קראקא איז א הייליגע שטאט! ס'האבן דארט משמש געווען ברבנות גרויסע צדיקים וואס מפיהם אנו חיים עד היום! ס'האבן די געדרייט דארט טויזענטער ערליכע אידן פארן קריג, דאס אז ס'איז דא היינט דארט א רצועה של ארץ העמים(אדער בעסער געזאגט של ישראלים וואס האבן אריינגעשטעקט זייערע טמא'נע לאפעס דארט)דאס מאכט עס נאכנישט אויס הייליגע שטאט, די שטאט איז הייליג נאר ליידער כעת בימי גלותינו האבן זיך טמא'נע הענט ארויפגעשטעלט דערויף
רבותי, דער שאלה האט אסאך מער ווי איין תשובה, איך וועל פראבירען מפרט צו זיין בלויז עטליכע הויכפונטקען!
די ערשטע הויכפונקט וועט אוודאי זיין דער תפלת רבים, בקודש הקדשים, ביים ציון הקדוש פון דעם הייליגען רבין רבי אלימלך אין ליזענסק, ווי דער שליח פון אזויפיל לבבות נשברות רבי שלמה באכנער הי"ו וועט בתפלה ובתחנונים מעורר זיין רחמי שמים בזכותו פון דעם גרויסען קדוש ישראל, און דענאך וועט מען זאגן אינאיינעם דער תפלה קודם התפלה וואס איז נתחבר געווארן דורך דעם גרויסען צדיק הדורות, און דערנאך פרקי תהלים בהתעוררות רב צוזאמען אויסצובעטן בכח הרבים, כל מיני ישועות טובות למען הכלל והפרט!!
דער תפלת מעריב ליל שישי אין דעם הייליגען אלטער שול אין לאנצוט, מקום שהתפלל בו רבינו, דער הייליגער חוזה פון לובלין זי"ע, וואס האט געואווינט אין לאנצוט איידער ער איז געפארן קיין לובלין, דארט וועט מען הערן דברי התעוררות פון הגה"צ רבי מיכל שטיינמעטץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב"פ ורב המוסד, ווי דערנאך וועט מען אינאיינעם פוקד זיין דער ציון הקדוש פון דעם הייליגען ראפשיץ'ער רב זי"ע וואס ליגט אין לאנצוט!
דער שבת אין קראקא וועט האבן אין זיך עטליכע גרויסע הויכפונקטען, ביי די תפלות, דרשות און הערליכע סעודות און רעוא דרעוין, וואס וועט אלעס אפגעראכטען ווערן מיט א זעלטענע געשמאק און שטארקע דערהויבענקייט!
מוצאי שבת אנגעהויבן פון מעריב אין די הייליגע רמ"א שול, די דרשת הכנה לעלי' לציון פון דעם באקאנטען ממלל רברבין הרב רבי מאיר צוויבעל שליט"א, די תפלות ביים גרויסען בעל ההילולא, דער הייליגער רמ"א זי"ע הוא וכל קדושיו עמו די שרפי מעלה גאונים וקדושים זכותם יגן עלינו!
דערנאך שמחת תורה מבחוץ, דער גרויסער פייער'דיגער הדלקה רבתי לכבוד התנא רבי שמעון בר יוחאי ולכבוד דער הייליגער רמ"א, משולב מיט רקודי קודש לכבוד ל"ג בעומר, ווען מען וועט האבן די זכי' צו הערן הייליגע דבורים בגודל קדושת הזמן והמקום פון דער מלהיב לבבות ישראל הרב יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, אשרי עין ראתה שמחת קהלינו!
זונטאג בייטאג ווען מען האבן די זכי' נפלאה צו זיין אויף דעם הייליגען מקום, כי שם לבבינו שואף זורח, דער ציון פון דעם הייליגען דברי חיים זי"ע אין צאנז, ווי מען וועט הערן דברי התעוררות פון הרב רבי מאיר צוויבעל אין דעם גרויסען הייליגען אוהל, און דערנאך וועט מען צוזאמען אויסבעטן כל מיני ישועות טובות במקום הקדוש והנורא!! דערנאך א תפלת מנחה אין דעם גרויסען היסטארישען שטאטישע שול אין צאנז ווי דער הייליגער דברי חיים פלעגט צו דאווענען יעדן טאג פון חודש אלול און נאך גרויסע זמנים!
תפלת נעילה וועט זיין ביים הייליגען רבי רבי מענדל'י אין רימנוב, דער צדיק וואס איז משפיע קדושה וטהרה אויף אידישע קינדער! דער צדיק וואס איז משפיע פרנסה בריווח פאר אידישע קינדער! בעצם ליל הילולא קדישא וועלן מיר האבן די זכי' זיך ארויפצוקלעטערן דעם הייליגען בארג צום ציון המצוינת, און מתפלל זיין בזכות דעם גרויסען בעל ההילולא, ווי עס וועט מעורר זיין הלבבות בדברי התעוררות ותפלה הרב רבי יוסף חיים גרינוואלד, און מיר וועלן אויסבעטן כל מיני ישועות טובות פאר אלע אידישע קינדער וואס דארפן!
איך האב פראבירט צו שרייבן עטליכע הויכפונטקען אבער עס איז פארשטייט זיך אלעס נאר אויפן שפיץ גאפל, ותן לחכם ויחכם עוד!
אין די קומענדיגע מודעות וועלן מיר שיקען אפדעטי'ס פון דעם סדר היום ערב שבת קודש, דער גאנצער סדר השבת מבואו ועד צאתו, נייע חידושים אין דעם פראגראם, יודעים פרק בשיר, ועוד ועוד, פאלגט נאך די ווייטערדיגע מודעות!
קראקא איז א הייליגע שטאט! ס'האבן דארט משמש געווען ברבנות גרויסע צדיקים וואס מפיהם אנו חיים עד היום! ס'האבן די געדרייט דארט טויזענטער ערליכע אידן פארן קריג, דאס אז ס'איז דא היינט דארט א רצועה של ארץ העמים(אדער בעסער געזאגט של ישראלים וואס האבן אריינגעשטעקט זייערע טמא'נע לאפעס דארט)דאס מאכט עס נאכנישט אויס הייליגע שטאט, די שטאט איז הייליג נאר ליידער כעת בימי גלותינו האבן זיך טמא'נע הענט ארויפגעשטעלט דערויף
קראקא איז א הייליגע שטאט! ס'האבן דארט משמש געווען ברבנות גרויסע צדיקים וואס מפיהם אנו חיים עד היום! ס'האבן די געדרייט דארט טויזענטער ערליכע אידן פארן קריג, דאס אז ס'איז דא היינט דארט א רצועה של ארץ העמים(אדער בעסער געזאגט של ישראלים וואס האבן אריינגעשטעקט זייערע טמא'נע לאפעס דארט)דאס מאכט עס נאכנישט אויס הייליגע שטאט, די שטאט איז הייליג נאר ליידער כעת בימי גלותינו האבן זיך טמא'נע הענט ארויפגעשטעלט דערויף
קראקא איז א הייליגע שטאט! ס'האבן דארט משמש געווען ברבנות גרויסע צדיקים וואס מפיהם אנו חיים עד היום! ס'האבן די געדרייט דארט טויזענטער ערליכע אידן פארן קריג, דאס אז ס'איז דא היינט דארט א רצועה של ארץ העמים(אדער בעסער געזאגט של ישראלים וואס האבן אריינגעשטעקט זייערע טמא'נע לאפעס דארט)דאס מאכט עס נאכנישט אויס הייליגע שטאט, די שטאט איז הייליג נאר ליידער כעת בימי גלותינו האבן זיך טמא'נע הענט ארויפגעשטעלט דערויף
איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול פון איהר קעפל אבער אפשר מיט די צייט וועל איך געהעריג אראפשרייבן וואס איך האב געזעהן און געפילט די ערשטע מאל וואס איך האב באזוכט קראקא אפאר יאר צוריק
מיטן ציל צו מאכן נויז און גערודער לטובת די הייליגע מוסדבוני עולם, בין איך זיך מקבל אז בעזר השםאויב די תגובה באקומט ביז נאך די נסיעה כאטשיג 214 לייקס ( כמנין בוני עול"ם) וועלן מיר בעז"ה אייך ברענגן א פולע באריכט אין די טעג נאכן נסיעה!
שפאנט אין אלע אייערע ניקס אוןהייבט אן לייקן.....
און אין די זעלבע צייטקענט איר נאך זיין פון די גליקליכע משתתפי הנסיעהוועלכע וועלן הנאה האבן פון איבער 4 טעג איבערגעפולט מיט עונג רוחני וגשמי, און זוכה זיין צו זיין א חלק פון די מעכטיגע קאמפיין דעם קומענדיגע זוממער ווי מען בויט יערליך נאך טויזענטער אידישע שטובערhttps://app.lalechet.com/tour/MasaHabonim
מיר ווילן מודיע זיין בשער בת רבים עטליכע וויכטיגע נקודות בנוגע די געהויבענע "מסע הבונים" הבא לקראתינו לשלום בעזהשי"ת!
איך וועל עס אויסשמועסן בנוסח שאלה ותשובה, ווייל דאס איז שאלות וואס אסאך פרעגן, און עס איז זייער וויכטיג אז די זאכן זאלן זיין קלאר פאר יעדעם איינעם, למען הצלחת הנסיעה, בסייעתא דשמיא!
שאלה א'
צו קען מען מיטברענגען אויף די נסיעה, א זוהן, איידעם, ברודער, שוואגער אדער חבר וכדומה לזה?
תשובה
עס איז פארשטענדליך פאר יעדעם איינעם אז די הצלחת הנסיעה ווענדט זיך ווי ווייט מען האלט זיך צו די מטרה, און דעריבער איז נישט שייך צו ברענגען אנדערע, אבער דער וואס האט א קרוב אדער ידיד וואס איז וויליג צו זיין א חלק אין דעם גרויסען בוני עולם קאמפיין זומער תשפ"ד הבעל"ט און זיך אונטערנעמען צו שאפן אדער ברענגען באיזה אופן דער סכום פון לכה"פ $3600, אזא איינער וועט זיך על שם העתיד פארדינען דעם נאמען רעיזער, און ער קען שוין זיין א חלק פון מסע הבונים!
שאלה ב'
איך בין געוועהן א רעיזער ביי איינע פון די פריעדיגע קאמפיינס, אבער צוליב סיבות שונות האב איך נישט געקענט עס אויספירען אויף למעשה, און איך האב געשאפן גאר ווייניג וכדו', בין איך געלאדענט צום מסע הבונים?
תשובה
אוודאי יא, די זעלבע תשובה ווי פריער! אויב דו ווילסט זיין א חלק פון דעם בוני עולם קאמפיין פון תשפ"ד און משתדל זיין במיטב היכולת יא צו שאפן דיין גאול פון לכה"פ 3600$, איז דיין פלאץ ל"ג בעומר אין קראקא, בלי שום שאלה!
שאלה ג'
מענטשן האלטן אין איין איבערפרעגן, גענוי, פון ווען ביז ווען איז די נסיעה?
אויפן וועג צוריק וועט מען לאנדען אי"ה מאנטאג בחוקתי 6:30 פארטאגס אין ניו יארק
זכור אהבת קדומים!
בייגעלייגט איז א לינק פון די דערהויבענער מינוט'ען פון דעם מסע הבונים דריי יאר צוריק אין מעזבוש, וואס ליגט נאך ביי אלע מיטפארער טיף אין די ביינער, קוקט און האט הנאה! כאשר שמענו כן עוד נחזה!!

כבוד אחי ורעי שותפים במוסד הגדול והקדוש "בוני עולם"
הנה ימים באים, און מיר שטייען קוים צעהן טעג איידער דער גרויסער מסע הבונים, ווען יעדן טאג וואקסט דער עקסטאז און דער ערוואטונג לקראת דעם גרויסען נסיעה בכלל, און דער גרויסען ליל ל"ג בעומר בהילולא דרבי שמעון והרמ"א בפרט, כן יגיענו ה' אלקינו למועדים ולרגלים אחרים הבאים לקראתינו לשלום!
ווי שוין געמאלדן איז איינער פון די גאר שטארקע הויכפונטקען פון דעם מסע הבונים, דער גרויסער מעמד הדלקה רבתי בתופים ובמחולות ליל ל"ג בעומר אין קראקא, וואס וועט זיין בראשות המשפיע המפורסם הרב יוסף חיים גרינוואלד שליט"א בעל פרדס הצדיקים, זענען מיר דאך עוסק אין די עבודה פון ממשיך זיין קדושת מירון ושמחתה קיין קראקא, בבחי' נעקר הר מירון ובא לכאן, טוען מיר טאקע מעלדן מיט פרייד אז מיר וועלן האבן די זכי' און הנאה, אז די וועלט בארימטע יערליכע משמחים ביי די הילולא דרבי שמעון אין מירון, וועלן קומען באשיינען דעם מעמד ההדלקה, און משמח זיין מיט בשירה ובזמרה אויפן מירון'ער נוסח, לכבוד התנא האלקי רשב"י ולכבור רבינו הרמ"א! בראש וראשון דער וועלט בארימטער מירון שפילער רבות בשנים, ה"ה בנש"ק הרב מאיר אדלער הי"ו וואס וועט קומען צופארן משמח צו זיין לכבוד מעמד ההדלקה ואתו עמו דער "קאלרינעט שפילער הידוע" רבי אברהם קלעצקין הי"ו וואס איז משמח יערליך בהילולא דרבי שמעון אין מירון, ועוד ועוד, וואס היות אז בעוה"ר איז ליידער דער הייליגער הר מירון פארשפארט צוליב דעם מצב, קומען די "מירון'ער קלעזמיר" צופארן קיין קראקא, לכבוד ההילולא קדישא ולטובת המוסד הקדוש "בוני עולם".
אויך וועלן מיר האבן די הנאה, צו האבן מיט אונז, א שטארקע ידיד המוסד, דער באקאנטער משמח אלקים ואנשים, הרב ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן וואס וועט קומען זיין דער יושב ראש במשך דעם שבת קודש אין קראקא און אזוי אויך ביי די אנדערע מעמדים במשך הנסיעה, להנאת כל המשתתפים!
בייגעלייגט איז א הערליכע בראשור פון דעם סדר הנסיעה מיט אלע מעמדים און דער פראגראם פון יעדן מעמד באזונדער!
און יעצט א וויכטיגע מודעה צו די אלע ידידים ושותפים וואס ווילען קומען מיטהאלטען און האבן זיך נאכנישט איינגעשריבע דער פליגער און די צימערן אין די האטעל פילען זיך אהן, און כדי זיך צו פארזיכערן א פלאץ ביטע זייט אייך מזרז, און גייט שוין ארויף אויפן לינק און שרייבט אייך איין!! בייגעלייגט איז נאכאמאל דער לינק זיך איינצושרייבן
פרישער בחורהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:44 pm
מורי ורבותי טייערע פריינט
מיטן ציל צו מאכן נויז און גערודער לטובת די הייליגע מוסדבוני עולם, בין איך זיך מקבל אז בעזר השםאויב די תגובה באקומט ביז נאך די נסיעה כאטשיג 214 לייקס ( כמנין בוני עול"ם) וועלן מיר בעז"ה אייך ברענגן א פולע באריכט אין די טעג נאכן נסיעה!
שפאנט אין אלע אייערע ניקס אוןהייבט אן לייקן.....
און אין די זעלבע צייטקענט איר נאך זיין פון די גליקליכע משתתפי הנסיעהוועלכע וועלן הנאה האבן פון איבער 4 טעג איבערגעפולט מיט עונג רוחני וגשמי, און זוכה זיין צו זיין א חלק פון די מעכטיגע קאמפיין דעם קומענדיגע זוממער ווי מען בויט יערליך נאך טויזענטער אידישע שטובערhttps://app.lalechet.com/tour/MasaHabonim
נעמט אייך צאם אוןבוקט וואס פריער....
עס קוקט אויס ווי דער עולם איז ערענסט אינטערסירט....., די לייקס שטייגן אויף הייבן, און די זיצן ווערן צוכאפט ווי מצה וואסער, ממש נאך געציילטע געבליבן!, יעצט איז די לעצטע מינוט!