דיונים און עיונים בספה''ק נועם אלימלך

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: דיונים און עיונים בספה''ק נועם אלימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

פילייכט דארף מען נאך איבערבויען אפאר בריקן.
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36815
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: דיונים און עיונים בספה''ק נועם אלימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פריפיטשיק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:30 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:51 pm
פריפיטשיק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 1:10 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:05 am
בעזהשי''ת
און פרשת צו שרייבט די הייליגע נועם אלימלך אין איין שטיקל אז א מענטש זאל נעמען זיינע מידות רעות און עס לגמרי עוקר זיין למשל טאמער איז ער א כעסן זאל ער ארבעטן אלעס מיט רחמנות וכו' און אזוי וועט ער לגמרי עוקר זיין זיין מידה רעה.
אזא צוויי דריי שטיקלעך שפעטער שרייבט ער אז צו עוקר זיין לגמרי די מידות רעות קען מען נישט, נאר מ'דארף נעמען די מידות רעות און עס מעלה זיין אל הקדושה, דהיינו טאמער איז דער מענטש א כעסן בטבע זאל ער זיין אין כעס אויף די רשעים און עוברי עבירה וכו'.
לכאורה איז עס ממש א סתירה בדבריו הקדושים, איז ווער ס'האט א רעיון עס צו פארענטפערן זאל ביטע ארויפקומען, וזכות הצדיק יגן עליו ועכי''א.
אויב קען איך צולייגן מיינע צוויי צענט דא.
אז דו וועסט איבערגיין די ערשטע שטיקל וועסטו זען אז ער דערמאנט נישט די ווארט "עוקר זיין",
זה לשונו הק', בא"ד, יכריח עצמולהתאמץ לבבו להיות רחמן על כל דבר. אם יש בו מדת גאוה, ישפיל עצמובתכלית השפלות מדה כנגד מדה ... ר"ל שצריך שיכניס עצמו במדה זאתלהתאמץ נגדה שלא יהיה קמצן וכילי. ואז כאשר יתקן המדות שבו וכו'
אויף אידיש לענ"ד וואלט מען עס גערופן 'זיך אנשטרענגען / אפגעגעבן דערמיט מיט די גאנצע כח / זיך צאמנעמען אלע כוחות, וכדומה'. ער רעדט אבער נישט פון עוקר זיין א מידה בכלליות.
די צווייטע שטיקל רעדט ער צו דער וואס ארבעט שוין אויף זיך און ער זאגט אז מ'קען עס נישט עוקר זיין לגמרי נאר מ'דארף עס מעלה זיין אל הקדושה.
וואס מיינט ואז כאשר יתקן המידות שבו, מעלה זיין אל הקדושה מיינט נישט מתקן זיין די מדה, ולי יצוייר אז יא דארפסטו נאך אלס פארשטיין פארוואס אין ערשטן שטיקל שרייבט ער אז מ'זאל זיך מתאמץ זיין צו טון דווקה פארקערט, און אין צווייטן שטיקל, אז מ'זאל זעהן עס מעלה צו זיין אל הקדושה, אמאל דאס און אמאל דאס?
אין אידיש "תיקון" מיינט פאררעכטן, אפשר קען מען אויך אויסטייטשן 'אויסרייסן' אבער נישט דאס איז די פשוטע טייטש
דבריו הקדושים אין פרשת לך לך
אטעטשמענטס
לך א1.jpg
לך א1.jpg (137.19 KiB) געזען 535 מאל
לך לך ב.PNG
לך לך ב.PNG (74.46 KiB) געזען 535 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פריפיטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 20, 2021 10:16 am

Re: דיונים און עיונים בספה''ק נועם אלימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריפיטשיק »

farshlufen האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:12 pm
פריפיטשיק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:30 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:51 pm
פריפיטשיק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 1:10 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:05 am
בעזהשי''ת
און פרשת צו שרייבט די הייליגע נועם אלימלך אין איין שטיקל אז א מענטש זאל נעמען זיינע מידות רעות און עס לגמרי עוקר זיין למשל טאמער איז ער א כעסן זאל ער ארבעטן אלעס מיט רחמנות וכו' און אזוי וועט ער לגמרי עוקר זיין זיין מידה רעה.
אזא צוויי דריי שטיקלעך שפעטער שרייבט ער אז צו עוקר זיין לגמרי די מידות רעות קען מען נישט, נאר מ'דארף נעמען די מידות רעות און עס מעלה זיין אל הקדושה, דהיינו טאמער איז דער מענטש א כעסן בטבע זאל ער זיין אין כעס אויף די רשעים און עוברי עבירה וכו'.
לכאורה איז עס ממש א סתירה בדבריו הקדושים, איז ווער ס'האט א רעיון עס צו פארענטפערן זאל ביטע ארויפקומען, וזכות הצדיק יגן עליו ועכי''א.
אויב קען איך צולייגן מיינע צוויי צענט דא.
אז דו וועסט איבערגיין די ערשטע שטיקל וועסטו זען אז ער דערמאנט נישט די ווארט "עוקר זיין",
זה לשונו הק', בא"ד, יכריח עצמולהתאמץ לבבו להיות רחמן על כל דבר. אם יש בו מדת גאוה, ישפיל עצמובתכלית השפלות מדה כנגד מדה ... ר"ל שצריך שיכניס עצמו במדה זאתלהתאמץ נגדה שלא יהיה קמצן וכילי. ואז כאשר יתקן המדות שבו וכו'
אויף אידיש לענ"ד וואלט מען עס גערופן 'זיך אנשטרענגען / אפגעגעבן דערמיט מיט די גאנצע כח / זיך צאמנעמען אלע כוחות, וכדומה'. ער רעדט אבער נישט פון עוקר זיין א מידה בכלליות.
די צווייטע שטיקל רעדט ער צו דער וואס ארבעט שוין אויף זיך און ער זאגט אז מ'קען עס נישט עוקר זיין לגמרי נאר מ'דארף עס מעלה זיין אל הקדושה.
וואס מיינט ואז כאשר יתקן המידות שבו, מעלה זיין אל הקדושה מיינט נישט מתקן זיין די מדה, ולי יצוייר אז יא דארפסטו נאך אלס פארשטיין פארוואס אין ערשטן שטיקל שרייבט ער אז מ'זאל זיך מתאמץ זיין צו טון דווקה פארקערט, און אין צווייטן שטיקל, אז מ'זאל זעהן עס מעלה צו זיין אל הקדושה, אמאל דאס און אמאל דאס?
אין אידיש "תיקון" מיינט פאררעכטן, אפשר קען מען אויך אויסטייטשן 'אויסרייסן' אבער נישט דאס איז די פשוטע טייטש
דבריו הקדושים אין פרשת לך לך
ייש"כ פארן צוברענגען. דא קען מען טאקע זעהן ווי ער דערמאנט ביידע זאכן, לשבר עצמו בבחירתו און עס נוצן צום גוטן, זעהט מען פון דא קלאר אז ס’איז נישט קיין סתירה
בנצי
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 3:33 pm

Re: דיונים און עיונים בספה''ק נועם אלימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנצי »

דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 8:04 pm
בנצי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:49 am
די בעש"ט הקדוש זיעוכי"א האט אוועקגעשטעלט א דרך עבודה צוטיילט אין דריי שלבים.

הכנעה, הבדלה, המתקה.

קודם א שטיקעלע הקדמה, עס איז נישט פארהאן אזא זאך ווי א שלעכטע מדה, ס'איז יא פארהאן אז די מדה ליגט נישט אויפן גוטן פלאץ, למשל כעס, די עצם געפיל פון כעס איז א הייליגע זאך, עס קומט פון די קדושה, און עס איז געמאכט צו דינען מיט דעם דעם אויבערשטן, נארוואס? עס איז קומט אן צום מענטש נישט אין די ריכטיגע צייט און פלאץ, מיט נישט א גוטן לבוש. דאס מיינט, אז די עצם געפיל פון כעס איז אלעמאל הייליג, נאר די לבוש, די פארעם אין וואס די געפיל האט זיך באקאנט געמאכט פארן מענטש איז שלעכט.
דעריבער, איז די ענדגילטיגע ציל, נישט צו אוועקווארפן דעם געפיל פון כעס, ווייל דאס איז בכלל נישט שלעכט, נאר אויפהייבן די געפיל, אויסטון פון איר נישט גוטע לבוש, למשל עס איז געקומען מיט א לבוש פון זיך רעגן אויף עפעס וואס פעלט נישט אויס, און דאס קומט פון א חסרון אמונה, נעם די געפיל אליין, און מאך א חשבון אז בעצם איז די געפיל וואס איך פיל, א הייליגע ריינע געפיל, עס קומט פונעם אויבערשטן, איך האב עס פשוט נישט גענוצט ריכטיג, און דעמאלטס טו עס אויס פון זיין נישט ריכטיגן לבוש, און דריי אויס דעם געפיל פון כעס, אויף א ריכטיגע פלאץ. - נישט נאר דאס, נאר די גאנצע סיבה פארוואס דו ביסט יעצט אין כעס, מיט א נישט גוטן כעס, קומט אויך פונעם אויבערשטן, ער האט דיך עס געשיקט ווייל ער דארף פון דיר יעצט אן עבודה פון כעס, נאר עס איז אנגעקומען צו דיר אין א נישט גוטע פארעם, אין לבוש וואס איז רע. ממילא, ווארף נישט אוועק וואס דער אויבערשטער האט דיך געשיקט, דריי עס נאר אויס צום אויבערשטן.

דאס איז די העכסטע דרגה. און ווערט אנגערופן 'העלאת המדות'.

אך דא עקא, אז נישט אלעמאל איז א מענטש מסוגל צו דעם, נעם א משל פון איינעם וואס ס'איז אים אריינגעפאלן א טייערן חפץ אין א טיפן גרוב פון בלאטע, איז אוודאי די עצה צו שטיין אויבן ביים ברעג פונעם גרוב און זיך אראפבייגן אויפצוהייבן דעם חפץ, אבער וואס טוט זיך אז די מענטש געפונט זיך אינעם גרוב זעלבסט, וואס האט ער יעצט פון פרובירן אויפצוהייבן דעם חפץ, די חפץ צוזאמען מיט די מענטש וועלן בלייבן אינעם שמוציגן גרוב. פארשטייט זיך, אז דעמאלטס דארף די מענטש קודם אריינלייגן כוחות זיך ארויסצוזען פונעם גרוב, הגם בשעת מעשה גייט ער זיך אויך דערווייטערן פונעם טייערן חפץ, שפעטער אבער, ווען ער וועט שוין זיין אינדרויסן, וועט ער קענען צוריקגיין צום גרוב, און שטייענדיג אינדרויסן זיך אריינבייגן און אויפהייבן דעם חפץ.

דאס זעלביגע איז מיט די עבודה פון 'העלאת המדות'. רוב מאל איז די מענטש פונקט אזוי אין גרוב צוזאמען מיט די מדה, ער איז אין איין לעוול מיט די מדה רעה, דעמאלטס איז נישט במציאות ער זאל אויפהייבן די מדה פונעם בלאטע, און עס אויסטון פון זיין שמוציגן לבוש, די חלק הרע פון די מדה איז נאך שולט אויף אים, ער געפונט זיך נישט 'העכער' פון די חלק הרע, פארדעם דארף דעמאלטס די מענטש קודם כל זיך מתגבר זיין אויף די מדה, און עס מרחיק זיין פון זיך עד קצה האחרון. הערשט דערנאך ווען ער פילט זיך שוין ניכטער פון דעם מדה רעה, ער שפירט אז די מדה רעה איז שוין נישט שולט אויף אים בכח הזרוע, ער איז שוין העכער פון דעם געפיל, ער קען זיך שוין מתגבר זיין אויב ער וויל, יעצט קען ער צוריקגיין צו די עבודה פון 'העלאת המדות', צוריקגיין צו דעם געפיל פון כעס, און עס אויפהייבן, דורכן זיך באנוצן דערמיט פארן אויבערשטן.

דאס איז די צוויי סטעפס פון: הכנעה, הבדלה.

'הכנעה' מיינט איך ווארף עס אוועק, און איך דערהייב מיך העכער פון דעם געפיל, קודם זאל איך ווערן דא באלעבאס נישט ער אויף מיר, דאס טוט מען דורכן גיין פונקט פארקערט, דו ווילסט איך זאל ווערן גערעגט יעצט? איך גיי יעצט דוקא זיין עקסטרעם רחמנות'דיג. נאכדעם וואס מען שפירט אז מ'איז שוין אין קאנטראל אויף זיך, און די ווילדקייט פונעם כעס געוועלטיגט שוין נישט אויף מיר, יעצט קען מען צוריקגיין צו יענע געפיל, און זאגן 'וואס האסטו געזאגט?' איך זאל מיך רעגן?', אקעי, דו ווייסט אבער אז די געפיל פון זיך רעגן איז הייליגע געפיל, וואס קומט פונעם אויבערשטן, איך וועל דיר ווייזן וויאזוי מען טוט עס מיט א הייליגע לבוש, דאס איז 'הבדלה', מען איז מבדיל דעם חלק הרע, און מען איז מברר, מען שיילט ארויס דעם עצם ריינקייט פונעם געפיל כמו שהוא, און מען שטעלט עס אויפן ריכטיגן פלאץ, מיט די ריכטיגע לבוש. ['המתקה' איז שוין עפעס אנדערש]

דאס זענען די צוויי שטיקלעך פונעם הייליגן נועם אלימלך.

די ערשטע שטיקל האט ער מסביר געווען די עבודה פון 'הכנעה', ווען די מענטש איז נאך נישט מסוגל צו מאכן העלאת המדות, דעמאלטס דארף ער טון עקטרעם דאס פארקערטע.
אבער דאס אליין איז נאך נישט די ריכטיגע שלימות, ווייל למעשה האסטו נישט אויפגעהויבן דעם מדה צום אויבערשטן, האסט עס פשוט מרחיק געווען.

די צווייטע שטיקל, איז ער מסביר די עבודה פון 'הבדלה', פאר איינעם וואס איז שוין מסוגל עוסק צו זיין אין די דאזיגער עבודה. וכל ערום יעשה בדעת.
זייער שיין מסביר געווען הרב בנציאבער איך האב נאר צוויי הערות

1) וואו שטייט די ווערטער פון הייליגן בעשה''ק?
2) פונעם נועם אלימלך איז משמע אז די ערשטע דרגה פון עוקר זיין די מידה איז באמת די ריכטיגע וועג און ער שרייבט אז וויבאלד דאס קען מיר אונז נישט ע''כ זאל מען טוהן די אנדערע וועג פון העלאת המידות אל הקדושה
1) דגל פ' חיי ד"ה והאיש, תולדות נח אות ג ברכה אות יג, בעש"ט עה"ת בראשית קכא נח קי (דא איז גאנץ קלאר מוסבר), וע"ע בטהרת הקודש להרה"ק ר' אהר'לע ראטה מבואר השער פרק ד באריכות. וע"ע כמה פעמים באריכות בספרי קאמארנא וא"א לפורטם.
2) די ערשטע וועג איז טאקע נישט קיין שלימות'דיגע וועג, עס איז נאר אויף בשעת מעשה, בשעת די נסיון ברענט, אבער עס העלפט נישט אויף פרעמענענט, ווייל סוכ"ס א מענטש וואס איז למשל א רתחן בטבע, קען נישט ווערן אויס רתחן, ער מוז צוקומען צו די צווייטע עצה, עס מעלה צו זיין.
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: דיונים און עיונים בספה''ק נועם אלימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

בנצי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:21 pm

לויט ווי מ'האט שוין מבאר געווען אויבן רעדט זיך די ערשטע שטיקל בכלליותווען מ'וויל ארבעטן אויסצורייסן די מידה און די צווייטע בשעת נסיון!
בונדל
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 9:29 pm

Re: דיונים און עיונים בספה''ק נועם אלימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונדל »

עמיצער דא בייקאנט אויב סיז דא גליונות פון די נועם אלימלך אויף אידיש?
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים און עיונים בספה''ק נועם אלימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

פאר די אלע אידן וואס מיינען אז זיי זענען ''קאננעקטעד'' צום אייבערשטען אדער צו א צדיק..

א שטיקל נועם אלימלך פרשת בחוקתי.
פרשת בחוקתי.png
פרשת בחוקתי.png (24.12 KiB) געזען 305 מאל
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: דיונים און עיונים בספה''ק נועם אלימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

שפילקעס האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 3:03 pm
פאר די אלע אידן וואס מיינען אז זיי זענען ''קאננעקטעד'' צום אייבערשטען אדער צו א צדיק..

א שטיקל נועם אלימלך פרשת בחוקתי.

פרשת בחוקתי.png
זייער א יסודות'דיגע נקודה. [שטארק נוגע בזמנינו]
מען זעהט וויאזוי צדיקי אמת האבן זיך געשפירט אזוי ווייט און דאס איז די ריכטיגע סימן ווער עס איז באמת נאנט צום בוכ"ע.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36815
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: דיונים און עיונים בספה''ק נועם אלימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

באקאנט דעם שטיקל נוע"א אין פרשת קרח "המהנה ת"ח וצדיקים מנכסיו אז ההנאה זאת תביאהו שלא במהרה הוא חוטא"
Capture.PNG
Capture.PNG (41.63 KiB) געזען 91 מאל
כ'האב געפונען אז דער חיד"א ברענגט שוין אן אנדליכע בחינה פון עץ החיים פון ר"ח אבולפיא
Capture1.PNG
Capture1.PNG (167.51 KiB) געזען 91 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”