שפיטעלער האבן געלאזט אויסגיין רח"ל; ס׳וועט מער נישט פאסירן!
לאמיר זיך דערמאנען די פינסטערע צייטן - גענויי 4 יאר צוריק - בין פורים לפסח תש״פ.
- פאקט 1. - די מגיפה האט אנגעהויבן בושעווען רח״ל.
- פאקט 2. - טויזנטער מענטשן זענען רח״ל געווארן אפעקטירט.
- פאקט 3. - מ׳האט אריינגעפירט טויזנטער אידן אין שפיטאל
- פאקט 4. - די שפיטעלער האבן נישט צוגעלאזט נאענטע משפחה מיטגלידער צוזיין מיט די פאציענטן.
- פאקט 5. - נוירסעס זענען נישט אריין צום חולה פאר טעג.
- פאקט 6. - מ׳האט נישט געגעבן קיין טרונק וואסער פאר טויזנטער חולים. קיין מעדיצין. גארנישט.
-פאקט 7. - די שפיטעלער און די נוירסעס זענען רח״ל געווארן מערדער אויף אונזערע נאענטע רח״ל.
דאס זענען פאקטן וואס יעדער געדענקט נאך יעצט.
און מיר טארן דאס נישט פארגעסן.
מיר קומען יעצט נישט מאכן קיין באשרייבונג:
מיר קומען נישט יעצט פוינטן די פינגער:
מיר מוזן אבער טאן אלעס אז דאס זאל חלילה נישט נאכאמאל קענען פאסירן.
- ובכן
אין קאנגרעס איז יעצט געפלאנט צו מאכן א שטיקל אויספארשונג איבער די באהאנדלונג אויף געוועזענעם גאוו. קאומא׳ס באהאנדלונג בשעת די קאראנע מגיפה.
לאמיר טאן צו דער זאך.
לאמיר שיקן בריוו צו קאנגרעסלייט אז מ׳זאל דערגיין דעם ווארהייט, אז די פאליסי פון אלע שפיטעלער:
מעגליך אז מיר דארפן אראפשיקן היימישע אידן, פארציילן וואס איז פארגעקומען מיט זיי אין שפיטאל.
דאס דארף ווערן דאקומענטירט, באשריבן און קלארגעשטעלט:
- דאס נישט אריינצולאזן משפחה
דאס נישט צו געבן עסן און טרינקען
דאס נישט צו געבן קעיר
האט גע׳הרגט אן א שיעור חולים רח״ל.
מיר דארפן אלעס טאן אז דאס זאל זיך חלילה נישט איבערשפילן. דאס קען נאר פאסירן אז מיר וועלן זיך אויפכאפן פון שלאף יעצט, ווען עס איז רואיג.