די שליסלעך צום ווייסן הויז

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

מ'האלט שוין גאנץ נאנט צו דער 2024 פרעזידענטליכער וואלן, יעדער וואס האלט מיט פאלאטיק'ס שטייט און ווארט צו זעהן וויאזוי די עלעשען וועט זיך ענדיגען.

אין איין ווארט א נעי"ל בייטע"ר.

אינדערצייט וואס מיט יעדע טאג וואס גייט פארביי שטורעמט ארויס נאך אנקעטעס, און מיט יעדע אנקעטע פריידט זיך אן אנדערע זייט וויסט מען אבער אז פאר יארן איז געוועהן אינטערסאנט נאכצוקוקן די פאולס וואס זענען ארויסגעקומען, און עס האט געגעבען א שטיקעל בליק אויף וואס מ'קען ערווארטען. אבער די לעצטע פאר יאר האט זיך אלעס געטוישט ווען פאולס שטעלן זיך אויס צו זיין איין עלעקשאן נאך די אנדערע אלס אומאקוראט.

און נאכמער מ'קען זיך ניטאמאל אויסרעכענען צוליב וואס אינדערצייט וואס אין 2016 און אין 2020 האטעס אינטערגעשאצט די רעפאבליקאנער- האט עס און 2022 גראב אינטערגעשאצט די דעמאקראטען, איז יעדער ווייסט אז פאולס איז שוין נישט די פארזיכערטע וועג פון פאראויסקוקן.

מענטשען און עקספערטען טוען פאר יעדע עלעקשאן פאראויסשאצן, און אסאך געלט ווערט געבע"ט אויף דעם געביט אבער למעשה איז רוב דערפון געבויעט אויף לופט.

איז לאמיר אריינדייווע"ן ס'דא א פראפעסער פון ניו יארק, א רעגעסטרירטע דעמאקראט "עלאן ליכטמאן" וואס דער 76 יעריגע פאליטישער עקספערט האט אויפגעשטעלט א פראגרעם וויאזוי ער שאצט פאר ווער ס'וועט זיין די געווינער - און איז געוועהן גערעכט מיט זיין פארשאצונג ביי אלע פרעזעדענטליכע עלעקשאן'ס זייט 1984, חוץ און 2000 ווען ער האט פארגעשאצט אז על גאור (זיין מיטלויפער איז געוועהן דשאו ליבערמאן ע"ה..)וועט געווינען און למעשה האט בוש ארויסגעשלעפט א שמאלע געווינס, דאך האט ער אבער מסביר געוועהן אז זיין מהלך איז געוועהן געבויעט אויף די פאפולער וואויט, און על גאור האט טאקע באקומען מיט א האלב מיליאן שטימען מער ווי בוש, ליכטמאן האט זייט דעמאלס אנגעהויבען אריינרעכענען די פאקט אז מ'דארף נישט געווינען די פאפולער שטימען צו געווינען.

אזוי אויך איז ער געוועהן פון זי איינציגסטע פאראויסצושאצען אז טראמפ וועט געווינען אין 2016.

זיין מהלך איז געבויעט אויף דרייצען שליסלעך, ווען דער פארטיי וואס האלט די ווייסע הויז דארף נעמען 8 אז נישט פארלירען זיי.

איז גיימיר בעזרת השם אריינטאנצען אין דעם, מיט קודם צולייגען די 13 שליסלעך, דערנאך אדורך גיין אלע עלעקשאן'ס זייט 1984 זעהן וויאזוי ס'האט געארבעט און זעהן פארוואס און ווען ער האט געטיילט די שליסלעך - און לויט דעם קענמיר אונז אנהייבען שפעקעלירען און אויסארבעטן צוזאמען די באדן פאר 2024, און אלטעמיטל"י אויסווארטען פאר תשרי צייט ווען זיין אויפציעלע שאצונג קומט ארויס.

[איך וויל שוין א לאנגע צייט אריינטאנצען אין דעיס, רוב פון די וואס ליינען האבן שוין זיכער געהערט פון אים - אזוי אויך האט א צייטונג אפאר וואכען צוריק געהאט אן ארטיקעל איבער עס, (גראדע גאנץ שיטער מסביר געוועהן אבער דאך..) איז לאזט מיר וויסן צו אזא זאך וואלט געוועהן אינטערסאנט.]

שכח פארן ליינען.
לעצט פארראכטן דורך א צווייטע מיך אום פרייטאג מארטש 29, 2024 1:30 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

געווען באשריבן אינעם מאמענט אפאר וואכן צוריק.

איינער האט שוין געעפענט אן אשכול איבער דעם.

לאמיר הערן פון דיר אויך.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

איך האב עס געליינט אין די מאמענט, אבער ער האט געמאכט זייער א שוואכע דזשאב לענ''ד, ער האט עס זייער פלאטשיק מסביר געווען, איז אדרבה שרייב דו.
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

די איד האט אויך געשריבן אפאר וואכן צוריק דערפון איך געדענק שוין נישט פונקטליך וואסדי 13 שליסלעך זענען אבער איך גדענק נאר אז ס'זאכן וואס ביידע זייטן גייען טענען אז זיי האבן עס
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

דער ליכטמאן טועשט אפטמאל ווען די וואלן ווערען נענטער.. ער איז א cold reader
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5703
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

זיין תירוץ וואס ער זאגט אויף די 2000 עלעקשאן איז ליפט ער פארשטייט אויך נישט וואס ער זאגט ... שוואכע תירוץ
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

fiena nieas האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 12:14 am
זיין תירוץ וואס ער זאגט אויף די 2000 עלעקשאן איז ליפט ער פארשטייט אויך נישט וואס ער זאגט ... שוואכע תירוץ
איך האלט גראדע אז אום 2000האט ער ער יא צוגעטראפן די סופרים קאורט האט עס פשוט אוועקגענומן פון ליבערמאן. אום 2020 האט ער גע׳טעות, ווייל באמת האט טראמפ געוואונען פאר די רויבעריי... אבער לאמיר נישט ממית׳ן נאך אשכול.

---
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

fiena nieas האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 12:14 am
זיין תירוץ וואס ער זאגט אויף די 2000 עלעקשאן איז ליפט ער פארשטייט אויך נישט וואס ער זאגט ... שוואכע תירוץ
וואס זאגט ער?
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שטארק זיך האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 12:20 am
fiena nieas האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 12:14 am
זיין תירוץ וואס ער זאגט אויף די 2000 עלעקשאן איז ליפט ער פארשטייט אויך נישט וואס ער זאגט ... שוואכע תירוץ
איך האלט גראדע אז אום 2000האט ער ער יא צוגעטראפן די סופרים קאורט האט עס פשוט אוועקגענומן פון ליבערמאן. אום 2020 האט ער גע׳טעות, ווייל באמת האט טראמפ געוואונען פאר די רויבעריי... אבער לאמיר נישט ממית׳ן נאך אשכול.

---
אוועטאר
Presidential Estates
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 3:02 pm

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Presidential Estates »

סובסקרייבט.
גיי אן!
👇👇👇👇👇👇👇
א גרויסע 6 בעדרום ’פול פורנישד’ הויז צו פארדינגען פאר שבת.
פאר מער אינפארמאציע קום אין אימעיל.
צו פארמיידן חשש גילו...

[email protected]
אוועטאר
שמן ששון
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »

ווארטמער...
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

אבנר בן-נר האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 10:40 pm
איך האב עס געליינט אין די מאמענט, אבער ער האט געמאכט זייער א שוואכע דזשאב לענ''ד, ער האט עס זייער פלאטשיק מסביר געווען, איז אדרבה שרייב דו.
א צווייטע מיך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 9:47 pm


[איך וויל שוין א לאנגע צייט אריינטאנצען אין דעיס, רוב פון די וואס ליינען האבן שוין זיכער געהערט פון אים - אזוי אויך האט א צייטונג אפאר וואכען צוריק געהאט אן ארטיקעל איבער עס, ( גראדע גאנץ שיטער מסביר געוועהןאבער דאך..) איז לאזט מיר וויסן צו אזא זאך וואלט געוועהן אינטערסאנט.]
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

איך האב עס נישט געליינט אין מאמענט אדער ערגעץ אנדערש איך בין זייער אינטערעסירט אין דעם
.Hey there! I am using Ivelt
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

נוסח אשכנז האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 4:30 pm
איך האב עס נישט געליינט אין מאמענט אדער ערגעץ אנדערש איך בין זייער אינטערעסירט אין דעם
איטס אן די וועי בעזרת השם...
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5703
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

קענסט מסביר זיין זיין תירוץ אויף 2000 ? טראמפ האט אויך נישט געווינען די פאפיולער ווואט 2016 און ער האט מיט דעם אלעם געזאגט אז ער גייט געווינען סא מאך אפ יא פאפיולער צו נישט
לעצט פארראכטן דורך fiena nieas אום פרייטאג מארטש 29, 2024 6:12 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קדמא ואזלא
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 24, 2022 6:29 pm

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדמא ואזלא »

fiena nieas האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 5:53 pm
קענסט מסביר זיין זיין תירוץ אויף 2000 ? ווייל טראמפ האט נישט געווינען די פאפיולער ווואט 2016 און ער האט מיט דעם אלעם געזאגט אז ער גייט געווינען סא מאך אפ יא פאפיולער צו נישט
און 2000 חוץ די פאפולערע שטימען וואס גאור האט געווינען, האט ער פארלוירען די עלעקטראל מיט ממש אפאר הונדערט שטימען און איין סטעיט

ער איז געווען אף מיט א האר, נישט אזוי שלעכט.
לעצט פארראכטן דורך קדמא ואזלא אום פרייטאג מארטש 29, 2024 6:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1148
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

fiena nieas האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 5:53 pm
קענסט מסביר זיין זיין תירוץ אויף 2000 ? ווייל טראמפ האט נישט געווינען די פאפיולער ווואט 2016 און ער האט מיט דעם אלעם געזאגט אז ער גייט געווינען סא מאך אפ יא פאפיולער צו נישט
א צווייטע מיך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 9:47 pm
איז לאמיר אריינדייווע"ן ס'דא א פראפעסער פון ניו יארק, א רעגעסטרירטע דעמאקראט "עלאן ליכטמאן" וואס דער 76 יעריגע פאליטישער עקספערט האט אויפגעשטעלט א פראגרעם וויאזוי ער שאצט פאר ווער ס'וועט זיין די געווינער - און איז געוועהן גערעכט מיט זיין פארשאצונג ביי אלע פרעזעדענטליכע עלעקשאן'ס זייט 1984, חוץ און 2000 ווען ער האט פארגעשאצט אז על גאור (זיין מיטלויפער איז געוועהן דשאו ליבערמאן ע"ה..)וועט געווינען און למעשה האט בוש ארויסגעשלעפט א שמאלע געווינס, דאך האט ער אבער מסביר געוועהן אז זיין מהלך איז געוועהן געבויעט אויף די פאפולער וואויט, און על גאור האט טאקע באקומען מיט א האלב מיליאן שטימען מער ווי בוש, ליכטמאן האט זייט דעמאלס אנגעהויבען אריינרעכענען די פאקט אז מ'דארף נישט געווינען די פאפולער שטימען צו געווינען.
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2013
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

העמיר לאזן די פותח האשכול פארברייטערן די גאנצע נושא.

אבער פאר ביזן קרעטשמע לאמיר נאר צוצייכענען אז לויט וויזוי זאכן שטייען יעצט זענען זאכן גענויגט לטובת ביידען.

אבער אלעס קען זיך נאך טוישן ווען ס'קומט נענטער צו די וואלן.
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

איז לאמיר קודם אריבערלויפן די דרייצן שליסלעך, די אינקאמבענט פארטיי קאנדידאט דארף האבן אכט פון די שליסלעך 'אמת' צו געווינען ווידערוויילונג, אדער די עלעקשאן.

די ערשטע שליסעל איז, "פארטיי מאנדאט":
דאס הייסט, דער שליסל ווערט 'גערעכט' אויב די פארטיי וואס האלט די ווייסע הויז האט געהאט א נע"ט געי"ן פון די זיצן אין קאנגרעס ביי די לעצטע מידטער"ם עלעשאן - פון די מידטערם עלעקשאן איינס בעפאר, פשוט אויב מ'האט געהאט שטארקע געווינסען אז מ'האלט אן מער זיצן ווי פיר יאר בעפאר.

די אינטערסאנטע חלק דערפון איז, אז מען קען אפילו האבן פארלוירען זיצען אין די מידטערמס אויב אבער האט מען מער ווי פיר יאר פארדעם טוישט זיל דעי שליסל אלס 'גערעכט'.
למשל, אין 1982 ביי די מידטערם עלעקשאן'ס ווען ראנאלד רעיגען איז געוועהן פרעזידענט האבן די רעפובליקאנע פארלוירען 27 זיצען אין קאנגרעס, אבער ביי די 1980 עלעקשאן האבן די רעפובליקאנע געווינען 35 זיצן - קומט אויס אז זיי האבן געענדיגט מיט א 8 זיצן נעט געין האט ער עס דעמאלס געלייגט אלס 'גערעכט'.


שליסל צוויי, "נישטא קיין ערענסטע פריימערי טשעלענדז"ש":
דהיינו אז די שליסל זאל ווערן 'גערעכט' דארף די קאנדידאט וואס איז די נאמענ"י האבן באקומען עט ליעסט צוויי דריטעל פון די דעלעגאטען. ער זאגט די אחדות אונטער א קאנדידאט איז א וויכטיגע פאקטאר.


שליסל דריי, "די אינקאמבענט לויפט פאר ווידערוויילונג":
דער כח פון אן אינקאמבענט דרייט א שליסל צו 'גערעכט'.


שליסל פיר, "נישטא קיין דריטע פארטיי קאנדידאט":
פארשטייט זיך פאר די שליסל זיך צו דרייען אלס 'פאלש' מוז עס זיין אן ערענסטע דריטע פארטיי קאנדידאט - אז נישט ווערט עס 'גערעכט'.


שליסעל פינף אין זעקס,"שטארקע שאר"ט טער"ם און לאנג טער"ם עקאנאמיע":
שליסל פינף ווערט 'פאלש' אויב די עקאנאמיע איז אדער ווערט געגלייבט דורך רוב אמעריקאנע צו זיין אין רעסעסיע. און אז פארקערט ווערט עס 'גארעכט'.
שליסל זעקס ווערט גערעכט אויב די עקאנאמיע וואוקס איז 'עכטע פער קעפיטא וואוקס' מער ווי דער לעצטע צוויי טערמ"ס ( אין זיינע ווערטער: real per capita economic growth during the term equals or exceeds the mean growth during the previous two terms).


שליסל זיבן, "גרויסע פאלעסי טשעינדז"ש":
ווערט אמת אויב די אדמינעסטראציע האט דורך געפירט סיימוואס פאר א שטארקע פאלעסי טשעינזש.


שליסל אכט, "נישטא קיין סאציאלע אומרוען":
ווערט אמת ווען ס'נישטא קיין גרויסע פראטעסטען אדער אומרוען איבערען לאנד. (ווי די פלאו"ד פראטעסטען ביי די 2020 עלעקשאן.)


שליסל ניין, "נישטא קיין סקאנדאל":
ווערט אמת אויב א סקאנדאל פלאגט נישט די אדמינעסטראציע אדער פרעזידענט.


שליסל צעהן, "נישט געוועהן קיין מיליטערעשע אדער אויסערן דורכפאל":
פשוט אזוי ווערט עס אמת.


שליסל עלף, "געהאט א גרויסע מיליטערעשע אדער אויסערן סוקסעסען".


שליסל צוועלף,"די אינקאמבענט פארטיי קאנדידאט איז א קארעסמאטע"ק פארשוין, פערסאנעלעטי... אדער א נאצניאלע העלד".


שליסל דרייצען, "זיין קעגנער איז 'נישט קיין קארעסמאטיק אדער נאצניאלע העלד".


דאס זענען מער ווייניגער די שליסלעך, מ'וועט אי"ה צוריקומען עס ברייטער מסביר זייו, אזוי אויך דורכלויפן היסטאריע וויאזוי ס'האט זיך אפגעשפילט, אזוי אויך וועלמיר האבן אי"ה א צווייטער ניק וואס וועט מסביר זיין וואס די שליסל פינף און זעקס באדייט - אביסל מער איבער די עקאנאמיע.

בס"ד, שכח פארן ליינען.
אטעטשמענטס
פראפעסער ליכטמאן
פראפעסער ליכטמאן
Screenshot_20240331-223753_Google.jpg (19.48 KiB) געזען 788 מאל
לעצט פארראכטן דורך א צווייטע מיך אום זונטאג מארטש 31, 2024 10:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

fiena nieas האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 5:53 pm
קענסט מסביר זיין זיין תירוץ אויף 2000 ? טראמפ האט אויך נישט געווינען די פאפיולער ווואט 2016 און ער האט מיט דעם אלעם געזאגט אז ער גייט געווינען סא מאך אפ יא פאפיולער צו נישט
@שטארקע אור האט שוין ציטירט פון מיינע ווערטער א תירוץ צו דיין קשיא, און מיך באדערט דעס טאקע נישט אזוי שטארק, מיך באדערט מער וויאזוי ער שאצט די געבן א שליסל צו יא צו ניין, ווי למשל פארן נישט געבן פאר טראמפ אין 2020 "שטארקע מיליטערישע דעגרייכונג", וואסע מיט די ספעיס מיליטער וואס ער האט געעפענט? אויסגעראטען אייסיס? געעהארגעט פילצאליגע הויעכע טערעריסטען?...
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

שפילקעס האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 2:11 pm
העמיר לאזן די פותח האשכול פארברייטערן די גאנצע נושא.

אבער פאר ביזן קרעטשמע לאמיר נאר צוצייכענען אז לויט וויזוי זאכן שטייען יעצט זענען זאכן גענויגט לטובת ביידען.

אבער אלעס קען זיך נאך טוישן ווען ס'קומט נענטער צו די וואלן.
לויט אן אינטערוויא וואס ער האט געגעבען צוויי וואכן צוריק סאונד טאקע ווי ער איז מער נוטע אז ביידען 'עט עס האבן
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29705
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 10:21 pm
געווען באשריבן אינעם מאמענט אפאר וואכן צוריק.

איינער האט שוין געעפענט אן אשכול איבער דעם.

לאמיר הערן פון דיר אויך.
געװען ברייט באריכטעט איבעראל ביי די פארגאנגענע וואל פארמעסטן אויך.



שוין געלאכט פון דעם אין 2016.

נאכאמאל געלאכט אין 2024.

מען לאכט נאך איינמאל אין 2024..




טראץ וואס מיט זיינע ספינס איז ער למעשה געווען גערעכט אין די צוויי אויבנדערמאנטע, און וועט מעגליך זיין גערעכט נאכאמאל..




ביידן האט לכאורה כאטש 8, עטליעסט 7, פון זיינע אויפגעטראכטע 13 שליסלען.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

צל עובר האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 10:52 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 10:21 pm
געווען באשריבן אינעם מאמענט אפאר וואכן צוריק.

איינער האט שוין געעפענט אן אשכול איבער דעם.

לאמיר הערן פון דיר אויך.
געװען ברייט באריכטעט איבעראל ביי די פארגאנגענע וואל פארמעסטן אויך.



שוין געלאכט פון דעם אין 2016.

נאכאמאל געלאכט אין 2024.

מען לאכט נאך איינמאל אין 2024..




טראץ וואס מיט זיינע ספינס איז ער למעשה געווען גערעכט אין די צוויי אויבנדערמאנטע, און וועט מעגליך זיין גערעכט נאכאמאל..




ביידן האט לכאורה כאטש 8, עטליעסט 7, פון זיינע אויפגעטראכטע 13 שליסלען.
1924?😜

פארוואס זאגסטו אזוי?
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5254
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

וואס איז ער מער ווערט ווי טורנהיים
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

האלסט ס’איז פשוט מזל וואס ער האט?
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”