די שליסלעך צום ווייסן הויז
אין איין ווארט א נעי"ל בייטע"ר.
אינדערצייט וואס מיט יעדע טאג וואס גייט פארביי שטורעמט ארויס נאך אנקעטעס, און מיט יעדע אנקעטע פריידט זיך אן אנדערע זייט וויסט מען אבער אז פאר יארן איז געוועהן אינטערסאנט נאכצוקוקן די פאולס וואס זענען ארויסגעקומען, און עס האט געגעבען א שטיקעל בליק אויף וואס מ'קען ערווארטען. אבער די לעצטע פאר יאר האט זיך אלעס געטוישט ווען פאולס שטעלן זיך אויס צו זיין איין עלעקשאן נאך די אנדערע אלס אומאקוראט.
און נאכמער מ'קען זיך ניטאמאל אויסרעכענען צוליב וואס אינדערצייט וואס אין 2016 און אין 2020 האטעס אינטערגעשאצט די רעפאבליקאנער- האט עס און 2022 גראב אינטערגעשאצט די דעמאקראטען, איז יעדער ווייסט אז פאולס איז שוין נישט די פארזיכערטע וועג פון פאראויסקוקן.
מענטשען און עקספערטען טוען פאר יעדע עלעקשאן פאראויסשאצן, און אסאך געלט ווערט געבע"ט אויף דעם געביט אבער למעשה איז רוב דערפון געבויעט אויף לופט.
איז לאמיר אריינדייווע"ן ס'דא א פראפעסער פון ניו יארק, א רעגעסטרירטע דעמאקראט "עלאן ליכטמאן" וואס דער 76 יעריגע פאליטישער עקספערט האט אויפגעשטעלט א פראגרעם וויאזוי ער שאצט פאר ווער ס'וועט זיין די געווינער - און איז געוועהן גערעכט מיט זיין פארשאצונג ביי אלע פרעזעדענטליכע עלעקשאן'ס זייט 1984, חוץ און 2000 ווען ער האט פארגעשאצט אז על גאור (זיין מיטלויפער איז געוועהן דשאו ליבערמאן ע"ה..)וועט געווינען און למעשה האט בוש ארויסגעשלעפט א שמאלע געווינס, דאך האט ער אבער מסביר געוועהן אז זיין מהלך איז געוועהן געבויעט אויף די פאפולער וואויט, און על גאור האט טאקע באקומען מיט א האלב מיליאן שטימען מער ווי בוש, ליכטמאן האט זייט דעמאלס אנגעהויבען אריינרעכענען די פאקט אז מ'דארף נישט געווינען די פאפולער שטימען צו געווינען.
אזוי אויך איז ער געוועהן פון זי איינציגסטע פאראויסצושאצען אז טראמפ וועט געווינען אין 2016.
זיין מהלך איז געבויעט אויף דרייצען שליסלעך, ווען דער פארטיי וואס האלט די ווייסע הויז דארף נעמען 8 אז נישט פארלירען זיי.
איז גיימיר בעזרת השם אריינטאנצען אין דעם, מיט קודם צולייגען די 13 שליסלעך, דערנאך אדורך גיין אלע עלעקשאן'ס זייט 1984 זעהן וויאזוי ס'האט געארבעט און זעהן פארוואס און ווען ער האט געטיילט די שליסלעך - און לויט דעם קענמיר אונז אנהייבען שפעקעלירען און אויסארבעטן צוזאמען די באדן פאר 2024, און אלטעמיטל"י אויסווארטען פאר תשרי צייט ווען זיין אויפציעלע שאצונג קומט ארויס.
[איך וויל שוין א לאנגע צייט אריינטאנצען אין דעיס, רוב פון די וואס ליינען האבן שוין זיכער געהערט פון אים - אזוי אויך האט א צייטונג אפאר וואכען צוריק געהאט אן ארטיקעל איבער עס, (גראדע גאנץ שיטער מסביר געוועהן אבער דאך..) איז לאזט מיר וויסן צו אזא זאך וואלט געוועהן אינטערסאנט.]
שכח פארן ליינען.
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are