Re: פראגראם צו באצאלן גרויסע קרעדיט קארד חובות, מיט 0/נידעריגע אינטרעסט רעיטס
איך האב כמעט נישט געניצט אויף קיין מותרות. פאר זייער אסאך יאר בין איך געווען אהן א געהעריגע ארבעט און פרובירט וואס איך האב געקענט צו ברענגען פרנסה און שטיב. ב"ה די משפחה האט זיך געוואקסן און שכר לימוד, עסן, קליידער, רענט, ועוד האט געמוזט ווערען באצאלט.
ב"ה די לעצטע פאר יאר פארדין איך געניג צום לעבען, איך ארבעט צוויי דזשאבס און לעב בצומצום. מיט דער באשעפערס העלף און על פי חשבון קען איך דעקן די חודש. דער עיקר סידור אויף להבא איז דאס פארמאכן די קארטלעך אין נישט קענען נאכאמאל בארגן אזוי פוהל געלט.
איך האב געזעהן מערערע מאל די יד השם ווי ער האט מיר געהאלפן, איך דארף זיך מער פארלאזן אויף עם, ווי איידער אויף די פלאסטיק קארטעל.