שפיטעלער האבן געלאזט אויסגיין רח"ל; ס׳וועט מער נישט פאסירן!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קרבן-פסח
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 2:10 pm

שפיטעלער האבן געלאזט אויסגיין רח"ל; ס׳וועט מער נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרבן-פסח »

שפיטעלער האבן גע׳הרגט: לאמיר עס נישט פארשווייגן - און לאמיר מאכן זיכער אז דאס וועט נישט נאכאמאל פאסירן - חלילה.

לאמיר זיך דערמאנען די פינסטערע צייטן - גענויי 4 יאר צוריק - בין פורים לפסח תש״פ.

- פאקט 1. - די מגיפה האט אנגעהויבן בושעווען רח״ל.
- פאקט 2. - טויזנטער מענטשן זענען רח״ל געווארן אפעקטירט.
- פאקט 3. - מ׳האט אריינגעפירט טויזנטער אידן אין שפיטאל
- פאקט 4. - די שפיטעלער האבן נישט צוגעלאזט נאענטע משפחה מיטגלידער צוזיין מיט די פאציענטן.
- פאקט 5. - נוירסעס זענען נישט אריין צום חולה פאר טעג.
- פאקט 6. - מ׳האט נישט געגעבן קיין טרונק וואסער פאר טויזנטער חולים. קיין מעדיצין. גארנישט.
-פאקט 7. - די שפיטעלער און די נוירסעס זענען רח״ל געווארן מערדער אויף אונזערע נאענטע רח״ל.

דאס זענען פאקטן וואס יעדער געדענקט נאך יעצט.
און מיר טארן דאס נישט פארגעסן.

מיר קומען יעצט נישט מאכן קיין באשרייבונג:
מיר קומען נישט יעצט פוינטן די פינגער:
מיר מוזן אבער טאן אלעס אז דאס זאל חלילה נישט נאכאמאל קענען פאסירן.

- ובכן

אין קאנגרעס איז יעצט געפלאנט צו מאכן א שטיקל אויספארשונג איבער די באהאנדלונג אויף געוועזענעם גאוו. קאומא׳ס באהאנדלונג בשעת די קאראנע מגיפה.

לאמיר טאן צו דער זאך.
לאמיר שיקן בריוו צו קאנגרעסלייט אז מ׳זאל דערגיין דעם ווארהייט, אז די פאליסי פון אלע שפיטעלער:

מעגליך אז מיר דארפן אראפשיקן היימישע אידן, פארציילן וואס איז פארגעקומען מיט זיי אין שפיטאל.

דאס דארף ווערן דאקומענטירט, באשריבן און קלארגעשטעלט:

  • דאס נישט אריינצולאזן משפחה
    דאס נישט צו געבן עסן און טרינקען
    דאס נישט צו געבן קעיר

האט גע׳הרגט אן א שיעור חולים רח״ל.

מיר דארפן אלעס טאן אז דאס זאל זיך חלילה נישט איבערשפילן. דאס קען נאר פאסירן אז מיר וועלן זיך אויפכאפן פון שלאף יעצט, ווען עס איז רואיג.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2858
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

אקעי, וואו שיקט מען?
קדמא ואזלא
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 24, 2022 6:29 pm

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדמא ואזלא »

שפיטעלער האבען נישט אריינגעלאזט און די גאנצע לאנד, און די גאנצע וועלט

יעדע שפיטאל איבעראל, אן א אויסנאם.

קאומא קומט נישט אריין מיט דעם.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

די פראבלעם מיט קאומא איז זיין נוירסינג האום פאליסי. נישט די באזוכער צוימינגען.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

איך האלט אויך אז עס איז גווען א פראבלעם אבער
פאקט קיין איין נירס האט נישט געוואלט באקימען קאוויד
האבן זיי געוואלט אז קיין איין איבריגע מענטש זאל זיך דרייען און שפיטאל
מאיבי תחכמני
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7259
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

צ"ק

בעזר הבורא יתברך
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
קדמא ואזלא
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 24, 2022 6:29 pm

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדמא ואזלא »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 5:57 pm
די פראבלעם מיט קאומא איז זיין נוירסינג האום פאליסי. נישט די באזוכער צוימינגען.
ער זאגט דאס נישט

נישט אריינלאזען איז געווען א אלטוועלטליכע פאלעסי בשעת מגיפה

ו
קרבן-פסח
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 2:10 pm

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרבן-פסח »

קדמא ואזלא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 5:56 pm
שפיטעלער האבען נישט אריינגעלאזט און די גאנצע לאנד, און די גאנצע וועלט

יעדע שפיטאל איבעראל, אן א אויסנאם.

קאומא קומט נישט אריין מיט דעם.

דערפאר זענען מיר דא אין פלאץ וואס הייסט: דעת הקהל!
@קדמא ואזלא האלט אז מיר דארפן גארנישט טאן!

מיין מיינונג זאגט:
ס׳האט פאסירט שרעקליכע מיסברויכן מיט אומבאהאלפענע פאציענטן.

מיר דארפן זיכער מאכן אז דאס פאסירט נישט נאכאמאל.
דאס קען נאר פאסירן אז מ׳מאכט א פעטיציע דרייוו, א ווענדונג צו קאנגרעסלייט, און אלעס טאן וואס מיר קענען.

בשעת ווען א מגיפה ברעכט חלילה אויס, קען מען גארנישט טאן.

ווען מ׳איז שוין ליידער אין די צרה, איז שוין TOO LATE
יעצט. איז. די. צייט!

אויב מיר וועלן עפעס טאן, וועלן מיר בעז״ה ראטעווען אונזערע עלטערנס לעבנס - ס׳זאל אוודאי נישט קומען דערצו.

געדענקט: קיינער האט נישט געחלומט, אז מענטשן וועלן שטארבן ווי פליגן, צוליב פארנאכלעסיגונג. אינגאראנץ!
קדמא ואזלא
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 24, 2022 6:29 pm

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדמא ואזלא »

קרבן-פסח האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 6:04 pm
קדמא ואזלא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 5:56 pm
שפיטעלער האבען נישט אריינגעלאזט און די גאנצע לאנד, און די גאנצע וועלט

יעדע שפיטאל איבעראל, אן א אויסנאם.

קאומא קומט נישט אריין מיט דעם.

דערפאר זענען מיר דא אין פלאץ וואס הייסט: דעת הקהל!
@קדמא ואזלא האלט אז מיר דארפן גארנישט טאן!

מיין מיינונג זאגט:
ס׳האט פאסירט שרעקליכע מיסברויכן מיט אומבאהאלפענע פאציענטן.

מיר דארפן זיכער מאכן אז דאס פאסירט נישט נאכאמאל.
דאס קען נאר פאסירן אז מ׳מאכט א פעטיציע דרייוו, א ווענדונג צו קאנגרעסלייט, און אלעס טאן וואס מיר קענען.
זיכער איז געווען מיסברויכן, און עס טאר זיך נישט איבערשפילן ה"י

די שאלה איז וויאזוי ביסטו מסבר פאר די קאנגרעסלייט אז בשעת א אפדיעמיע וואס בושוועט ווילד, און איז אנשטעקיג זאל מען לאזן פרעמדע זיך דרייען און די סאמע קריזיס זאנעס.
קרבן-פסח
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 2:10 pm

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרבן-פסח »

קדמא ואזלא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 6:09 pm

די שאלה איז וויאזוי ביסט מסבר פאר די קאנגרעסלייט אז בשעת א אפדיעמיע וואס בושוועט ווילד, און איז אנשטעקיג זאל מען לאזן פרעמדע זיך דרייען און די סאמע קריזיס זאנעס.

מאך א דיסקאושן.

מ׳טאר דאס נישט לאזן דורכגיין. מיר האבן באצאלט צו א שרעקליכן פרייז דאס צו פארשווייגן.

אפשר קען נאר איין פאמעליע מיטגליד זיין ערלויבט אין אלע אומשטענדן, מיט שוץ-קליידונג.

אדער זאל די משפחה זיין ערלויבט צו דינגען א אייגענע נוירס.

דורכלאזן מארד, ברענגט ס׳זאל זיך איבערשפילן חלילה.
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3903
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

איך מיין עס איז נישט קיין טובה פאר כלל ישראל זיך ארויסצושטעלן אויפן נאציאנאלע ארענע, לאז דו גוים טוהן די ארבעט.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

וואס איז טאקע געבליבן מיט די מיימאנעדיס קאמפיין?
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

איך פארשטיי נישט. יעדן טאג שטארבן מענטשן אין שפיטעלער אין נ.י.ס. וואס יעדער ווייסט די סוד פאר גאנץ בראד אז די שפיטאל איז דירעקטלי שולדיג דערין, זיי האלטן עס אפילו נישט בסוד. זיי ווילן עס, און זיי טוען עס. אן עלטערע מענוש מיט מאלטיפעל העלט קאנדישאנס איז אחת דתו אין נ.י.ס. שפיטעלער. צעיט אן מאקסימום 3 חדשים.
וואס איז יעצט די אויפברויז אויפ'ן עבר? אפשר ארבעט מען אויף די הוה?
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
קרבן-פסח
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 2:10 pm

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרבן-פסח »

אפענע וועלט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 7:54 pm
איך פארשטיי נישט. יעדן טאג שטארבן מענטשן אין שפיטעלער אין נ.י.ס. וואס יעדער ווייסט די סוד פאר גאנץ בראד אז די שפיטאל איז דירעקטלי שולדיג דערין, זיי האלטן עס אפילו נישט בסוד. זיי ווילן עס, און זיי טוען עס. אן עלטערע מענוש מיט מאלטיפעל העלט קאנדישאנס איז אחת דתו אין נ.י.ס. שפיטעלער. צעיט אן מאקסימום 3 חדשים.
וואס איז יעצט די אויפברויז אויפ'ן עבר? אפשר ארבעט מען אויף די הוה?
@אפענע וועלט
ביי יעדן פאציענט האט די משפחה א קלארע ידיעה וואס עס טוט זיך מיט זייער פאציענט. זיי האבן כאטש די ברירה צו נעמען שריט, טוישן שפיטאל, טוישן דאקטורים, און כאטש זיין ביים פאציענט ביי זיין בעט אין די לעצטע רשעים.

ביי קאראנע האט מען אריינגעטראגן מענטשן אךאון מ׳האט זיי שוין ליידער מער קיינמאל נישט געזעהן ביז לאחר פטירתם.

די משפחה האט געוויינט - און נישט געווען צו וועמען צו רעדן.
מ׳האט ליידער דעם פאציענט געלאזט שטארבן פאר הונגער!

איך ווייס מערערע אזעלכע פעלער!

מיר האבן ביטער געוויינט פיר יאר צוריק.
מיר דארפן אלעס טאן יעצט, מיר זאלן נישט נאכאמאל וויינען.

פון זאגן: נישט געווען קיין ברירה, ס׳איז געווען באשערט, ס׳איז געווען אין גאנץ אמעריקע - וועלן די מעשי רציחה פארגעסן ווערן און וועט זיך ליידער איבערשפילן.
אוועטאר
smarter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 2:06 pm

Re: שפיטעלער האבן געלאזט אויסגיין רח"ל; ס׳וועט מער נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך smarter »

שפיטעלער האבן געלאזט אויסגיין רח"ל; ס׳וועט מער נישט פאסירן!

ווייל מ'וועט בעזר השם זיך מער אכטונג געבן נישט צו ווערן אנגעשטעקט
ישראל משה
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2018 7:56 am

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל משה »

אפענע וועלט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 7:54 pm
אין נ.י.ס.
די ס' איז פאר סיטי אדער סטעיט?
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: שפיטעלער האבן געלאזט אויסגיין רח"ל; ס׳וועט מער נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

איך האלט נישט אז עס איז דא עפעס וואס מען קען טון דערצו...
ווען עס איז א צייט ווען יעדער איז אנגעצויגן איז א פראבלעם..
מען דארף עקסטרע רחמי שמים די וועלט זאל נישט ווערן אזוי אנגעצויגן..
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: שפיטעלער האבן געלאזט אויסגיין רח"ל; ס׳וועט מער נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

אגב איך האלט נישט פון די טיטל מערדער אויף די נורסעס און שפיטעלער, יא, עס זענען געווען געפערלעכע מיסברויכן, אבער דאס הייסט נאכנישט "מארד"

עדיט: עס הייסט יא "מארד" ווייל דאס איז די טייטש פון מגיפה, אבער זיי הייסן נישט מערדער
לעצט פארראכטן דורך הייסע פעפער אום פרייטאג אפריל 05, 2024 3:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: שפיטעלער האבן געלאזט אויסגיין רח"ל; ס׳וועט מער נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

הייסע פעפער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:31 pm
אגב איך האלט נישט פון די טיטל מערדער אויף די נורסעס און שפיטעלער, יא, עס זענען געווען געפערלעכע מיסברויכן, אבער דאס הייסט נאכנישט "מארד"
עס זענען געווען מארדן, בטעות.
טאקע בטעות, אבער א מארד...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8826
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: שפיטעלער האבן גע׳הרגט: ס׳וועט מער חלילה נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קדמא ואזלא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 6:09 pm
קרבן-פסח האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 6:04 pm
קדמא ואזלא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 5:56 pm
שפיטעלער האבען נישט אריינגעלאזט און די גאנצע לאנד, און די גאנצע וועלט

יעדע שפיטאל איבעראל, אן א אויסנאם.

קאומא קומט נישט אריין מיט דעם.

דערפאר זענען מיר דא אין פלאץ וואס הייסט: דעת הקהל!
@קדמא ואזלא האלט אז מיר דארפן גארנישט טאן!

מיין מיינונג זאגט:
ס׳האט פאסירט שרעקליכע מיסברויכן מיט אומבאהאלפענע פאציענטן.

מיר דארפן זיכער מאכן אז דאס פאסירט נישט נאכאמאל.
דאס קען נאר פאסירן אז מ׳מאכט א פעטיציע דרייוו, א ווענדונג צו קאנגרעסלייט, און אלעס טאן וואס מיר קענען.
זיכער איז געווען מיסברויכן, און עס טאר זיך נישט איבערשפילן ה"י

די שאלה איז וויאזוי ביסטו מסבר פאר די קאנגרעסלייט אז בשעת א אפדיעמיע וואס בושוועט ווילד, און איז אנשטעקיג זאל מען לאזן פרעמדע זיך דרייען און די סאמע קריזיס זאנעס.
ווען זיי אליין טוען, נאר זיי לאזן נישט יענעם טון צוליב ווערן אנשטעקיג איז איין זאך
ווען זיי אליין טוען נישט, אבער לאזן כאטש צו א צווייטן איז אויך גוט

אבער אליין נישט טון, און נישט לאזן יענעם טון, דאס איז אן עולה גדולה

פרעג דיך נאך ביי די אידן וואס האבן איבערגעלעבט די שפיטעלער דאס איגנאראנץ וואס דארט האט זיך אפגעטון, מ'קען ממש נוצן דעם אויסדרוקן פונעם בעלזער רב, ווער ס'איז אריין אין שפיטאל ביי קאוויד און ארויס לעבעדיג האבן אים צוויי מלאכים באגלייט!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: שפיטעלער האבן געלאזט אויסגיין רח"ל; ס׳וועט מער נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

שטויביג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:34 pm
הייסע פעפער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:31 pm
אגב איך האלט נישט פון די טיטל מערדער אויף די נורסעס און שפיטעלער, יא, עס זענען געווען געפערלעכע מיסברויכן, אבער דאס הייסט נאכנישט "מארד"
עס זענען געווען מארדן, בטעות.
טאקע בטעות, אבער א מארד...
מארד מיינט נישט ווען מען האט עפעס נישט געטון
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4496
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: שפיטעלער האבן געלאזט אויסגיין רח"ל; ס׳וועט מער נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

הייסע פעפער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 11:34 am
שטויביג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:34 pm
הייסע פעפער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:31 pm
אגב איך האלט נישט פון די טיטל מערדער אויף די נורסעס און שפיטעלער, יא, עס זענען געווען געפערלעכע מיסברויכן, אבער דאס הייסט נאכנישט "מארד"
עס זענען געווען מארדן, בטעות.
טאקע בטעות, אבער א מארד...
מארד מיינט נישט ווען מען האט עפעס נישט געטון
ווען מ'לאזט נישט קיין עסן טרינקען איז עס א קום ועשה פון מארד אדער א שב ואל תעשה פון מארד?!

ווען מ'נעמט אריין א פאציענט מיט די צוזאג אים צו ראטעווען אבער מ'טוט נישט גארנישט אין דעי ריכטונג על אף ס'איז דא גאר אסאך עווידענס אויף גוטע מהלכים צו ראטעווען אבער מ'טוט עס נישט ווייל... איז דעיס א קום ועשה פון מארד אדער א שב ואל תעשה פון מארד?!

ווען מ'לייגט ארויף א מענטש אויף מאשינען וואס וואס דארפן אים צו ראטעווען אבער מ'לאזט עס דארט ליגן פארנאכלעסיגט און די מענטש שטארבט לכבוד דעם, איז עס א קום ועשה פון מארד אדער א שב ואל תעשה פון מארד?!

בכלל, איך זע איינעם זיך טרענקען אין ים און איך קוק זיך איין און גיימיר ווייטער מיין וועג, בין איך א מערדער?! און וואס איז די דין אויב איך האב אים געזאגט אריינצוגיין אין ים אים אנווייזענדיג טאקטיקן ווי אזוי צו זיך האלטן אויפן וואסער און למעשה באווייזט יענער נישט צו פאלאוען די טאקטיקן און הייבט זיך אן טרענקען - און איך שטיי דארט און קוק זיך איין און שפאציר מיך אוועק, האב איך דין פון א קום ועשה מערדער אדער א שב ואל תעשה מערדער?!

מיט עטליכע וואכן צוריק איז פארגעקומען א קארט קעיס קעגן א מאמע פון א 15 יעריגער סקול שיסער, זי איז אנגעקלאגט געווארן געפינען געווארן שולדיג אויף מערדעריי צוליב וואס זי האט געוויסט פון איר קינד'ס נטיות און עס נישט באריכטעט פאר די באהערדע, און ווי אויך געלאזט איר רעוואלווער וואס זי האט געהאט אינדערהיים וואלנערבל פאר אים און ער האט עס געהאט צוטריט דערצו.

האט דעי מאמע א דין פון א קום ועשה מערדער אדער א שב ואל תעשה מערדער?!
לעצט פארראכטן דורך גראז אום פרייטאג אפריל 05, 2024 2:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6098
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: שפיטעלער האבן געלאזט אויסגיין רח"ל; ס׳וועט מער נישט פאסירן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

עס איז דא אסאך עדות פון איבערלעבער ווי אזוי מען איז זיך באגאנגען מיט פאציענטן.
עס איז אויך אמת אז זיי האבן געציטערט פאר זייער לעבן און מען קען קיין טענות נישט האבן אויף זיי.

נאר וואס דען? אנהויב ממש האט ער ארויסגעגעבן אן עקזעקוטיוו ארדער אז מען גייט נישט קענען אפירהאלטן אדער קלאגן די מעדיקעל פראוויידערס פאר סיי וועלכע מיסברויכן. דאס האט געגיבן דעם גרינגן פעלד פאר די חברה צו טאהן פאר סיי וואס, צי מיסהאנדלונגען, צי פארנאכלעסיגקייטן אדער וואס אימער. איינמאל קיינער זעט נישט, און מען ברויך נישט אפגעבן דין וחשבון.. ציוואס זיך מוטשען?

אז זיי גרילן קאומאו'ן דאן האבן זיי פארוואס, עס ברויך נאר ווערן דאקומענטירט.

די נוירסינג האום פאליסיס איז אויך געווען גענוג שטארק אים צו גרילען.

(און וואס וועט זיין נאכדעם וואס עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז שולדיג אין דעם קאטאסטראפע?)

איי, ווער געדענקט דען נישט זיין פרעכקייט קעגן הייליגן באשעפער? פיין שלאגט עס אים היצט!
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”