוויסע קינדער ווי/ווען מ'דארף יא ניצן פעטש -א זאך וואס מ'קען נישט ענטפערן באופן כללי, אז איינער וויל זאל ער קומען מיט א מעשה/משל אדער דא אדער אין אישי- פעלט זיך אבער אויס געוויסע תנאים צו וויסן פאר מ'געבט פעטש דהיינו


תנאי א' נישט מתוך כעס

תנאי ב' רוב מאל דארף מען נישט בפועל שלאגן, אבער די קינד דארף וויסן אז ער קען באקומען א פאטש, אויב א אנדערע עונש גייט נישט העלפן

תנאי ג' די קינד דארף וויסן אויף וועלכע עבירה ער באקומט די פאטש

תנאי ד' די קינד דארף וויסן אז די טאטע האט איהם באמת זייער ליב, און שלאגט נאר איהם/איר מחנך צו זיין

תנאי ה' די קינד זאל עטליכע מינוט נאכן זיך באראיגן באקומען א קאמפלימענט אדער א אנערקענונג פון ליבשאפט אויף אינגאנצן א צווייטע נושא אן דערמאנען דיע עבירה וואס ער/זי האט פריער געטוען און באקומען א עונש

תנאי ו' נישט צו לאנג ווארענען אדער סטראשענען אפצושרעקן אז ס'גייט קומען א פאטש, נאר ווארענען איינמאל, און אז ס'פעלט אויס געבט מען -די טראמא איז פון די פחד פארדעם נישט פון די פאטש אליינס

תנאי ז' נישט געבן אינפארנט פון אנדערע קינדער, נאר אויב ער/זי איז זיך מתחצף אינפארנט פון אנדערע

תנאי ח' ס'דארף זיין א מעסעדזש נישט אז ס'זאל צו שטארק וויי טוען, נאר גענוג אז ער/זי זאל עס נישט וועלן באקומען נאכאמאל

אויב זענט איר מסכים אדער איר זענט מחולק אויף סיי וועלכע פרט, אדער איר האט סיי וואס פאר א אנפראגע, פילט פריי צו פרעגן ברבים אדער אין אישי

איך דיסאגרי אויף תנאי ה׳, א קינד דארף נישט און טאר נישט פילן אז די טאטע האט שילד געפילן אדער חרטה פארן געבן א פאטש -פארשטייט זיך מ׳רעדט ווען מ׳געט די פעטש לויט די אנדערע תנאים געשמועסט- דאס טוט שאדן מאכן אלעס וואס די פעטש (איך זאג בלשון רבים ווייל צומאל פעלט זיך אויס מער ווי איין פאטש…) האבן געדארפט אויפטוען.
מען דארף סתם אזוי ארויסווייזען ליבשאפט צום קינד אין געווענליכע צייטן און אזוי אויך פאר, נאך און בשעתן געבן פעטש, אבער ארויסווייזען עקסטערע ליבשאפט דעמאלטס, דאס נישט. (עס זאגט זיך גרינגער ווי עס טוט זיך, ווייל ווי נישט ווי וויל נישט א טאטע שלאגן א קינד.)
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

בילל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 9:51 am
ו און שלאגן ווען מען איז אין כעס איז דאך שוין געאסרט אין די ש'ע.
אוואו אין ש"ע?
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm
לאקאציע:@שמעון משה'ס חבר

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 3:45 pm
נאר פאר חוצפה און ליגענט.

נישט געבן פעטש פארן ארויסקומען פון בעט אן רשות און פארן נישט אויפעסן די סאפער..

פארשטייט זיך עס ווענד זיך יעדע קינד, אבער קיין לכתחילה איז עס זיכער נישט.
ליגענט?
אפילו בשאול תחתיות יכולים להיות סמוכים אליו יתברך.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אמאל געהערט אז פעטש געבט מען נאר פאר א לא תעשה נישט פאר קיין עשה. ווייל אויב דאוונט ער נישט און דו געבסט אים א פאטש גייט אים אריין אין קאפ אז דאווענען איז רילעיטעד מיט פעטש, כאטש וואס דו מיינסט אים צו זאגן אז ״נישט דאווענען״ איז רילעיטעד מיט פעטש וועט ער אבער אויפכאפן אז למעשה ״דאווענען״ האט שייכות מיט פעטש, און ער וועט אוועקשטיין פון דעם. אבער פאר א זאך וואס ער טאר נישט טון ארבעט עס זייער גוט. אויב גייט ער אריבער די גאס אליין און דו געבסט אים א פאטש, גייט אריין ביי אים אין מח אז אריבער גיין די גאס איז רילעיטעד מיט פעטש, וועט ער עס נישט טוון נאכאמאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

ע''פ הלכה איז דא א איסור צו שלאגן א איד, פשטות איז עס א לאו פון 'פן יוסיף להכותו' וואס שטייט ביי מלקות. יעצט לצורך חינוך איז טאקע דא א היתר אבער עס דארף אמת'דיג אסאך מחשבה צו איז עס טאקע לצורך, ווייל אויב נישט איז עס א לאו דאורייתא שיש בו מעשה. איז בשעת מען איז אין כעס איז פשטות נישט שייך אמת'דיג צו שוקל זיין צו עס איז טאקע לחנך אדער נישט.
די ניק איז מער נישט אקטיוו
קינדערגארטן
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 10, 2021 5:25 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינדערגארטן »

אחד הרבנים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 5:38 pm
קינדערגארטן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 5:01 pm
ווען א טאטע האט א געזונטע קשר מיט זיינע קינדער פעלט עס כמעט נישט אויס ווייל די קינד וויל נישט פארלירן די שעצונג אין די אויגן פון די עלטערן ממילא איז גענוג צו זאגן מיט א שטרענגע בליק משה'לע איך ווייס דו האסט געמאכט א טעות און איך וויל עס מער נישט זעהן, אין רוב פעלער וועלן די קינדער אויפהערן פשוט צו בלייבן געשעצט אין די עלטערן'ס אויגן.
די שעצונג איז א לענגערע שמועס פאר זיך ואכמ"ל אבער איינע פון די וויכטיגע כללים איז א קינד האט נישט ליב לאורך הזמן ווען מ'געבט איהם/איר נאך ווען ער/זי פארפירט. אויב א קינד ווייסט אז זיין/איר טאטע שטייט אויף זיינע פרינציפן, און ווען ער זאגט ניין איז ניין און אפילו ער/זי זאל פארפירן און קוויטשענען פאר מעהן מינוט גייט זיך זיין מיינונג נישט טוישן, דעס אליין מאכט אז מארגן זאל די קינד עס שעצן און ווען זיין געשעצט אין זיינע אויגן.
און געוויסע פעלער אדער געוויסע עלטערן אדער געוויסע קינדער ווי/ווען מ'דארף יא ניצן פעטש -א זאך וואס מ'קען נישט ענטפערן באופן כללי, אז איינער וויל זאל ער קומען מיט א מעשה/משל אדער דא אדער אין אישי- פעלט זיך אבער אויס געוויסע תנאים צו וויסן פאר מ'געבט פעטש דהיינו


תנאי א' נישט מתוך כעס

תנאי ב' רוב מאל דארף מען נישט בפועל שלאגן, אבער די קינד דארף וויסן אז ער קען באקומען א פאטש, אויב א אנדערע עונש גייט נישט העלפן

תנאי ג' די קינד דארף וויסן אויף וועלכע עבירה ער באקומט די פאטש

תנאי ד' די קינד דארף וויסן אז די טאטע האט איהם באמת זייער ליב, און שלאגט נאר איהם/איר מחנך צו זיין

תנאי ה' די קינד זאל עטליכע מינוט נאכן זיך באראיגן באקומען א קאמפלימענט אדער א אנערקענונג פון ליבשאפט אויף אינגאנצן א צווייטע נושא אן דערמאנען דיע עבירה וואס ער/זי האט פריער געטוען און באקומען א עונש

תנאי ו' נישט צו לאנג ווארענען אדער סטראשענען אפצושרעקן אז ס'גייט קומען א פאטש, נאר ווארענען איינמאל, און אז ס'פעלט אויס געבט מען -די טראמא איז פון די פחד פארדעם נישט פון די פאטש אליינס

תנאי ז' נישט געבן אינפארנט פון אנדערע קינדער, נאר אויב ער/זי איז זיך מתחצף אינפארנט פון אנדערע

תנאי ח' ס'דארף זיין א מעסעדזש נישט אז ס'זאל צו שטארק וויי טוען, נאר גענוג אז ער/זי זאל עס נישט וועלן באקומען נאכאמאל

אויב זענט איר מסכים אדער איר זענט מחולק אויף סיי וועלכע פרט, אדער איר האט סיי וואס פאר א אנפראגע, פילט פריי צו פרעגן ברבים אדער אין אישי

איך דיסאגרי אויף תנאי ה׳, א קינד דארף נישט און טאר נישט פילן אז די טאטע האט שילד געפילן אדער חרטה פארן געבן א פאטש -פארשטייט זיך מ׳רעדט ווען מ׳געט די פעטש לויט די אנדערע תנאים געשמועסט- דאס טוט שאדן מאכן אלעס וואס די פעטש (איך זאג בלשון רבים ווייל צומאל פעלט זיך אויס מער ווי איין פאטש…) האבן געדארפט אויפטוען.
מען דארף סתם אזוי ארויסווייזען ליבשאפט צום קינד אין געווענליכע צייטן און אזוי אויך פאר, נאך און בשעתן געבן פעטש, אבער ארויסווייזען עקסטערע ליבשאפט דעמאלטס, דאס נישט. (עס זאגט זיך גרינגער ווי עס טוט זיך, ווייל ווי נישט ווי וויל נישט א טאטע שלאגן א קינד.)
איך האב בעיקר גערעדט פון קלענערע קינדער, וואס מאכן נישט דיע חשבון אז די טאטע האט שולד געפילן, אבער הוא הדין ביי עלטערע קינדער דארפן זיי נאך אלס פילן אז די טאטע האט זיי נאך אלס ליב למשל אויב ער האט געכאפט א פאטש אינמיטן די סעודה שבת, זאל מען איהם ארויסווייזן די זעלבע ליבשאפט ווי פאר די אנדערע קינדער ביים טיילן די אייסקריעם, און ווען ער זינגט שיין זמירות מעג מען איהם עס ארויסווייזן וכדומה
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

אין תורה אפטיילונג לויפן גאר שטארקע חינוך ארטיקלען, לעצטענס האט ער גערעדט פון פעטש און פונקטליך אראפגעלייגט וויאזוי עס דארף צוגייו און אין וועלכע יארן מען זאל עס ניצן, אבער בתנאי כפול ומכופל אז די גאנצע מהלך החינוך איז ריכטיג און די מצב אין שטוב איז גוט אוועקגעשטעלט לויט זיינע הקדמות (וואס ער האט געשריבן במשך איבער א יאר!)

איך פאר מיר האב א שטארקע ליניע וואס ווען מען שפאצירט דאס אריבער קומט אינסטענטלי א פאטש... אין איך בין מקפיד סזאל וויי טון אז נישט ווערט עס א דזשאוק, אזוי איז ביי מיר.
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
קינדערגארטן
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 10, 2021 5:25 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינדערגארטן »

קינדערגארטן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 5:01 pm
ווען א טאטע האט א געזונטע קשר מיט זיינע קינדער פעלט עס כמעט נישט אויס ווייל די קינד וויל נישט פארלירן די שעצונג אין די אויגן פון די עלטערן ממילא איז גענוג צו זאגן מיט א שטרענגע בליק משה'לע איך ווייס דו האסט געמאכט א טעות און איך וויל עס מער נישט זעהן, אין רוב פעלער וועלן די קינדער אויפהערן פשוט צו בלייבן געשעצט אין די עלטערן'ס אויגן.
די שעצונג איז א לענגערע שמועס פאר זיך ואכמ"ל אבער איינע פון די וויכטיגע כללים איז א קינד האט נישט ליב לאורך הזמן ווען מ'געבט איהם/איר נאך ווען ער/זי פארפירט. אויב א קינד ווייסט אז זיין/איר טאטע שטייט אויף זיינע פרינציפן, און ווען ער זאגט ניין איז ניין און אפילו ער/זי זאל פארפירן און קוויטשענען פאר צעהן מינוט גייט זיך זיין מיינונג נישט טוישן, דעס אליין מאכט אז מארגן זאל די קינד עס שעצן און ווען זיין געשעצט אין זיינע אויגן.
און געוויסע פעלער אדער געוויסע עלטערן אדער געוויסע קינדער ווי/ווען מ'דארף יא ניצן פעטש -א זאך וואס מ'קען נישט ענטפערן באופן כללי, אז איינער וויל זאל ער קומען מיט א מעשה/משל אדער דא אדער אין אישי- פעלט זיך אבער אויס געוויסע תנאים צו וויסן פאר מ'געבט פעטש דהיינו


תנאי א' נישט מתוך כעס

תנאי ב' רוב מאל דארף מען נישט בפועל שלאגן, אבער די קינד דארף וויסן אז ער קען באקומען א פאטש, אויב א אנדערע עונש גייט נישט העלפן

תנאי ג' די קינד דארף וויסן אויף וועלכע עבירה ער באקומט די פאטש

תנאי ד' די קינד דארף וויסן אז די טאטע האט איהם באמת זייער ליב, און שלאגט נאר איהם/איר מחנך צו זיין

תנאי ה' די קינד זאל עטליכע מינוט נאכן זיך באראיגן באקומען א קאמפלימענט אדער א אנערקענונג פון ליבשאפט אויף אינגאנצן א צווייטע נושא אן דערמאנען דיע עבירה וואס ער/זי האט פריער געטוען און באקומען א עונש

תנאי ו' נישט צו לאנג ווארענען אדער סטראשענען אפצושרעקן אז ס'גייט קומען א פאטש, נאר ווארענען איינמאל, און אז ס'פעלט אויס געבט מען -די טראמא איז פון די פחד פארדעם נישט פון די פאטש אליינס

תנאי ז' נישט געבן אינפארנט פון אנדערע קינדער, נאר אויב ער/זי איז זיך מתחצף אינפארנט פון אנדערע

תנאי ח' ס'דארף זיין א מעסעדזש נישט אז ס'זאל צו שטארק וויי טוען, נאר גענוג אז ער/זי זאל עס נישט וועלן באקומען נאכאמאל

אויב זענט איר מסכים אדער איר זענט מחולק אויף סיי וועלכע פרט, אדער איר האט סיי וואס פאר א אנפראגע, פילט פריי צו פרעגן ברבים אדער אין אישי
יישר כח פאר אלע פידבער און פאר אלע ואס זענען געקומען אין אישי זיך באדאנקען און איבערפרעגן

אויף דעם וואס איינער האט אנגעפרעגט אין אישי, איבער וועלכע פלאץ אויפן גוף צו שלאגן און צו מיט די האנט אדער א פאסיק, וועל איך זאגן מיין מיינונג

פאר קליינע קינדער (ביז בעריך7 יאר אלט-ווענד זיך ווי א קינד) איז גענוג צו שלאגן מיט די האנט אויף די האנט, און איך מיין אז ענדערשער אויף די דרויסענדיגע זייט פון די האנט ווי די זייט אין וואס מ'האלט זאכן, ווייל דעמאלס האט עס מער א משמעת פון א עונש ווי פון א געים.
פאר עלטערע קינדער וואס אויף די האנט וועט נישט אפעקטירן און זיי וועלן נישט מורא האבן דערפון, קען מען געבן מיט די האנט אויף די גענאק, עס טוט וויי, ער גרייט זיך נישט דערויף און עס אפעקטירט נישט פאר מער ווי עטליכע מינוט, אויב מ'מיינט אז עס וועט נישט העלפן קען מען יא געבן אויף די פנים אבער נישט אזוי שטארק אז עס זאל בלייבן א צייכן, נאר גענוג אז ער זאל עס נישט וועלן טוען נאכאמאל.

איך מיין אז ביי עלטערן (איך רעד יעצט נישט פון מלמדים) איז מיט א פאסיק איז עס מער אז מ'וויל אפטוען אדער נקמה נעמען אינעם קינד, און נישט אזוי ווייט אלס חינוך, מ'זאל ענדערשער געבן מיט די האנט
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3266
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

.
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

שלאגן היינטיגע צייטן, לאו דווקא קינדער איז א אפגעפרעגטע זאך.

א מענטש פילט זיך שטארק נשפל ווען מען כאפט א פראסק...

מען דארף שטארק אכטונג געבן אויב/ווען און וויאזוי מען שלאגט.
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

בילל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 9:51 am
שלאגן ווען מען איז אין כעס איז דאך שוין געאסרט אין די ש'ע.
ווילסט מיר זאגן אז מיינע מלמדים האבן יעדן טאג עובר געווען אויפ'ן שו"ע?
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 30, 2024 11:40 pm
בילל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 9:51 am
שלאגן ווען מען איז אין כעס איז דאך שוין געאסרט אין די ש'ע.
ווילסט מיר זאגן אז מיינע מלמדים האבן יעדן טאג עובר געווען אויפ'ן שו"ע?
יא אוודאי וואסזשע דען?
נישט נאר דעי שו''ע..
די ניק איז מער נישט אקטיוו
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3226
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 30, 2024 11:40 pm
בילל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 9:51 am
שלאגן ווען מען איז אין כעס איז דאך שוין געאסרט אין די ש'ע.
ווילסט מיר זאגן אז מיינע מלמדים האבן יעדן טאג עובר געווען אויפ'ן שו"ע?
וואס דען? וויפיל מלמדים לערנען דען דורך הלכות מלמדים?

לגבי די חלק פון שלאגן איז דא סעף אין שו''ע יו''ד סימן רמ'''ה וואס שטייט אזוי

''לא יכה אותו המלמד מכת אויב מוסר אכזרי, לא בשוטים ולא במקל, אלא ברצועה קטנה''.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דער באר מים חיים שרייבט אז עס שטייט נאר חושך שבטו שונא בנו, נישט חושך הכאה, ווייל אז א טאטע האט באמת ליב זיין קינד מאכט ער זיכער אז ער זאל נישט דארפן שלאגן דורכן פראמינענט ארויס שטעלן דעם שטעקן אז עס זאל דינען אלץ שטענדיגע דערמאנונג פארן קינד וואס וועט פאסירן אויב ער פאלגט נישט - און דורך דעם וועט ער פאלגן און מען וועט אים נישט דארפן שלאגן
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”