Re: דיונים און עיונים בספה''ק נועם אלימלך
עטליכע מאל שוין איבערגעקוקט, אלעס איז זייער קלארדעה חכמה לנפשך האט געשריבן: ↑ פרייטאג אפריל 05, 2024 3:15 pmליין עס יעצט נאכאמאל איבער, ביטעסמעטענע האט געשריבן: ↑ פרייטאג אפריל 05, 2024 3:12 pmעס איז נישט קיין צוויי פארקערטע זאכן עס איז ביידע עצות וויאזוי צו טוישן שווערע מדותדעה חכמה לנפשך האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 03, 2024 12:05 amבעזהשי''ת
און פרשת צו שרייבט די הייליגע נועם אלימלך אין איין שטיקל אז א מענטש זאל נעמען זיינע מידות רעות און עס לגמרי עוקר זיין למשל טאמער איז ער א כעסן זאל ער ארבעטן אלעס מיט רחמנות וכו' און אזוי וועט ער לגמרי עוקר זיין זיין מידה רעה.
אזא צוויי דריי שטיקלעך שפעטער שרייבט ער אז צו עוקר זיין לגמרי די מידות רעות קען מען נישט, נאר מ'דארף נעמען די מידות רעות און עס מעלה זיין אל הקדושה, דהיינו טאמער איז דער מענטש א כעסן בטבע זאל ער זיין אין כעס אויף די רשעים און עוברי עבירה וכו'.
לכאורה איז עס ממש א סתירה בדבריו הקדושים, איז ווער ס'האט א רעיון עס צו פארענטפערן זאל ביטע ארויפקומען, וזכות הצדיק יגן עליו ועכי''א.
איך זע דערווייל דריי הייליגע נקודות וואס די נוע"א ברענגט ארויס
א] א עצה טובה אויף מדות רעות עס ניצן ווי מען דארף עס יא ניצן
ב] צו ארבעטן אויף די פארקערטע פון די מדה רעה
ג] אז מען קען נישט לגמרי אויסרייסן שלעכטע מדות
וועלכע פון די דריי נקודות שטימען נישט איינס מיט דאס אנדערע, אלע דריי זאכן זענען זייער קלאר.