בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צדיק פון א איד
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:13 am

בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק פון א איד »

די פלענער פאר א מעכטיגער נסיעה וועבט זיך יעצט אויף שבת פר' בהר שבת ערב ל"ג בעומר אין דעם הייליגען שטאט קראקא מקום מנוחת קדשו פון דעם גרויסען בעל הילולא דער הייליגער רמ"א זי"ע!.

די ערשטע פלענער זענען:

א געשמאקער און דערהויבענער בוני עולם שבת אויף א הערליכען פארנעם בסייעתא דשמיא

מוצאי שבת קודש ליל ל"ג בעומר וועט מען עולה זיין צום ציון הקדוש לכבוד די הילולא קדישא

דערנאך וועט פארקומען א "מעמד הדלקה רבתי" בתופים ובמחולות בשמחה וצהלה, לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי וגם לרבות לכבוד דעם רבן של ישראל דער הייליגער רמ"א!

זונטאג פארנאכט'ס ביום ל"ג בעומר, וועט פארקומען א הערליכער סעודה און מעמד רבתי לכבוד היום

זונטאג נאכט ל"ד בעומר וועט מען עולה זיין קיין רימנוב צום הילולא קדישא פון דעם הייליגען רבי רבי מענדל'י זכותו יגן עלינו, ווי עס וועלן זיך גיסען כל מיני השפעות וישועות טובות, בפרט דאס ענין פון "פרנסה בריווח" וואס כידוע איז דער הייליגער רבי רבי מענדל'י דער גרויסער צינור וואס איז משפיע פרנסה פאר אידישע קינדער!

במשך די נסיעה וועלן אויך פארקומען מעמדי תפלה והתעוררות ביי נאך מקומות הקדושים, ובפרט אין ליזענסק ביים ציון הקדוש פון הייליגען רבי רבי אלימלך זי"ע און אין צאנז ביים ציון הקדוש פון דעם הייליגען דברי חיים זי"ע.

דער נסיעה וועט אי"ה ארויספארן פון ניו יארק מיטוואך ביינאכט פר' בהר, מיט א "ספעציעלע טשארטער פליגער" דיירעקט קיין פולין, און דער טשארטער וועט אי"ה צוריקפארן פון פולין זונטאג ביינאכט ווי מען וועט אנקומען קיין ניו יארק מאנטאג צופרי.

פרטים נוספים וועלן נאכפאלגען
אוועטאר
bundel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:18 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bundel »

האסט פארגעסן צו שרייבן אז יעדער דארף צאלן מיטצוקומען
אזוי וועט מען אולי אפשר קענען פארשטאפן דעי אלע וואס גייען גראד ארויפטאנצן אויף דעי ספענדן אידיש געלט פאר ביליגע אינטערטעמענט פאר יודן וואס ארבעטן שווער צו רעיזן
בברכת ישר כח
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

די פרייזן פאר אלע טייערע שותפים וועט זיין ווי פאלגענד


די טיקעט אויף די טשארטער פליגער אהין און צוריק וועט זיין $1150

(די פרייזן פאר באקוועמרע זיצען וועט נאכפאלגן אי"ה)

דער סכום פאר אש"ל מלא במשך די גאנצע נסיעה וועט זיין בלויז $360
איך האב אויך רויטע ווערטער אין מיין אונטערשריפט...
[email protected]
אוועטאר
Sunflower
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

ק/פ


למען אחי ורעי היקרים שיחיו



איש בשורה אנכי היום!



נאך לאנגע חדשים פון פלאנען און טראכטן וויאזוי מיר וועלן אלע צוזאמען מאכן דעם "הנחת אבן הפינה" אויף דעם גרויסען בוני עולם קאמפיין פון שנת תשפ"ד, איז באשטעטיגט געווארן בסייעתא דשמיא נפלאה, א מעכטיגער מסע הבונים פאר אלע שותפים לדבר מצוה, ווי מיר וועלן צוזאמען פארן לעשות את השבת, פר' בהר שבת ערב ל"ג בעומר אין דעם הייליגען שטאט קראקא, מקום מנוחת קדשו פון דעם גרויסען בעל הילולא דער הייליגער רמ"א זי"ע!





נאכ''ן פראווען א געשמאקער און דערהויבענער בוני עולם שבת אויף א הערליכען פארנעם בסייעתא דשמיא, וועט מען מוצאי שבת קודש ליל ל"ג בעומר עולה זיין צום ציון הקדוש לכבוד די הילולא קדישא און דערנאך וועט פארקומען א "מעמד הדלקה רבתי" בתופים ובמחולות בשמחה וצהלה, לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי וגם לרבות לכבוד דעם רבן של ישראל דער הייליגער רמ"א!



זונטאג פארנאכט'ס ביום ל"ג בעומר, וועט פארקומען א הערליכער סעודה און מעמד רבתי לכבוד היום, און זונטאג נאכט ל"ד בעומר וועט מען עולה זיין קיין רימנוב צום הילולא קדישא פון דעם הייליגען רבי רבי מענדל'י זכותו יגן עלינו, ווי עס וועלן זיך גיסען כל מיני השפעות וישועות טובות, בפרט דאס ענין פון "פרנסה בריווח" וואס כידוע איז דער הייליגער רבי רבי מענדל'י דער גרויסער צינור וואס איז משפיע פרנסה פאר אידישע קינדער!



במשך די נסיעה וועלן אויך פארקומען מעמדי תפלה והתעוררות ביי נאך מקומות הקדושים, ובפרט אין ליזענסק ביים ציון הקדוש פון הייליגען רבי רבי אלימלך זי"ע און אין צאנז ביים ציון הקדוש פון דעם הייליגען דברי חיים זי"ע.





דער נסיעה וועט אי"ה ארויספארן פון ניו יארק מיטוואך ביינאכט פר' בהר, מיט א "ספעציעלע טשארטער פליגער" דיירעקט קיין פולין, און דער טשארטער וועט אי"ה צוריקפארן פון פולין זונטאג ביינאכט ווי מען וועט אנקומען קיין ניו יארק מאנטאג צופרי.





די פרייזן פאר אלע טייערע שותפים וועט זיין ווי פאלגענד



די טיקעט אויף די טשארטער פליגער אהין און צוריק וועט זיין $1150

(די פרייזן פאר באקוועמרע זיצען וועט נאכפאלגן אי"ה)

דער סכום פאר אש"ל מלא במשך די גאנצע נסיעה וועט זיין בלויז $360



וכאן המקום להודיע, אז ווי יעדער פארשטייט האבן מיר נישט די יכולת צו מאכן אזא סארט נסיעה יעדע'ס יאר, און מיר טוען קלאר שטעלן אז לויטן פלאן וועט דעם קומענדיגע יאר שנת תשפ"ה נישט פארקומען קיין מסע הבונים וכדו', והחכם עיניו בראשו אויסצוניצען די יעצטיגע געלעגענהייט און קומען הנאה האבן, און זיך מחזק זיין איינער דעם אנדערן בשבת אחים גם יחד, לשביעות רצון און צו די געוואלדיגע תענוג רוחני וגשמי פון יעדער יחיד ויחיד, מיטן אויבערשטענס הילף!!!



און יעצט אחי ורעי גאר א וויכטיגע מודעה ובקשה!



ביטע פארשטייט אז דער אימעיל איז דערווייל נישט מער ווי א מודעה צו רעזיווירען דעם דעיט, אבער פרטים פון הרשמה, און כל מיני שאלות וואס איינער קען האבן, ביטע! מיר וועלן בלי נדר ביז עטליכע טעג ארויסקומען מיט א קלארע וויזיע וואס מען דארף וויסן און טוען צו זיין א חלק פון דעם גרויסען דערהויבענעם נסיעה, און דערווייל, מאכט זיכער אז איר האט א פאספארט גילטיג, א מצב רוח מרומם, נעמען רשות אין שטוב צו פעהלן אפאר טעג, און ווארטן אביסעל געדולדיג פאר ווייטערדיגע מודעות, וואס וועט האפענטליך קומען גאר בקרוב אי"ה בעזהשי"ת!



בידידות רב

יוסף ירמי' ליפשיץ

בשם וועד המסדר
https://www.satmarupdats.com

אלע נייעס בחצר סאטמאר מהר"א
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5542
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

Sunflower האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 11:40 am
ק/פ



ביטע פארשטייט אז דער אימעיל איז דערווייל נישט מער ווי א מודעה צו רעזיווירען דעם דעיט, אבער פרטים פון הרשמה, און כל מיני שאלות וואס איינער קען האבן, ביטע! מיר וועלן בלי נדר ביז עטליכע טעג ארויסקומען מיט א קלארע וויזיע וואס מען דארף וויסן און טוען צו זיין א חלק פון דעם גרויסען דערהויבענעם נסיעה, און דערווייל, מאכט זיכער אז איר האט א פאספארט גילטיג, א מצב רוח מרומם, נעמען רשות אין שטוב צו פעהלן אפאר טעג, און ווארטן אביסעל געדולדיג פאר ווייטערדיגע מודעות, וואס וועט האפענטליך קומען גאר בקרוב אי"ה בעזהשי"ת!



בידידות רב

יוסף ירמי' ליפשיץ

בשם וועד המסדר
לייק פאר די לעצטע פאראגראף
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2353
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

זושא צוקער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 11:05 am
די פרייזן פאר אלע טייערע שותפים וועט זיין ווי פאלגענד


די טיקעט אויף די טשארטער פליגער אהין און צוריק וועט זיין $1150

(די פרייזן פאר באקוועמרע זיצען וועט נאכפאלגן אי"ה)

דער סכום פאר אש"ל מלא במשך די גאנצע נסיעה וועט זיין בלויז $360

קען איך אויך מיטפארן פאר די פרייז...?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

ווי קען מען זיך איינשרייבן אנטייל צו נעמען?
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

נישטאמת האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 06, 2024 11:28 pm
ווי קען מען זיך איינשרייבן אנטייל צו נעמען?
מען קען זיך נאכנישט איינשרייבן

מען גייט ארויסשיקן אן אימעיל מיט דעטאלן און די נאענטע צוקונפט, מיט אלע דעטאלן.
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
עפשטיין בעקעריי
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:12 pm
לאקאציע:ב.פ.

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפשטיין בעקעריי »

עירמאנט'ער האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 06, 2024 11:20 pm
זושא צוקער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 11:05 am
די פרייזן פאר אלע טייערע שותפים וועט זיין ווי פאלגענד


די טיקעט אויף די טשארטער פליגער אהין און צוריק וועט זיין $1150

(די פרייזן פאר באקוועמרע זיצען וועט נאכפאלגן אי"ה)

דער סכום פאר אש"ל מלא במשך די גאנצע נסיעה וועט זיין בלויז $360

קען איך אויך מיטפארן פאר די פרייז...?
פאריאר האבן זיי געשריבן אז כדאי צו מיטקומען דארף מען זיך אונטערנעמען צו רעיזן $3600
העמיר זעהן וואס וועט זיין דאס יאר
רבותי
גייטס לייקן און די מאסן
viewtopic.php?p=5080355#p5080355
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1703
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

bundel האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 10:28 am
האסט פארגעסן צו שרייבן אז יעדער דארף צאלן מיטצוקומען
אזוי וועט מען אולי אפשר קענען פארשטאפן דעי אלע וואס גייען גראד ארויפטאנצן אויף דעי ספענדן אידיש געלט פאר ביליגע אינטערטעמענט פאר יודן וואס ארבעטן שווער צו רעיזן
בברכת ישר כח
אוי האסטו גוט געזאגט!
עפשטיין בעקעריי
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:12 pm
לאקאציע:ב.פ.

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפשטיין בעקעריי »

בוני עולם יוצאים ביד רמ"א! מודעה ב'


כבוד אחי ורעי שותפים במוסד הגדול והקדוש "בוני עולם"



ברוך ה' אז עס איז דא עטליכע פאזאטיווע אפטדעיטס לקראת דעם מסע הבונים, טייל זענען שוין ממש קאנפרימיד, און טייל וואס זענען אין די ערנסטע פאזעס פון ווערן מסודר, און ווי עס זעהט אויס בסייעתא דשמיא, קומט דא א נסיעה מלא וגדוש אויף גאר א געשמאקער און דערהויבענער פארנעם, ווי יעדער שעה פון די נסיעה פון ווען מען לאזט זיך ארויס ביז מען קומט צוריק אהיים אי"ה, וועט זיין א עונג רוחני וגשמי בהדי הדדי צו די הנאה פון די גאנצע הייליגע חבורה, וואס וועלן פארברענגען אינאיינעם בשבת אחים גם יחד און די דערהויבענער טעג הבאים לקראתינו לשלום!



האמת אגיד, אז עס זענען געוועהן עטליכע שיינע האטעלן וואס מיר האבן ערנסט גענומען אין באטראכט לקראת הנסיעה, אבער במשך די גאנצע צייט איז געוועהן איין גאר הערליכע ריזען האטעל בתוככי עיר קראקא וואס מיר האבן געהאט גאר גרויס חשק צו קענען האבן זייענדיג א כלילת יופי און א כליל המעלות צו אלעס וואס מיר דארפן האבן, עס האט אבער אויסגעזעהן אוממעגליך מכמה סיבות ובעיקר צוליב די טייערע פרייז וואס זיי האבן געבעטן, ולשמחתינו הגדולה איז אין די לעצטע מינוט געלונגען מיט גרויס סייעתא דשמיא צו באקומען דעם הערליכען פלאץ און מיר האבן געחתמע'ט מיט זיי א קאנטראקט פאר גאר א גוטע פרייז, דאס איז דער באוואוסטער הערליכער ריזיגער "דאבעל טרי הילטאן האטעל" מיט זיין שכן דער העמפטאן האטעל, ווי די גרויסע עלגאנטע זאלן וועלן דינען אלץ דער אכסניא צום גרויסען מסע הבונים ווי מען וועט פראווען די תפלות און סעודות שבת קודש און נאך מעמדים, במשך הנסיעה.



אזוי אויך האט מען בסייעתא דשמיא אנגעדינגען א גרויסע שיינע און באקוועמע פליגער, א טשארטער פלייט וואס וועט זיין מיוחד נאר פאר בני חבורתינו, און וועט פארן מיטוואך נאכט פון די "דשעי עף קעי עירפארט" אי"ה דיירעקט קיין ריישא עירפארט ווי מען וועט אנקומען דאנערשטאג אינמיטען טאג, און זונטאג בחוקתי שפעט ביינאכט וועט דער טשארטער צוריק ארויספארן פון ריישא דיירעקט קיין "דשעי עף קעי עירפארט" ווי מען וועט אנקומען אי"ה מאנטאג בחוקתי פארטאג'ס.



רבותי! עס קומט ברוך ה' אריין עטליכע גאר שטארקע אפדעיטס בנוגע די פראגראם פון די נסיעה, און בלי נדר מוצאי שבת אדער זונטאג וועל איך שיקען א קלארע אפדעיט פון די בעלי דרשנים מנגנים וכו' וכו', אבער דערווייל זאג איך אויף אזויפיל, עס איז דא אויף וואס צו ווארטן, ופרטים יבואו אי"ה.



די הרשמה אויף די נסיעה וועט זיין ווי פאלגענד. דער קומענדיגע אסרו חג פסח וועט מען אי"ה ארויסשיקען א לינק וואס וועט זיין פון דעם וועבסייט פון דעם בארימטען "ללכת טורס" וואס זיי זענען ממונה מטעם בוני עולם אויף דעם פליגער אהין און צוריק, מען וועט זיך דארט אויפן סייט איינשרייבן אז מען איז א שותף פארן קאמפיין הבעל"ט און קויפן א טיקעט אויפן פליגער פארן פרייז פון $1150 און אזוי אויך צאלן דער סכום פון אש"ל פאר די נסיעה $360.



עס וועט אויך זיין בעסערע זיצען צו באקומען פאר מער געלט, אזוי אויך וועט מען קענען קויפן פארשידענע אפגרעיט'ס ווי למשל א פריוואטע צימער און די האטעל וכדו', פרטים וועגן די אלע סארט אפגרעיטס וועט מען מעלדן אי"ה תיכף נאך פסח אי"ה.



פאר אונזערע טייערע עסקנים און מאנטריאל וועט קומען א באזונדערע מודעה ווי מען וועט מעלדן ווען און ווי אזוי זיי פארן און קומען צוריק אי"ה.



איך האף צו שרייבן מוצאי שבת א פעסטע מודעה ג'



דערווייל האטס אלע א פרייליכען שבת!!! (שבת שבע ברכות באולם פאפא)





ידידכם עוז

יוסף ירמי' ליפשיץ
רבותי
גייטס לייקן און די מאסן
viewtopic.php?p=5080355#p5080355
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

לכ בוד אחי ורעי שותפים במוסד הגדול והקדוש "בוני עולם"



ווי אנגעשמועסט גייען מיר מעלדן עטליכע היילייטס פון דעם פראגראם פון די גרויסע מסע הבונים הבא לקראתינו לשלום!



במשך די נסיעה וועט מען האבן די זכי' צו הערן דעם ממלל רברבין און א לאנגיעריגע ידיד נאמן צום הייליגען מוסד, ה"ה הגה"צ רבי מאיר צוויבעל שליט"א בעל נר המאיר, וואס וועט כדרכו בקודש אנווארימען דעם ציבור ביי די מקומות הקדושים און אזוי אויך אונז מהנה זיין מנועם אמרותיו במשך השבת קודש! די אלע וואס האבן שוין געהערט אמאל רבי מאיר ווייסן גוט, אז דער איד איז ממש א חד בדרא, ווי ער קען יעדע נושא לארכו ולרחבו און לייגט עס אראפ מיט א געוואלדיגע געשמאק און נעימות, בנוסף זענען זיינע הייליגע דברי התעוררות און תפלות ביי מקומות הקדושים נוקבים חדרי בטן, און עס איז אונז א זכי' און הנאה יתירה אז מיר האבן מיט אונז רבי מאיר אויפצוטרעטן במשך די נסיעה, כיד ה' הטובה עליו!


אין א זעלטענע שריט איז דער וועלט באקאנטער נואם בחסד עליון, רב האי גאון וחסיד הרב רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א בעל פרדס הצדיקים, מסכים געוועהן זיך מטריח צו זיין בטלטול דגברא רבה, און וועט קומען אויפלאקערן אונזערע הערצער, מוצאי שבת קודש ביים מעמד הדלקה לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי ולכבוד רבינו הרמ"א! אזוי אויך ביים סיום הנסיעה ביים גרויסען יומא דהילולא פון הייליגען רבי רבי מענדל'י זי"ע וועט רבי יוסף חיים זאגן דברי התעוררות אויפן הייליגען ציון און אויסבעטן ישועות ורפואות פאר די גאנצע חבורה און פאר גאנץ כלל ישראל. בשם די גאנצע חבורה דריקען מיר אויס הכרת טובה פאר רבי יוסף חיים פארן מאכן אזא אויסנאם, וואס ווי ער האט אונז אליין געזאגט טוט ער עס דאס נאר מחזק זיין די הייליגע פעולות פון בוני עולם וואס איז גאר קרוב ללבו הטהור שוין יארן לאנג, בפרט אין די לעצטע פאר יאר זייט בנו הרב רבי יואל איז דער וואס פירט אהן מיט אזא געטריישאפט בוני עולם סניף קרית יואל, איז בא יבא ברנה אהנצווארימען אידישע הערצער אין דעם גרויסען זמן און אין דעם הייליגען מקום!



א דריטע גאר חשובער גאסט פון ארה"ק וואס וועט מהנה זיין דער ציבור מיט זיין אייגנארטיגער שטייגער, איז דער פרישער שטערן בעולם המשפיעים והמגידים, ה"ה הרה"ג רבי חיים יצחק קאפפ שליט"א נכד צדיקי בית לעלוב, וואס וועט במשך די נסיעה אויפטרעטן מיט זיינע געשמאקע דרשות אויפן לעלוב'ער שטייגער, און וועט הייבן דעם עולם מיט זיינע בליצידיגע רעיונות און טייערע שמועסן, פון וואס מען וועט אי"ה שטארק נהנה זיין במשך הנסיעה.



נאך א געוואלדיגע הויפטרעף האבן מיר ביי אונזער נסיעה ווען עס וועט צום ערשטן מאל פארקומען א שותפות'דיגע כח הנגינה פון די צוויי ברודער וואס זענען די סאמע שפיץ פון חסידישע ווארימע מנגנים, ה"ה האחים החשובים רבי ישכר ורבי זלמן גוטטמאן הי"ו! רבי ישכר גוטמען הי"ו דארף מען קיינעם נישט פארשטעלן ווען שמו הולך לפניו, אלץ דער וואס זינגט שטארק, חסידיש, לעבעדיג און ווארים אלעס אינאיינעם! וואס איז אפשר נישט אזוי מפורסם איז אז רבי ישכר האט א ברודער ממש בדומה לו, הרב רבי זלמן, וואס איז א חשובער מנהל הישיבה בעיר טאראנטא, און איז א מנגן נפלא במלוא מובן המילה, און זינגט אפט בעירו טאראנטא ביי אסאך גרויסע מעמדים און שמחות להנאת כל המשתתפים! יעצט וועלן מיר האבן די געלעגענהייט צו האבן ביידע ברודער אינאיינם, אדיר וחזק משמיעים קול, ביי די תפלות וסעודות שבת קודש, ביים מעמד הדלקה, און במשך די גאנצע נסיעה וועלן "אחים גוטמאן" מהנה זיין דעם עולם בשירה וזמרה באגלייט מיט א כאר פון מנגנים חשובים וואס וועלן באגליייטן די נסיעה אי"ה!



עס איז דא נאך צו רעדן וועגן די פראגראם אבער היות עס איז געווארן א אריכות וועט מען ממשיך זיין ביי א אנדערע געלעגענהייט



די גאנצע בוני עולם זענען מנויים אויפן קרבן פסח פון חבורת בוני עולם וואס מיר וועלן מקריב זיין אין ירושלים עיה"ק דעם ערב פסח ע"י ביאת משיח צדקינו ב"ב!



מודעה ד' וועט זיין אסרו חג פסח אי"ה



א כשר'ן און ליסטיגען יום טוב

יוסף ירמי' ליפשיץ
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4361
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

מיין גרעסטע חידוש ביז דערווייל איז אז יששכר האט א ברודער וועלכע זינגט אין טאראנטא...
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
באלד באלד
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:27 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלד באלד »

נא עני אפדעט?
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

באלד באלד האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 4:38 pm
נא עני אפדעט?
ס'דא אבער @..... לאזט נישט שרייבן...
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

הייליגע שטאטקראקא?

אקעי, זאל זײן
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

כבוד אחי ורעי שותפים במוסד הגדול והקדוש "בוני עולם"



איך האב צוגעזאגט אין די טעג פון ערב פסח צו קומען מיט א מודעה היינט אסרו חג אי"ה, וויל איך זיך האלטן צו דעם בעזהשי"ת.



איך וויל זיך אבער אנטשולדיגען אז היות צוליב קליינע טעכנישע פרטים איז די וועבסייט נאכנישט גרייט, שיק איך למעשה נאכנישט היינט ארויס די לינק, און איך האף אז מארגן נאכמיטאג וועט מען עס ארויסשיקען אי"ה.



יעצט אפאר וויכטיגע און טעכנישע ידיעות וועגן די הרשמה אויף די נסיעה



א אויפן לינק וואס מען וועט ארויסשיקען דארף מען אויספילען אלע פארלאנגטע אינפארמאציע, און אזוי ווערט באשטעלט א פלאץ סיי פאר אש"ל פאר די גאנצע נסיעה פארן בלויזען פרייז פון $360 און סיי א זיץ פלאץ אויפן טשארטער פלייט אהין און צוריק פארן פרייז פון $1150. עס וועט זיין אויפן סייט עטליכע אופנים ווי אזוי מען קען באצאלן, דורך א טשעק, קרעדיט קארד, ועוד. די געלט וועט גיין צו די ללכת טורס קאמפעני און אויך א טשעק זאל מען אויסשרייבן צו זיי.

ב עס איז דא פארשידענע אפגרעיטס וואס מען קויפן סיי אין דעם פליגער און סיי אין דעם האטעל. צו האבן א פריוואטע צימער און די האטעל וועט קאסטען נאך $300 פאר אלע נעכט צוזאמען. צו זיצען אויפן פליגער, דוקא ביי א אייל סיעט אדער ביי א פענסטער, וועט קאסטען נאך $30 פאר ביידע וועגן. צו זיצען ביי א עקזיט סיעט, ווי מען האט אסאך פלאץ פאר זיך, וועט קאסטען נאך $180 פאר ביידע וועגן. צו זיצען אין דעם באקוועמערע פרימיום אפטיילונג וועט קאסטען א זיץ פאר ביידע וועגן סך הכל דער פרייז פון

$2500



ג די גרעסערע שותפים וואס שאפן פון אכצן טויזענט דאללער און העכער, וועלן באקומען עטליכע אפגרעיטס בחינם אלץ א אות הוקרה פאר זייער גרויסע שותפות! דאס איז כולל א פריוואטע צימער און די האטעל, א הנחה פון $50 אויף זייער זיץ אויפן פליגער, און ספעציעלע סערוויס ביים איינטשעקן אין עירפארט וכו' וכו', עס וועט זיין אנגעצייכענט אויפן וועבסייט א ספעציעלע אפטיילונג פאר די ח"י אלפים ריעזער'ס זיך איינצושרייבן.



ד אויפן וועבסייט וועט זיין אויסגעשטעלט אלע זיצען אויף די פליגער מיט זייער פרייז, און יעדע קען זיך אויסוועהלן א פלאץ אויפן פליגער לויט זיין געשמאק, מיר ווילען באמערקן אז עס וועט זיין כל הקודם זכה, און מיר קענען נישט רעזיווירען קיין זיצען, נאר יעדער קען קויפן וועלכע זיץ ער וויל ווי לאנג עס איז נאך עוועליבעל.



ה עס וועט זיין צוגעשטעלט טראנספארטאציע פון אלע שטעט צו און פון דעם עירפארט, תושבי ב"פ וויליאמסבורג סטעטן איילענד און לינדען פארן פרייז פון $40 ביידע וועגן, און תושבי מאנסי שיכון סקווירא קרית יואל און לעיקוואד פארן פרייז פון $50 ביידע וועגן, מען דארף עס באשטעלן אויפן וועבסייט.



ו מיר בעטן אז יעדע בעל אחריות זאל קויפן אויפן וועבסייט "טרעוול אינשורענס" פארן ביליגען פרייז פון $50, מען זאל עס אוודאי נישט דארפן, אבער עס איז גאר א וויכטיגע זאך צו האבן, והחכם עיניו בראשו.



ז דער וואס באשטעלט נישט קיין פריוואטע צימער זאל שרייבן אויפן וועבסייט דער נאמען פון זיין חבר מיט וועהם ער וויל שלאפן, און אזוי אויך זאל דער חבר שרייבן זיין נאמען, אזוי אז מען זאל עס קענען מסדר זיין עהצהיו"ט.



ח א וויכטיגע נקודה! די איינציגסטע וועג זיך איינצושרייבן איז נאר אויף דעם דערמאנטען לינק! הוא ולא אחר! דער וואס האט ממש נישט קיין צוטריט צו קיין קאמפיוטער קען רופען רבי משה הערש פוקס הי"ו אויפן נאמבער 845-207-8384 און ער וועט עס מסדר זיין פאר איהם אי"ה



צו אונזערע עסקנים אין מאנטריאל, מען ארבייט כעת מסדר צו זיין א וועג פון מאנטריאל קיין פוילן און צוריק, מען וועט מודיע זיין וועגן דעם בקרוב אי"ה!





עוד פרטים יבואו בקרוב אי"ה

יוסף ירמי' ליפשיץ
איך האב אויך רויטע ווערטער אין מיין אונטערשריפט...
[email protected]
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

אחי ורעי



די ערוואטונג אין איקסיימענט אין די גאנצע בוני עולם משפחה לקראת דעם מסע הבונים וואקסט ברוך ה' אויף גאר א שטארקער אופן!!! די פידבעק קומט אריין גאר פאזיטיוו אויף דער נסיעה בכלל אויף דער פראגראם בפרט, און אזוי אויך ווערן צוגעגרייט אין די טעג אלע פרטים ופרטי פרטים וואס מען וועט האלטן אין איין מעלדן אי"ה, און ווי עס זעהט אויס בסייעתא דשמיא, קומען אונז אקעגן אי"ה, גאר גרויסע און געשמאקע טעג, און לעכטיגע פרייליכע נעכט, אנהייבענדיג מיטען ארויספארן כולנו כאחד יחד מיטוואך בהר ביינאכט צום עירפארט, ווי מיר וועלן האבן א אייגענע געיט אין עירפארט, און א אייגענע טשארטער פלייט, אזוי אז אלעס וועט זיין צוגעשטעלט סיי אידיש'ליך סיי מענטש'ליך אלעס מיט א היימישע געשמאק, לשביעות רצון כל, און אזוי ווייטער יעדע פרט ופרט פון די נסיעה אין אלע מקומות הקדושים ווי מיר וועלן אי"ה זיין, ובפרט דעם דערהויבענעם שבת הילולא בעיר קראקא אין די מעמד הדלקה רבתי מוצאי שבת קודש ל"ג בעומר, און נאך גרויסע מעמדים במשך הנסיעה ווי מען וועט אויסשמועסן בפרטיות אין די קומענדיגע מודעות, ביזן אהיימקומען אי"ה מיט פרייליכע געמיטער, אנגעלאדענט מיט כל מיני השפעות וישועות טובות, מאנטאג בחוקתי פארטאג'ס בעזהשי"ת!





היינט פארנאכט'ס בשעה 8:30 בדיוק וועט מען ארויסשיקען די לינק אויפן אימעיל, און פון דערמאלט'ס קען יעדער איינער באשטעלן זיין השתתפות אויף די נסיעה, און אזוי אויך א פלאץ אויפן פליגער פאר ביידע וועגן, ווי געשמועסט וועלן די פלעצער זיין כל הקודם זכה, און יעדער וועט זיך קענען באשטעלן וועלכע זיץ ער וויל ווי לאנג עס איז נאך עוועליבעל. בשם ה' נסעה ונצליח!!!



לבקשת כמה מבני החבורה וואס ווילען באצאלן זייער נסיעה אין עטליכע פעימענט'ס, טוען מיר מעלדן ווי פאלגענד

היות אז אויפן וועבסייט איז נישטא אזא אפשאן, איז דער וואס וויל א פעימענט פלען

זאל רופען רבי משה הערש פוקס

845-207-8384

די פעימענט פלען וועט זיין א קרעדיט קארד פאר 5 חדשים $300 דאללער א חודש

אלעס מער ווי דער סך הכל פון $1500 וועט מען באצאלן אין די ערשטע פעימענט



ידידכם עוז

יוסף ירמי' ליפשיץ
איך האב אויך רויטע ווערטער אין מיין אונטערשריפט...
[email protected]
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1703
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

ברוך ה' אז די הרשמה צום גרויסען מסע הבונים האט זיך אנגעהויבן מיט א שטארקייט ווען צענדליגער שותפים האבן שוין באשטעלט זייער פלאץ אויף די נסיעה און אויפן טשארטער פלייט, און נאך אסאך וואס רופען אריין וועגן כל מיני טעכנישע שאלות און בקשות, און מען פראבירט בסייעתא דשמיא יעדעם איינעם צופרידען צו שטעלן ווי ווייט מעגליך, און מיר האפן אז כה יתן ה' וכה יוסיף ברכה והצלחה בכל מעשה ידינו לכל אורך הדרך בכל פרט ופרט!!

היות אז עס איז דא אסאך ארבייט לקראת הנסיעה, איז למען הסדר הטוב דארף מען עס צוטיילן, דעריבער וויל מען בעטן אז פון יעצט און ווייטער, זאל מען פאר אלע פרטי הנסיעה, סיי זיך איינצושרייבן אדער סיי וואס פאר א טעכנישע שאלות וכדו', זאל מען מער נישט רופען רבי משה הערש, נאר רופען אונזער געטרייע מיטארייבייטער

רבי אהרן ראזענבערגער

718-252-1212 עקסט. 221

און ער וועט אי"ה אלעס מסדר זיין עהצהיו"ט לשביעות רצון כל אחד.

אזוי אויך איז מען מודיע בשער בת רבים אז ברוך ה' ווערט יעצט אין די טעג קאנפירמיד גאר געשמאקע חידושים אין דעם הערליכען פראגראם פון די ימי הנסיעה, בנוסף צו די שטארקע כוחות וואס איז שוין געמאלדן געווארן, און האף גאר בקרוב צו מעלדן פעסטע אפדעיט'ס! בסך הכל שטעלט זיך דא ארויס אז מיר זעהן פאר בעזר ה' יתברך, גאר א שטארקע היסטארישע נסיעה ברוח' ובגשמי' בכל פרטי' ודוקדוקי'!!! די פרטים וועלן קומען גאר בקרוב בלי נדר. אזוי אויך וועט מען אויסשמועסן אין די קומענדיגע מודעות דעם גענויען סדר הימים פון ווען מען לאזט זיך ארויס, דער ויסעו ויחנו פון יעדע פון די שטעט ווי מיר וועלן פארן, מיט א קורצע איבערזוכט פון דער פלאן פון יעדע פלאץ פאר זיך.

דער פעימענט פלען פון $300 א חודש פאר 5 חדשים איז אויפגענומען געווארן גאר פאזיטעוו, און עטליכע משתתפים האבן זיך אויסגעדריקט אז עס האט זיי געמאכט פיל לייכטער זיך איינצושרייבן באופן ווען מען קען עס באצאלן צוביסלעך, איז מען נאכאמאל מודיע אז דער וואס וויל צאלן מיט א קרעדיט קארד מיט 5 פעימענט'ס זאל אריינרופען רבי אהרן ראזענבערגער און ער וועט עס מסדר זיין אי"ה.

נאכאמאל די לינק פאר די סייט איז,

https://app.lalechet.com/tour/MasaHabonim



כל טוב

יוסף ירמי' ליפשיץ
געלאסענע איילבירט
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 8:02 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלאסענע איילבירט »

איך כאפ נישט ווער קען אלץ מוטקומען אויף די נסיעה נאר איינער וואס האט פאריאאר געשאפן געלט?
אוועטאר
מיט הצלחה
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 16, 2021 9:55 am

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט הצלחה »

געלאסענע איילבירט האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:55 am
איך כאפ נישט ווער קען אלץ מוטקומען אויף די נסיעה נאר איינער וואס האט פאריאאר געשאפן געלט?
Yes.
אלץ וואס מיר טוהן זאל זיין מיט הצלחה
עפשטיין בעקעריי
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:12 pm
לאקאציע:ב.פ.

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפשטיין בעקעריי »

מיט הצלחה האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:41 am
געלאסענע איילבירט האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:55 am
איך כאפ נישט ווער קען אלץ מוטקומען אויף די נסיעה נאר איינער וואס האט פאריאאר געשאפן געלט?
Yes.
דאכט זיך מיר אז אויב מ׳נעמט זיך אינטער צו שאפן ביים קומענדיגן קאמפיין קען מען אויך קומען
רבותי
גייטס לייקן און די מאסן
viewtopic.php?p=5080355#p5080355
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1703
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

עפשטיין בעקעריי האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 12:59 pm
מיט הצלחה האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:41 am
געלאסענע איילבירט האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:55 am
איך כאפ נישט ווער קען אלץ מוטקומען אויף די נסיעה נאר איינער וואס האט פאריאאר געשאפן געלט?
Yes.
דאכט זיך מיר אז אויב מ׳נעמט זיך אינטער צו שאפן ביים קומענדיגן קאמפיין קען מען אויך קומען
זיכער אזוי
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

עפשטיין בעקעריי האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:41 am
עירמאנט'ער האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 06, 2024 11:20 pm
זושא צוקער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 11:05 am
די פרייזן פאר אלע טייערע שותפים וועט זיין ווי פאלגענד


די טיקעט אויף די טשארטער פליגער אהין און צוריק וועט זיין $1150

(די פרייזן פאר באקוועמרע זיצען וועט נאכפאלגן אי"ה)

דער סכום פאר אש"ל מלא במשך די גאנצע נסיעה וועט זיין בלויז $360

קען איך אויך מיטפארן פאר די פרייז...?
פאריאר האבן זיי געשריבן אז כדאי צו מיטקומען דארף מען זיך אונטערנעמען צו רעיזן $3600
העמיר זעהן וואס וועט זיין דאס יאר
מ'דארף זיך דאס יאר אויך אונטערנעמען לכה"פ 3600
בשעת מ'מאכט די טיקעט דארף מען מאכן א טשעק אז מ'וועט אי"ה זיין א שותף צו רעיזן לכה"פ 3600
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

קלאנג האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 4:47 pm
הייליגע שטאטקראקא?

אקעי, זאל זײן
קראקא איז א הייליגע שטאט! ס'האבן דארט משמש געווען ברבנות גרויסע צדיקים וואס מפיהם אנו חיים עד היום! ס'האבן די געדרייט דארט טויזענטער ערליכע אידן פארן קריג, דאס אז ס'איז דא היינט דארט א רצועה של ארץ העמים (אדער בעסער געזאגט של ישראלים וואס האבן אריינגעשטעקט זייערע טמא'נע לאפעס דארט) דאס מאכט עס נאכנישט אויס הייליגע שטאט, די שטאט איז הייליג נאר ליידער כעת בימי גלותינו האבן זיך טמא'נע הענט ארויפגעשטעלט דערויף
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”