די אנקעטע האסטו געדארפט מאכן נאך פאר ער האט ארויסגעגעבן זיין שאצונג. האסט געמיינט אז די טראמפיסטן גייען זאגן יא, נאך א העריס פרעדיקשן?
ס’איז די ONE AND ONLY TIME וואס די הויכע פענסטער פרעגן דיין אפיניען.... חוץ מזה איז סתם מקוה TALK... קליק די לינק צו זעהן ווי די קענסט שטימען 👇👇👇👇👇 https://findmypollsite.vote.nyc/
קודם כל אן הקדמה, ס'איז דא 2 וועגן פאראויסצושאצן ווער ער עס גייט געווינען א פרעזידענטליכע פארמעסט, די ערשטע וועג, איז צו ניצן אנקעטעס, מען ניצט אנקעטעס, און לויט וואס די אנקעטע זאגט, שאצט מען פאר בערך וויאזוי די וואלן וועלן גיין. די צווייטע מהלך איז צו ניצן פונדעמענטעלס, דאס הייסט מען קוקט אויף געוויסע סימנים, און באזירט אויף די סימנים, טוהט מען שאצן די אויסגאנג פון די פארמעסט.
לאמיר געבן אפאר משלים פון פונדעמענטעלס. וויפיל געלט א קאנדידאט טרייבט אויף, וויפיל מענטשען געבן צושטייער פאר די קאמפיין (אפילו קליין געלט), וויפיל מענשטען געבן אוועק צייט פאר א קאמפיין (די אלע זענען נכלל אין וואס מען רופט די גרעס רוטס פון א קאמפיין). דערנאך קען מען קוקן ווי פאפולער א פרעזידענט איז, ווי פאפולער די 2 פארטייען זענען, וועלעכע פארטיי האט צוגעזעהן מער וואוטערס, וכו' וכו', מען קען קוקן אויך אויף די מצב אויף דער ערד, ווי גוט גייט די עקאנאמיע? וויפיל מענטשען זענען צופרידן פון די מצב פון די מדינה וכו' וכו', בקיצור, מען קוקט אויף די פאקטן ארום די וואלן, נישט די אנקעטעס זעלבסט.
יעצט, אנגענומען איז, אז פריער אין די וואלן, זענען פאנדומענטעלס מער אקוראט, און שפעטער, נאנט צו די וואלן, זענען די אנקעטעס מער אקוראט, יעדער פארשטייט, אז אן אנקעטע גענומען 7-8 חדשים איידער די וואלן, טוהט עכט נישט זאגן צופיל אויף די אויסגאנג פון די וואלן, ווייל אפילו נניח אז די אנקעטע איז אקוראט, קען זיך נאך די זאכן היפש טוישן ביז די וואלן. דאן קומט אריין די פונדעמענטעלס, די פונדעמענטעלס טוישן זיך נישט אזוי שנעל ווי די אנקעטעס, און מילא 7-8 חדשים איידער די וואלן, זענען די פונדעמענטעלס מער אקוראט ווי די אנקעטעס. משא"כ שפעטער, נאנט צו די וואלן, דאן זענען די אנקעטעס מער אקוראט.
כאטש וואס דאס איז די אנגענומע מהלך ביי כמעט אלע וואס טוהן אין פאליטיק, איז ליכטמאן א יחיד, וועלעכע טענה'ט אז מען קען בלויז מיט פונדעמענטעלס פאראויסשאצן די וואלן, און נישט בלויז פאראויסשאצן בערך, נאר מען קען עס שאצן מיט א 100% זיכערקייט. און נישט נאר די פאנדעמענטולס קענען שאצן מיט 100%, מען דארף אפילו נישט ניצן אלע פאנדומענטעלס, ס'איז גענוג אויב מען ניצט בלויז א קליין חלק דערפון. ליכטמאן זאגט אז זיין סיטסעם האט צוויי אויפטוהנגען, איינס, ס'איז מער אקוראט ווי די אנקעטעס, און צוויי, יעדער איינער קען דאס ניצן, ס'איז סימפעל צו ניצן, יעדער קען עס ניצן.
די מאדעל איז געבויעט אויף 13 שליסלען, און ס'איז באזירט אויף די 31 וואלן וואס זענען פארגעקומען צעווישן 1860 און 1980 (ועד בכלל). אין די ערשטע פרידיקישען איז געמאכט געווארן פאר די 1984 וואלן, ווי ער האט ריכטיג פאראויסגעשאצט אז רעיגען גייט געווינען ווידער ערוויילונג, זינט דאן האט ער שוין פאראויסגעשאצט 9 פון 10 וואלן ריכטיג.
נאך אן הקדמה, עס גייט מיר נישט אן וואס ליכטמאן זאגט, די מאדעל איז באזירט אויף פאפולער וואוט, און קען בלויז שאצן פאפולער וואוט נישט עלעקטעראל, פארוואס זאג איך דאס? וויבאלד זיין היסטארישע דעטע, אויף וואס ער באזירט זיין מאדעל, איז אויף פאפולער וואוטס, נישט אויף עלעקטארעלס. למשל אין 1876, רעכענט זיין מאדעל אז טילדען האט געווינען, נישט הייעס, און אפילו וועסט מיר זאגט אז די 1876 וואלן זענען געווען גע'גנב'ט, דאן אין דעם פאל, קענסטו בכלל נישט רעכענען די וואלן פון 1876, וויבאלד קיינער ווייסט נישט ווער עס האט באמת געווינען די 1876 וואלן (און די זעלבע ביי 2000, אפילו אם תמצא לומר אז ס'איז געווען גע'גנב'ט, און באמת האט גאור געווינען, איז נישט דא קיין שום וועג פעסטצושטעלן ווער עס האט באמת געווינען און די קענסט עס נישט רעכענען פאר א "ריכטיגע" שאצונג, בלויז פאר א "אומבאשטעטיגטע" שאצונג). דאס איז חוץ פון דעם וואס ער רעכענט די 1888 וואלן פאר קליוולענד, כאטש וואס הערריסען האט קלאר געווינען די עלעקטארעל קאללידזש.
נאך עפעס, אויף די היסטארישע וואלן, איז בכלל נישט קיין קונץ צו מאכן א מאדעל וואס ווייזט אויף א גראדע שניט אין די אלע, אויב פעלט עס אויס, לייגט מען צו נאך א שליסל, און מען רעכענט איבער, און טאמער עס שטימט נישט, נעמט מען אוועק א שליסל ביז עס שטימט.
א דריטע נקודה, ווען די זאגסט פאר איינער וואס טוהט אין סטאיסטיק, איך האב געקוקט אויף 31 דעטע פוינטס (די 31 וואלן), און איך בין געקומען אויף א 100% מסקנא, וואלט ער דיר געלאכט אין פנים אריין, קודם כל 100% קען קיינמאל נישט זיין, אין 31 דעטע פוינטס? פון וועם מאכסטו חוזק? חוץ מזה וואס לדעתי קען מען נישט אפילו ניצן אלע 31, למשל די וואלן פון 1864, ווען האלב אמעריקע האט נישט געוואלט שטימען, ולמחצה לשליש ולרביע די 1868 וואלן, ווי געוויסע סטעיטס האבן נאך אלץ נישט געקענט שטימען. חוץ מזה וואס די וואלן פון 1900 למשל, איז אינגאנצען אנדערש פון די וואלן פון 2024, און צו לערנען פון די וואלן פון 1900 אויף די וואלן פון 2024 איז א שטיקל סטרעטש.
יעצט לאמיר דורכגיין די היסטארישע וואלן פארמעסטען, איך איגנאריר די ערשטע 3, וויבאלד זיי זענען ווילד אנדערש פון די אנדערע וואלן.
1872 3 פאלטשע שליסלען = 11.8% אינקאמבענט געווינס 1876 9 פאלטשע שליסלען = 3% אינקאבענט פאלוסט 1880 4 פאלטשע שליסלען = 0.11% אינקאבענט געווינס. שטעלט ענק פאר, א ריזיגע סקאנדאל אין 1880 וואלט נישט גערוקט די נידל, סאומהאו וואלט עס עם געקאסט ווייניגער פון 0.11% פון די פאפולער וואוט. 1884 7 פאלטשע שליסלען = 0.5% אינקאמבענט פארלוסט. אין 1884 וואלט א מעידזשער מילטערישע סוקסעס נישט גערוקט די נידל מיט 0.5% 1888 5 פאלטשע שליסלען = 0.8% אינקאבענט געווינס. אין 1888 וואלט א סקאנדל גערוקט די וואלן מיט 0.8% אבער אין 1880 וואלט עס נישט גערוקט די וואלן מיט 0.11% 1892 6 פאלטשע שליסלען = 3% אינקאמבענט פארלוסט. אין 1892 וואלט א מילטערישע סוקסעס גערוקט די וואלן מיט 3%, אבער אין 1884 וואלט עס נישט גערוקט מיט 0.5% 1896 8 פאלטשע שליסלען = 4.3% אינקאבענט פארלוסט 1900 3 פאלטשע שליסלען = 6.1% אינקאמענט געווינס 1904 0 פאלטשע שליסלען = 18.8% אינקאמבענט געווינס 1908 3 פאלטשע שליסלען = 8.5% אינקאמבענט געווינס 1912 6 פאלטשע שליסלען = 18.6% אינקאמבענט פארלוסט, קומט אריין דריט. א שאד, אביסל קאריזמע, אדער א מיליטערישע סוקסעס וואלט עם געבערענגט 18.6%, אפילו א פאליסי טויש וואס די פאלק וואלט געשאלטען, וואלט עם געברענגט 18.6%, און באמת ווען רוזוועלט מאכט זיין פארטיי איידער טשעלענדזשען טעפט אין די רעפובליקאנער פריימערי, דאן וואלט טעפט זיכער געווינען. 1916 3 פאלטשע שליסלען = 3.1% אינקאמבענט געווינס. א חידוש, א סקאנדאל און א מעידזשר מיליטערישע דורכפאל וואלט נישט גערוקט די נידל 3%. 1920 8 פאלטשע שליסלען = אינקאמבענט פארלוסט פון 26.3% 1924 4 פאלטשע שליסלען = אינקאמבענט געווינס פון 25.2% 1928 3 פאלטשע שליסלען = אינקאמבענט געווינס פון 17.4% הממ... פארדינט א שליסל און פארלוירען 7.8% פון זיין שטיצע 1932 8 פאלטשע שליסלען = 17.8% אינקאמבענט פארלוסט 1936 1 פאלטשע שליסעל = אינקאמבענט געווינס פון 24.3% 1940 2 פאלטשע שליסלען = 9.9% אינקאמבענט געווינס 1944 2 פאלטשע שליסלען = 7.5% אינקאמבענט געווינס אינטרעסאנט, אין 1880 וואלט טוישן א פאלטשע שליסל נישט גערוקט די וואלן מיט 0.11%, אבער אין 1944, אין קיין שום טויש איז שליסלען, האבן זיך די וואלן גערוקט 2.4% 1948 5 פאלטשע שליסלען = אינקאבענט געווינס פון 4.4% 1952 8 פאלטשע שליסלען = 10.9% אינקאמבענט פארלוסט 1956 1 פאלטשע שליסל = 15.4% אינקאמבענט געווינס 1960 9 פאלטשע שליסלען = אינקאמבענט פארלוסט פון 0.17% איבערראשענד, א מילטערישע סוקסעס, און א פעסטע לאנג און קורץ טערמיניגע עקאנמיע צוזאמען, וואלטן נישט גערוקט די נידל מיט 0.17% 1964 3 פאלטשע שליסלען = 23.6% אינקאמבענט געווינס 1968 8 פאלטשע שליסלעען = 0.7% אינקאמבענט פארלוסט אפילו א געווינס אין די וויעטנאם מלחמה וואס וואלט געטוישט א דורכפאל צו א סוקסעס, וואלט נישט גערוקט די נידל מיט 0.7% 1972 4 פאלטשע שליסלען = 23.2% אינקאמבענט געווינס 1976 8 פאלטשע שליסלען = 2.1% אינקאמבענט פארלוסט קוקט אויס וואטערגעיט איז נישט געווען אזא ביג דיעל, עס וואלט נישט געטוישט קיין 2.1% פון די שטימען, נישט נאר האט עס נישט געטוישט 2.1% פון די שטימען, אפילו עס וואלט געווען א שטארקע מילטערישע סוקסעס אנשטאט די וואטערגעיט סקאנדאל, וואלט די אינקאבמענט סייווי נישט צובאקומען 2.1% פון די וואלן. 1980 8 פאלטשע שליסלען = 9.7% אינקאמבענט פארלוסט. וואונדער איבער וואונדער!! אין 1976 וואלט 2 שליסלען נישט אויסגעמאכט 2.1%, אבער אין 1980, אן קיין שום שליסל טויש, האט זיך עס געטוישט 7.6%!!
יעצט לאמיר אריבערגיין אויף די נייע וואלן
1984, 2 פאלטשע שליסלען = 18.2% אינקאמבענט געווינס. א שטארקע לענדסלייד, סיי די פונדעמענטעלס, און סיי די אנקעטעס האבן קיינמאל נישט געגעבן פאר מאנדעיל א טשענס.
1988 3 פאלטשע שליסלען = 7.8% אינקאמבענט געווינס. דא איז געווען ליכטמאנ'ס ערשטע געווינס, פרי אין 1988 איז דוקאקיס געווען שטארק פאראויס אין די אנקעטעס, טראץ דעם, האט זיך ליכטמאן געהאלטען ביי זיינס אז בוש גייט געווינען, שפעטער אין סעפטעמבער האט בוש איבערגענומען א ברייטע ליעד אין די פאולס, און האט צום סוף געווינען. דא האט ער געהאט א שטארקע סוקסעס, איז אנפאנג יאר ווען די אנקעטעס האבן געזאגט דוקאקיס, האט ער געזאגט בוש, און ער איז גערעכט געווען, און די אנקעטעס נישט. אבער, די פונדעמענטעלס זענען אלעמאל געווען בעסער פאר בוש, אין א גוטע איקאנמי און די וויצע פרעזידענט פון א פאפולערער פרעזידענט, וואלטן די פונדעמענטעלס געזאגט אז ער זאל געווינען, און מילא האט זיך ליכטמאן פארלאזט אויף די פונדעמענטעלס, ווי איידער די פריע אנקעטעס. באמת האט ער גארנישט איינגעשטעלט, ער וואלט סעפטעמבער געקענט טוישן, ער וואלט נאר גוט געדארפט דרייען מיט'ן צונג איבערצודרייען אפאר שליסלן.
1992 6 פאלטשע שליסלען = 5.6% אינקאבענט געווינס. אה 1992. די ערשטע יאר וואס ליכטמאן האט געדארפט פארטיידיגען זיין מאדעל. דורכאויס 1992 זענען געווען 4 פאלטשע שליסלען, און 2 וואקעלדיג'ע שליסלען, דאס איז געווען ראס פעראו, וועלעכע האט גערעדט פון לויפן אלץ דריטע קאנדידאט, און די עקאנמיע וועלעכע איז געווען שוואך אבער נישט אין רעססיע. די פונדעמענטעלס דא זענען אויך נישט געווען אזוי נוצבאר, און מען האט זיך געדארפט פארלאזן אויף אנקעטעס, ליכטמאן איז נישט געקומען צו א באשלוס וויאזוי צו לייגן די קורץ-טערמיניגע עקאנמיע ביז אקטובער, ווען ער האט עס געגעבן פאר קלינטען. דאן האט שוין קלינטען געהאט א שטארקע ליעד אין די אנקעטעס. ליכטמאן איז געווען רואיג צו געבן די שליסל פאר קלינטען.
לדעתי איז די ליכטמאן מאדעל געווען ראנג אין 1992, די מאדעל, געבויט אויף היסטארישע דעטע ווי ליכטמאן לייגט עס אראפ, האט קיינמאל נישט גענומען אין באטראכט וואס די עולם האט געהאלטען יא רעססיע, אדער נישט רעססיע, עס האט געקוקט אויף די מציאות, די מציאות אין 1992 איז געווען נישט רעססיע, בלויז 5 פאלטשע שליסלען, די אינקאמבענט האט פארלוירען. פיריעד. יא, ליכטמאן האט געזען אויף די אנקעטעס אז ס'איז צרות, און געטוישט פרידקעשען, און שוין. ליכטמאן איז געווען גערעכט, אבער די מאדעל נישט. די ליכטמאן מאדעל איז געווען אףף אין 1992.
1996 5 פאלטשע שליסלן = אינקאמבענט געווינס פון 8.5% פאפולערע פרעזידענט לויפט פאר ווידערעוויילונג, נישט די פונדעמענטעלס און נישט די אנקעטעס האבן געגעבן א טשענס פאר דאול
2000 5 פאלטשע שליסלן = אינקאמבענט געווינס פון 0.5% קלינטען טראץ זיין סקאנדעל איז נאך געווען היפש פאפולער, און זיין וויצע איז געלאפן, די פאנדעמענטעלס האבן אפשר געשטעלט גאור פאראויס מיט א משהו.
איך שלאף שוין נישט פאר עטליכע נעכט וועגן דעם ליכטמאן... איך האב שוין אויפגעגעבן אויף טראמפ...
יעצט קען איך גיין זיך אויסרוען געהעריג...
@תרמבבתקפו...
ס’איז די ONE AND ONLY TIME וואס די הויכע פענסטער פרעגן דיין אפיניען.... חוץ מזה איז סתם מקוה TALK... קליק די לינק צו זעהן ווי די קענסט שטימען 👇👇👇👇👇 https://findmypollsite.vote.nyc/
דו פרייסטעך מיט די דעמאקראטן'ס סוקסעסן און איך פריי מיך מיט טראמפ'ס, הער אויף פעינטן א פיקטשער ווי כאילו דו ביזט דער נייטראלער מענטש און איך בין דער פארגלייבטער קולטיסט.